בלאט 4 פון 8
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 1:35 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קורקלענד האט געשריבן:די אמיש צאלן נישט קיין שטייערן?
נישט אלע שטייערן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 1:48 pm
דורך calculator
קורקלענד האט געשריבן:calculator האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן: ס'דא וואס שרייען אז ווען נישט מאסטער וואלטן שוין די עסטאבלישמענט לאנג אנערקענט די נחיצות הענין און מ'וואלט עס געגעבן אסאך מער אומפּלעמענטאציע.
איך ווייס נישט פון ווי די קומסט, אבער פון ווי איך קום, סאטמאר, וואלט קיינמאל נישט געטוען עפעס שריט צו פארבעסרען דער קריקולעם, ווייל רבי זי"ע האט אנדערש געטוען, הגם די מציאות איז שוין היינט אנדערש פון אמאל, ווי צום ביישפיל היינט צו קענען קאמפיוטער'ס איז פונקט ווי צי קענען דעם language, אבער אונזער לידערס גייען מיטן קאפ אין וואנט.
מיין געוויסן בנוגע סאטמאר וויליאמסבורג זאלי, איז אז די ענגליש דעפטַ. דארט האט געמאכט אסאך פראגרעס מיט די יארן. ס'איז היינט אסאך בעסער ווי די סיסטעם אמאל. ס'מעגלעך טאקע אז ס'איז ווייט פון פּערפעקט, אבער צו באשולדיגן אז זיי האבן 'גארנישט' געטוישט איז אומריכטיג.
ענגליש לערנען האט מען 50 יאר צירוק געלערנט אין סאטמאר אסאך בעסער ווי היינט, און קאמפיוטערס וואלט מען אמאל אריין געברענגט אויסצילערנען? קיינמאל.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 12:09 pm
דורך calculator
קען מיך איינער מסביר זיין, ווי קען א גוי פארשטייען, אויב די ספענדס 14 שעה א טאג אין ישיבות, און אויב מען הייסט דיך לערנען, פון די 14 שעה 3-4 שעה לימודי חול, שטערט'ס דיין רעלוגיא?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 12:14 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ווייל פון די 14 שעה וואס מ'פארברענגט אין ישיבה לערנט מען למעשה נאר 5, נו אז מ'וועט אראפנעמען פון דעם 4 שעה פאר לימודי חול בלייבט מען דאך נישט מיט גארנישט...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 1:56 pm
דורך קורקלענד
calculator האט געשריבן:קען מיך איינער מסביר זיין, ווי קען א גוי פארשטייען, אויב די ספענדס 14 שעה א טאג אין ישיבות, און אויב מען הייסט דיך לערנען, פון די 14 שעה 3-4 שעה לימודי חול, שטערט'ס דיין רעלוגיא?
פארוואס דארף דער גוי פארשטיין?
ווער זאגט אז די פראבלעם איז אז די לימודי חול נעמט אוועק צייט? אפשר איז די פראבלעם אז די לימודי חול קאריקולום וואס זיי פארלאנגן איז אין קעגנווארט פון אונדזער רעליגיעזע ווירדן?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 2:03 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דאן פארוואס צווישן אלע הונדערטער עקסטרעמע און פאנאטישע רעליגיעזע גרופעס אין אמעריקע זענען היימישע אידן די איינציגסטע וועלכע האבן פראבלעמען?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 4:27 pm
דורך אישתישבי
קורקלענד האט געשריבן:calculator האט געשריבן:קען מיך איינער מסביר זיין, ווי קען א גוי פארשטייען, אויב די ספענדס 14 שעה א טאג אין ישיבות, און אויב מען הייסט דיך לערנען, פון די 14 שעה 3-4 שעה לימודי חול, שטערט'ס דיין רעלוגיא?
פארוואס דארף דער גוי פארשטיין?
ווער זאגט אז די פראבלעם איז אז די לימודי חול נעמט אוועק צייט? אפשר איז די פראבלעם אז די לימודי חול קאריקולום וואס זיי פארלאנגן איז אין קעגנווארט פון אונדזער רעליגיעזע ווירדן?
