בלאט 4 פון 10

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:38 pm
דורך [NAMELESS]
א רעפארט האב איך יעצט געזעהן אז די נייע IOS וועט זיין אוועיליבל צו דאונלאד'ן בשעה 10 פאסיפיק טיים. דאס מיינט 1 אזייגער אין ניו יארק

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 2:29 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט אראפגעלודט ios 6 און אן די נייע פיטשעווקעס זעה איך שוין מעכטיגע שינוים!! קודם קול סאפארי בראוזער ארבייט זייער זייער שנעל. סאך שנעלער ווי ביז יעצט. און צווייטענס, קוק אהער!! מ׳קען שוין ארויפלאודען בילדער!!

אפלאודעט פון אייפעד!!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 2:31 pm
דורך געפילטע פיש
וואס געשעט ווען מ'קוועטשט Choose Existing? ס'נעמט דיר צו די פיקטשערס עפפ?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 2:34 pm
דורך [NAMELESS]
יא

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 5:37 pm
דורך שמעקעדיג
יעצט לייען איך אז מען האט געהעקט דעם אייפאון 4 ?
http://ct.zdnet.com/clicks?t=1152533749 ... =ZDNET&s=5

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 6:41 pm
דורך אךשמח
ראשעקאל האט געשריבן:יעצט אראפגעלודט ios 6 און אן די נייע פיטשעווקעס זעה איך שוין מעכטיגע שינוים!! קודם קול סאפארי בראוזער ארבייט זייער זייער שנעל. סאך שנעלער ווי ביז יעצט. און צווייטענס, קוק אהער!! מ׳קען שוין ארויפלאודען בילדער!!

אפלאודעט פון אייפעד!!

איר באמערקט די שמחה?

דער ענדרויד האט תמיד געהאט די מעגליכקייט ארויפלייגן בילדער און דער באגרעניצטער אייפאון האט עס ענדליך נאך עטליכע יאר. און די פרייד איז געוואלדיג.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 6:45 pm
דורך שמעקעדיג
פון וואו ווייסטו אז ער זאגט עס פון שמחה? אה, אפשר ווייל דו הייסט "אךשמח"?..

דזשאסט קידינג, איי געט יאר פוינט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:55 pm
דורך שמעקעדיג
פעסט פארווערד צו איי-פאון 10...

(קרעדיט: פאטאשאפ פון אייוועלט)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:57 pm
דורך שמעקעדיג
און וואס ווייטער?....

(איינער שרייבט דארט אז ער האפט די נייע פאון וועט האבן א "עלעוועיטאר" עפפ.....)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:23 am
דורך אךשמח
..."An Apple fan walks into a bar... Orders the same drink as yesterday, but pays more."

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:59 am
דורך אךשמח
עפל 3D...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:35 am
דורך געפילטע פיש
Apple is sueing god for patent infringement, Apple created lighting.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:42 am
דורך אבי גערעדט
יא יא... בשעת מיר מאכן דא ליצנות האט שוין עפל "פרי ארדער'ד" א גוטע 2 מיליאן אייפאונס, אין רישט זיך צו פארקויפן נאך א שיינע פאר מיליאן שטיקלעך בלויז אין דיזן וויקענד (טייל רעדן פון 7-8 מיליאן בלויז דעם וויקענד, דער אייפאון קומט ארויס פרייטאג)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:23 am
דורך טראכט
אבי גערעדט האט געשריבן:יא יא... בשעת מיר מאכן דא ליצנות האט שוין עפל "פרי ארדער'ד" א גוטע 2 מיליאן אייפאונס, אין רישט זיך צו פארקויפן נאך א שיינע פאר מיליאן שטיקלעך בלויז אין דיזן וויקענד (טייל רעדן פון 7-8 מיליאן בלויז דעם וויקענד, דער אייפאון קומט ארויס פרייטאג)

דאכט זיך אז סעמסאנג האט געהאט ארום 9 מיליאן פרי ארדערס

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:13 pm
דורך העי נאו
לכבד די הייליגע טעג האט עפל פאר אינז ענדרוד יאזערס מזכה געווען מיט די מצוה פון ווייזן דירעקשענס פאר די פארבלאזשעטע "איי אוי עס 6" מעפס באניצערס. למשל ווי זיך טרעפן אינמיטן א פארק זיכענדיג די טרעין סטעשען אדער טרעפן אז זיין אפיס האט גאמויפט אין מיטן האצען ריווער אין דער בריטש העכערן האווער דעמם ווערט א ראלער קויסטער בקיצור גרייטס ענק אן מאכט זיכער אז אייער ענדרוד פאון איז געטשארשד און האלט גוגעל מעפס אופען וועגן מגייט עס דארפן ניצן פאר די אלע צומישטע עפל פענס...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:24 am
דורך געפילטע פיש
די אייציגסטע עצה וואס איז געבליבן פאר איי או עס 6 יוזערס איז צוריקצוגיין צו פאפירענע מעפס.
בילד

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 12:28 pm
דורך פערינא
http://www.zerohedge.com/news/2012-09-2 ... ail-stores

זיראהעדזש איז א בוקמארק אויף מיין טעלעפאן, דער אנאנימער שרייבער איז מתלמידי דר. גלום ענד דום. אין די קריזיס פון 08' איז ער געווען ברום המעלה. ער האט קאנסטענטלי מארקעט מאווינג סקופס און די קרעדיט מארקעט און אין די עקוויטי מארקעטס. פאר נעקעד שארט סעלינג איז געווארן בענדט ביי די עס. אי. סי. פלעגט מען עס זעען אפט געקוואט אין די מעינסטרים מידיא

ער האט א אינטערעסאנטער אנאליז ווי ווארנעיביל עפעל איז צי זייער מעין מעניופעקטשערע סופלייער/פארטנער פאקסקאן. און מזעט שוין ווי פאקסקאן הייבט שוין אן שארפען זייער ציין.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 9:16 am
דורך פערינא
מה עשה קארמא, איבער די וויקענד איז געווען א קליינע דיסטערבאנס ביי איינע פון פאקסקאן'ס פאבריקען און דאס באליבטע עפעל פלונטשט יעצט פרי מארקעט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:11 pm
דורך זר זהב
לול... ס'סאונד אבער ווי זי "עקט" אדער איז זי סלאו

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:19 pm
דורך חד גדיא
שמעקעדיג האט געשריבן:און וואס ווייטער?....

(איינער שרייבט דארט אז ער האפט די נייע פאון וועט האבן א "עלעוועיטאר" עפפ.....)

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=XNBP18nrRdw[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:21 pm
דורך אוי טאטי
נא?.. וואס האסטו געמיינט, אז נארמאלע מענטשען ווארטן דארט פאר צוויי טעג?..

ביי די וועי האט זי עפעס שייכות מיט פרוי וואלאסקעז, די מיעוסטע פרוי פון די וועלט??

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:22 pm
דורך זר זהב
זי איז טאקע אויסגעדארט. אפשר פון זיצן דארט אזוי לאנג אן עסן

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 10:42 am
דורך טעלעפאן
http://www.apple.com/letter-from-tim-cook-on-maps/

טים קוק אנטשולדיגט זיך