בלאט 4 פון 5
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:50 am
דורך שמעקעדיג
און דא א שטיקל וואס איך האב געטראפן אין "דער איד"
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 12:46 pm
דורך נולד מאוחר
איך מוראדיג נערוועז סקומט אן ערענסטע משפט.
איך וויס אבער נישט צי איך בין נערוועז וועגן דעם יום הדין, צי וועגן איך גיי פאסטן?
די נפק''מ איז צי איך זאל פטור ווערן פין די נעוועזקייט אדער זאח איך לאזן ארבטן.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 1:21 pm
דורך געפילטע פיש
די יום הדין איז שוין געווען 9 טעג צוריק, מ'סתם ביזטו נערוועז וועגן דו גייסט פאסטן, פון א יום סליחה ומחילה איז נישט דא פאר וואס צו זיין נערוועז, לשבר את האוזן, ווען מ'מאכט איין טאג א יאר וואס מ'פארדענט ארעסטאנטן וואס ווייזן אז זיי האבן חרטה פאר זייער קריימס, נישט געצאלט טעקס? זיי דיך מודה ומתוודה, זאג צו דו גייסט מער נישט טוהן און פטור אן עסק, געפארקט אי'לעגאל און באקומען א טיקעט? האב חרטה, און די טיקעט איז דיסמיסט. וואלסטו געווען נערוועז פאר אזא טאג?
דער אייבישטער ברוב רחמיו וחסדיו געט אונז אזא טאג יעדע יאר אין תשרי דעם צענטן.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 1:27 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע... אווער-סימפליפייאינג בתפארתה!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 1:36 pm
דורך זר זהב
געפילטע, אלעס פיין און וואויל ווען איינער וויל באמת תשובה טוהן. וואס איז אבער מיט איינער ווי מיר וואס האלט נאך
דא ?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 2:45 pm
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:די יום הדין איז שוין געווען 9 טעג צוריק, מ'סתם ביזטו נערוועז וועגן דו גייסט פאסטן, פון א יום סליחה ומחילה איז נישט דא פאר וואס צו זיין נערוועז, לשבר את האוזן, ווען מ'מאכט איין טאג א יאר וואס מ'פארדענט ארעסטאנטן וואס ווייזן אז זיי האבן חרטה פאר זייער קריימס, נישט געצאלט טעקס? זיי דיך מודה ומתוודה, זאג צו דו גייסט מער נישט טוהן און פטור אן עסק, געפארקט אי'לעגאל און מאקומען א טיקעט? האב חרטה, און די טיקעט איז דיסמיסט. וואלסטו געווען נערוועז פאר אזא טאג?
דער אייבישטער ברוב רחמיו וחסדיו געט אונז אזא טאג יעדע יאר אין תשרי דעם צענטן.
ניחמתני בני.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 3:09 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:געפילטע, אלעס פיין און וואויל ווען איינער וויל באמת תשובה טוהן. וואס איז אבער מיט איינער ווי מיר וואס האלט נאך
דא ?
איך ווייס נישט ווער ווען ווי, אונזער הייליגע תורה זאגט כי ביום הזה יכפר עליכם, זאגן חז"ל עיצומו של יום מכפר, ס'פעלט נאר אויס איין זאך, תשובה. וואס מיינט תשובה? עזיבת החטא, חרטה, וידוי, און קבלה על העתיד.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 12:43 pm
דורך נס קאווע
וואס איז איינער וואס ביי מוסף האלט ער נישט דערביי אבער פונקט ביי מנחה צופלאמט ער זיך און דאווענט שטייט און געלאסן?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 1:04 pm
דורך שמעקעדיג
נס קאווע האט געשריבן:וואס איז איינער וואס ביי מוסף האלט ער נישט דערביי אבער פונקט ביי מנחה צופלאמט ער זיך און דאווענט שטייט און געלאסן?
עס איז נישט מער ווי א יצה"ר, לויטן בעלזער רב...!!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:11 pm
דורך נס קאווע
אדער האט ער עס יא געזאגט, אדער האט עס דער חזן וואס האט געוואלט בארעכטיכן זיינע מעשים נאכגעזאגט בשמו
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 6:36 pm
דורך שמעקעדיג
יא, ראש חודש אלול איז שוין נאכאמאל אנגעקומען!
נאך א יאר איז שוין פארלאפן, און מען גייט אפגעבן דין וחשבון פאר אונזערע מעשים, און דורכזיפן אלע תגובות פון קאווע שטיבל צי עס ענטהאלט נישט גארנישט אקעגן די תורה...