און דאס איז דאך סתם שקר. עס איז נישט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2019 12:29 pm
דורך הקטן
[left]
The reverend’s thesis is that the Jews have thrived for so many years because of certain educational and cultural practices, and that such benefits can be unlocked for Christians if those practices are taught to their children.
[/left]
[left]“Each Korean family has at least one copy of the Talmud. Korean mothers want to know how so many Jewish people became geniuses.”[/left]
[left]
“Twenty-three per cent of Nobel Prize winners are Jewish people. Korean women want to know the secret. They found the secret in this book.”
[/left]
how-the-talmud-became-a-best-seller-in-south-koreathe-talmud-and-japanese-culture/www.israelnationalnews.com/News/News.aspx/143192why-we-study-torah/
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:37 am
דורך אישתישבי
באלט ווערט דאס א פאקט וואס אלע אונזערע בעלי דרשנים וועמען נאך זאגען, ביז דער באמבע וועט פלאצען, אז דער גאנצע מעשה איז אויסגעזויגן פין פינגער.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:47 am
דורך קורקלענד
אישתישבי האט געשריבן:באלט ווערט דאס א פאקט וואס אלע אונזערע בעלי דרשנים וועמען נאך זאגען, ביז דער באמבע וועט פלאצען, אז דער גאנצע מעשה איז אויסגעזויגן פין פינגער.
און די סטעיטמענט איז געוויס אוודאי שוין א פאקט........
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 6:43 am
דורך רביה''ק זי''ע
יא פאקט נישט פאקט, אבער וואו פאר א שווארץ יאר קומט עס אריין דא?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 7:08 pm
דורך לולב הגזול
וויפיל פראצענט אידישע נאבעל געווינער ווייסען פון וועלכע זייט מען עפענט דער גמרא? פרופ' אומאן?
אפשר אז מען הערט אויף לערענען גמרא וועלען אונזער איינעקלעך עפעס אויפטוהן אויף דער וועלט און באקומען 23% נאבעלס. רח'"ל מהאי דעתא.
Re: נייע עדיוקעשען רעגאלאציעס
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 12:34 am
דורך גראף
וואר וויל א זוהן א איינשטיין און ווער וויל א זוהן א פיינשטיין ( להבדיל )?
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:41 am
דורך yerushalmi
calculator האט געשריבן:chosen people האט געשריבן:אפשר לייגט איינער ארויף אפאר סעמפלס. אזוי וועט זיין גרינגער פאר די עולם צו שיקען.. זה כנגד זה
שרייב זיי אז איך האב געוואלט שרייבן מיין מיינוג אבער איך בין א חסידישע גרעדיעיט דערפאר קען איך נישט שרייבן ווייל מען האט מיר נישט אויסגעלערנט אין סקול ווי אזוי מען שרייבט אן אימעיל און בכלל מיין ענגליש איז זייער שוואך.
u could do it by text. send "start" to this number 9179202444 and u will have to give your name and address and u will be done just do it for klall yisroel
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:20 am
דורך הקטן
לולב הגזול האט געשריבן:ואס האסטו דא געזען?
וויפיל פראצענט אידישע נאבעל געווינער ווייסען פון וועלכע זייט מען עפענט דער גמרא? פרופ' אומאן?
א קשיא אויף די יאפענעזע.
זעט אויס זיי האלטן אז נישט "ראסע" מאכט דעם אידשער פאלק קליג, נאר טויזענטע יאר זיין דעם "עם הספר" ווערט דעם געדאנקען גאנק איבערגעבען אויך פאר די קינדער
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:33 am
דורך calculator
פערלס זאמעלט יעצט אן בריווען צי שיקען צום DOE, זיי בעטען דיין נאמען אדרעסס און אימעיל.
