Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 4:35 pm
איש את רעהו האט געשריבן:הנוי והנצח האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:הנוי והנצח,
ס'איז באמת א פארגעניגען צו זעהן אייערע תגובות געשריבען באריכות, מיט אסאך פרטים, און זייער קלארע און דייטליכע ווערטער. ס'קוקט אויס ווי איהר האט זייער א קלארע און זיכערע מיינונג.
למעשה נאכ'ן אפליינען א שיינע צאהל פון אייערע תגובות קוקט אויס ווי בסך הכל זאגט איר איין זאך: מ'דארף טראסטן עסקנים און קהילות. די רבנים ווייסען וואס זיי טוען, מ'ברויך געטרויען די מוסדות וכו' וכו'.
מיין שאלה איז, צו אייער ווערטער איז באזירט אויף עקספיריענס, נעמלעך איהר קענט די מענטשען און איר ווייסט אז זיי טוען גוטע זאכען, אדער איהר שטעלט זיך פאר אז כל ישראל בחזקת כשרים.
די סיבה פארוואס איך פרעג איז ווייל איך האב דווקא א פאר קשיות.
למשל, די עהרליכע און געטרייע עסקנים האבען עפעס א נארמאלע פלאן דא וויאזוי צו פאררעכטען די צעבראכענע ענגליש סיסטעם?
אדער למשל, וואס זענען די וועידזשעס פון די עסקנים וואס ארבעטען פאר די קאמפיין?
איך מיין דאס זענען זייער פשוט'ע און זאכליע שאלות, ס'בכלל נישט קיין ליצנות.
אדרבה, איך וויל הערען אייער ענטפער.
(נ. ב. אויב איהר פלאנט נאכאמאל איבער צו חזר'ן אז מ'האנדעלט דא פון וועטעראן עסקנים און הייליגע רבנים איז באמת א שאד אייער טינט)
ר' גדליה, יישר כח פאר אייער אבזערוואציע. איך וואלט זיך געוואלט באציען צו דעם וואס איר שרייבט צו די עסקנים "האבען עפעס א נארמאלע פלאן דא וויאזוי צו פאררעכטען די צעבראכענע ענגליש סיסטעם". ס'איז אינטערסאנט, ווייל אין די ערשטע תגובה אייערע שרייבט איר אז מען וויל ליידער אריינברענגען ביי די קינדער אז מען זאל לערנען די לאטיינישע בוכשטאבן און עי. בי. סי. רח"ל, משמע פון דעם אז ס'איז גאר א פראבלעם צו לערנען ענגליש.
וממילא אויב איז די רעגירונג געקומען און איינגעפירט נייע סטאנדארטן, דארף מען זיך צושטעלן און זעהן וויאזוי מען קען עס צופאסן עס זאל זיין די גרעסטע תועלת פאר אונז. אויב די רעגירונג וויל אלץ א "סטאנדארט" (נישט אלץ די עצם לימודים) קאמאן קאור,
די רעגירונג האט דאס נישט פארלאנגט
ווער איז געזעצן ביי די החלטה אז "מען דארף זיך צושטעלן" וועלכע רבנים? האבן זיי טעלעפאן נומבער'ס ווי מען קען ביי זיי דאס מברר זיין?
ווי איז פארגעקומען די זיצונג ?
אזויווי געשריבן אין פריערדיגע תגובות, פעלט נישט אויס קיין אסיפת הרבנים אויף דער נושא, דאס איז א זאך וואס באלאנגט צו די מנהלי המוסדות, פונקט אזוויווי זיי זענען מחליט וועלכע סטאנדארטן און אופנים מען גייט אננעמען ביי די לימודי קודש, און ווער ס'גייען זיין די מלמדים וכדו'. געווענליך וועלן די מנהלים מאכן די החלטה נאכן זיך דורכרעדן מיט זייער מנהיג וואס פירט דעם מוסד. אויב דו האסט א פראבלעם אין דעם "הירוס הדת" וואס מען האט איינגעפירט, ביסטו וועלקאם ארויסצונעמען דיינע קינדער פון דארט.....
ליין אלע מיינע תגובות וועסטו בעסער פארשטיין.
Sent from my SM-G930P using Tapatalk