ווי שוין געשמועסט אין דעם אשכול פאריאר, זענען פאראן אזעלכע אידן וואס ווילן אנטלויפן פון די טעג, און טוען נישט ווילקאמען די הייליגע טעג צוליב די א.ג. פרעשור. צו וואס דארף מען זיין צובראכן און דערשראקן, און פאסטן... צב"ש
די דאזיגע תגובה, אין א אנדערן אשכול, ברענגט ארויס די זעלבע נקודה קלאר און דייטליך.
און ליידער האבן מיר אויך געהאט די געלעגנהייט צו הערן אז טייל 'אידן' פאסטן נישט גאר אום יוכ"פ.
איז כדאי און ראוי מעתיק צו זיין וואס איינער האט מיר אנגעוויזן אין הייליגן "חינוך", אז די גאנצע מצוה פון עינוי אום יוהכ"פ איז נישט מער ווי א חסד ה', ממש ווי אן אינוועסטמענט, עס לוינט זיך אונז צו פאסטן און זיך מתענה צו זיין די פאר שעה, פאר אונזער אייגענע טובה! אזוי האבן מיר א בעסערע טשאנס ארויסצוגיין זכאי בדין. (והוא הדין מיט אלע אנדערע סגולות).
ולחיבת הקודש, לאמיך עס מעתיק זיין, וישמעו רחוקים ויבואו:
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 7:06 pm
דורך I'm back
און אז מען רעדט שוין וועגן דער אויבנדערמאנטע תגובה...
דער [tag]ממי_שאמרו[/tag] דארף מען אריינשלעפן צוריק.
ער קומט אריין יעדער שטיק צייט, אבער ער האלט אן א תענית דיבור.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:17 am
דורך אשכולות אויפוועקער
wake up
נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:59 am
דורך Chasidishmashpia
already heard the shofer but es hut mir nisht gechapt a tsiter. "az men zindigt nisht darf men nisht tshive tin"
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:02 pm
דורך שמעקעדיג
האב איך הנאה צו זעהן א נייער אלבום וועלכע מען פארקויפט אין די געשעפטן פאר די קינדער, מיטן ציל אריינצוברענגען א ליבשאפט צו די הייליגע טעג.
# בעטער לעיטער דען נעווער.
.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:32 pm
דורך שמעקעדיג
און שוין ווייטער שטייען מיר מיט א פוס אריין אין די הייליגע טעג הבעל"ט...
אפשר דאך קען איינער רעקאמענדירן עפעס א ספר ועלכע זאל אריינגעבן א חשק און א גוטע געפיל אין די טעג?
Re: די הייליגע טעג - א פרעשור?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:33 pm
דורך samiam
שמעקעדיג האט געשריבן:און שוין ווייטער שטייען מיר מיט א פוס אריין אין די הייליגע טעג הבעל"ט...
אפשר דאך קען איינער רעקאמענדירן עפעס א ספר ועלכע זאל אריינגעבן א חשק און א גוטע געפיל אין די טעג?
איך האלט אז עס האט אסאך מיט ווי די דאווענסט.
אין מיינע יונגע יארן האב איך ג'דאווענט און א אשכנז סטייל שול, ווי די גאנצע עולם צוזאמען מיט די רב זענען אלא געווען זייער ערנסט און אנגעצויגען און די אנגעצויגענקייט האט איבערגענומען די גענצע עולם.
היינטיגע טעג דאווען איך אין א קליינע שטיבל ווי מען מעג שמייכעלן ר''ה און אפילו יו''כ און אפילו אויב איך זיץ א גאנץ דאווענען שפיר איך אז מיינע תפילת קומען אעהן די זעלבע הויך ווי די יונגערמענ'ס וואס שאקל'ט פון אדו"ע ביז אדו"ע.
און פון דעם עקפיריענס האלט איך אז עס האט בעיקר מיט די סביבה און נישט א פערסענאל הכנה וואס מען דארף טוהן.
די הייליגע טעג - א פרעשור?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:39 pm
דורך ירא שמים
.
Re: די הייליגע טעג - א פרעשור?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 7:41 pm
דורך גרויסע מענטשעלע


נוי מאר פרעשיער
Re: די הייליגע טעג - א פרעשור?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 7:57 pm
דורך mevakesh
מילא ליפא איז נישט קיין חידוש אבער וואס גייט יואלי טוהן ביים פארברענגען? טרייבען ליצנות? זינגען ראמעניא?
Re: די הייליגע טעג - א פרעשור?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 8:09 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
יואלי אגב איז א שיינער בעל תפילה ער דאווענט ניסוח קארליבאך/ ניקלשבורג
נאר וואס די מוזיקה פאסט נישט
Re: די הייליגע טעג - א פרעשור?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 8:11 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
אבער שמעתי כווייס נישט ער זאגט איבער אבער קומט צו זיין פאטער א סליחות פארטאגס אויך
Re: די הייליגע טעג - א פרעשור?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 8:32 pm
דורך גרויסע מענטשעלע