סתם צו זיין פארזיכטיג אז ווען די גיבסט אים דיין אינפארמאציע, מסתמא סעווען זיי די אלע אימעיל אדרעססן אין זייער דעטא בעיס, און עס בלייבט ביי זיי דיין אימעיל אדרעסס. טוביה מאיר ניימאן וועט שוין קענען שיקן צי דיין אימעיל אויך
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 1:28 pm
דורך הקטן
אויב ווילסטו נישט באקימען אימעלס פין טוביה מאיר ניימאן לייגט דאס איינמאל אין ספעם, וחאלאס
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 2:01 pm
דורך איסר האטלקי
לולב הגזול האט געשריבן:וויפיל פראצענט אידישע נאבעל געווינער ווייסען פון וועלכע זייט מען עפענט דער גמרא? פרופ' אומאן?
אפשר אז מען הערט אויף לערענען גמרא וועלען אונזער איינעקלעך עפעס אויפטוהן אויף דער וועלט און באקומען 23% נאבעלס. רח'"ל מהאי דעתא.
ווער זאגט אז דער גליק איז באקומען נאבעלס? אפשר איז מען געקומען אויף די וועלט פאר אנדערע וויכטיגערע מאטיוון?
די נאבעלס איז נאר א שטיקל חיזוק, אז אפי' אזעלכע וואס זייערע זיידעס האבן געלערנט זענען די קלוגסטע, כ"ש די וואס בלייבן נאך ביים גמרא.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 2:09 pm
דורך calculator
הקטן האט געשריבן:אויב ווילסטו נישט באקימען אימעלס פין טוביה מאיר ניימאן לייגט דאס איינמאל אין ספעם, וחאלאס
איך האב נישט געמיינט דווקא טוביה מאיר, די עיקר איז אז דיין אימעיל איז אינדרויסען
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 2:46 pm
דורך calculator
yerushalmi האט געשריבן:calculator האט געשריבן:chosen people האט געשריבן:אפשר לייגט איינער ארויף אפאר סעמפלס. אזוי וועט זיין גרינגער פאר די עולם צו שיקען.. זה כנגד זה
שרייב זיי אז איך האב געוואלט שרייבן מיין מיינוג אבער איך בין א חסידישע גרעדיעיט דערפאר קען איך נישט שרייבן ווייל מען האט מיר נישט אויסגעלערנט אין סקול ווי אזוי מען שרייבט אן אימעיל און בכלל מיין ענגליש איז זייער שוואך.
u could do it by text. send "start" to this number 9179202444 and u will have to give your name and address and u will be done just do it for klall yisroel
עס גייט דורך PEARLS ?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:34 am
דורך yerushalmi
calculator האט געשריבן:yerushalmi האט געשריבן:calculator האט געשריבן:chosen people האט געשריבן:אפשר לייגט איינער ארויף אפאר סעמפלס. אזוי וועט זיין גרינגער פאר די עולם צו שיקען.. זה כנגד זה
שרייב זיי אז איך האב געוואלט שרייבן מיין מיינוג אבער איך בין א חסידישע גרעדיעיט דערפאר קען איך נישט שרייבן ווייל מען האט מיר נישט אויסגעלערנט אין סקול ווי אזוי מען שרייבט אן אימעיל און בכלל מיין ענגליש איז זייער שוואך.
u could do it by text. send "start" to this number 9179202444 and u will have to give your name and address and u will be done just do it for klall yisroel
עס גייט דורך PEARLS ?
yes
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 1:28 pm
דורך הבדלה וויין
איך האב שוין לאנג נישט געשריבן דא און אויף אייוועלט, אבער היינט האב איך געשריבן די תגובה אויף אייוועלט און מען האט עס פארמעקט, ירא הקהל וישפוט אויב עפעס איז ראנג דערמיט, חוץ אז עס זאגט דעם אמת אין פנים אריין. איך האב נישט מורא אז מען וועט מיר חוסם זיין, עס איז א ניק וואס איך ניץ כמעט נישט.
איך ווייס אז איך גיי דא שרייבן אן אומפאפולערע מיינונג דא, אבער איך וועל מיך נישט איינהאלטן.
צוליב די אלע וואס שרייען אז מען טאר נישט זיך פרובירן דורכקומען מיט די רעגירונג זענען מיר אנגעקומען צו די איצטיגע מצב.
קען זיין אז עס וואלט עניוועי געשען יארן ארום, אבער יעדער איינער וואס האט מיטגעהאלטן זעט, אז די איינציגע סיבה פארוואס די רעגירונג האט זיך אריינגעמישט איז צוליב וואס מכם ובכם האבן עטליכע זיך געפילט בע'עוולט אז זיי קענען נישט די מינימאלע ענגליש.
וואלט מען געלערנט אזוי ווי סאטמאר רבי זי"ע וכל גדולי הדור נאכן קריג האבן איינגעפירט, וואלט מען ווען נישט אנגעקומען צי די מצב.
מאסטער וכת דילי' וואלטן געקענט אוועקגיין פון די קאמיוניטי, און זייער מעגליך אז זיי וואלטן נישט געווען אנגעגעסן, און אפילו אויב יא וואלט מען געקענט ווייזן פאר די רעגירונג, קוק פארהער די קינדער און זיי קענען אלעס וואס מען דארף.
די מער פרעמד'ערע מוסדות האבן ביז יעצט נישט געלערנט קיין חוקי תועבה אדער כפירה און די קינדער האבן גענומען די רידזשענטס עקסעם און אסאך מוסדות צייכענען זיך אויס נאך בעסער פון די פאבליק סקול קינדער, די רעגירונג וואלט געווען העפי דערפון.
נישט פארגעסען די רעגירונג האט זיך נישט געוואלט אריינמישן דא, זיי האבן אלעס געטוען צו מאכן א שווייג, נאר נאך גרויס פרעשור האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה.
יעצט אז די רעגירונג האט זיך שוין אריינגעמישט ליידן אפילו די וואס האבן יא געלערנט גוט בעסיק לימודי חול.
אבער דאס איז זיכער אז די גזירה איז געקומען צוליב די וואס האבן עס פארנאכלעסיגט די לעצטע יארן אנטקעגן די הוראה פון אלע פריער'דיגע גדולי הדור.
עס האט גארנישט מיט נעמען געלט, אוודאי איז דא א גרויסע טענה פון מאסטער וכת דילי אז נישט נאר וואס די האסט נישט געגעבן די עדיוקעישאן נאר די האסט גענומען געלט דערפאר און עס געגנבט, און דאס האט געקענט עפענען פאר אים די טיר ביי נאך עדזשענסיס צי אריינקוקן אין די זאך און די פרעשור איז געווארן גרעסער.
אבער סאנער אר לעטער וואלט מען געהאט די פראבלעם.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 1:35 pm
דורך הקטן
הבדלה וויין האט געשריבן:צוליב די אלע וואס שרייען אז מען טאר נישט זיך פרובירן דורכקומען מיט די רעגירונג זענען מיר אנגעקומען צו די איצטיגע מצב.
פין וואו נמסטו דאס?!?
...
יעדער איינער וואס האט מיטגעהאלטן זעט, אז די איינציגע סיבה פארוואס די רעגירונג האט זיך אריינגעמישט איז צוליב וואס מכם ובכם האבן עטליכע זיך געפילט בע'עוולט אז זיי קענען נישט די מינימאלע ענגליש.
ווער זאגט דיר דאס, זיכער איז דאס וואס זיי זאגן, אבער פעלט דען סתם אזוי רשעים???
..
וואלט מען געלערנט אזוי ווי סאטמאר רבי זי"ע וכל גדולי הדור נאכן קריג האבן איינגעפירט, וואלט מען ווען נישט אנגעקומען צי די מצב.
ווייטער א פרעדיקשען פין בויך ארויס!
..
סאנער אר לעטער וואלט מען געהאט די פראבלעם.
אדער יא, אדער ניין