בלאט 4 פון 15

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 8:11 pm
דורך מידת הדין
סאנבאר, איך ווייס אז איר רעדט פון מיר. כ'אנטשולדיג זיך אויף די אומאנגענעמליכקייט וואס כ'האב אייך געשאפן. כ'וועל פרובירן צו ענטפערן שנעלער.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 9:00 pm
דורך אויס מענטש
גם אני בחלומי איך ווארט שוין א שיינע פאר חדשים צו הערן פון זיי און עס איז נאכקיינמאל נישט געלונגען

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 10:15 pm
דורך מידת הדין
ביטע נישט באשולדיגן די גאנצע באהערדע אין די חטא פון א יחיד. איך בין געווען געפערליך פארנומען די לעצטע צוויי חדשים און איך בין נישט נאכגעקומען די גרויסע פארלאנג קיין עין הרע.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 10:35 pm
דורך sunbar
איך וועל מיך באגיין מיט מידת הרחמים. איך בין אייך מוחל בלב שלם... ;)

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 3:40 pm
דורך ראשעקאל
פארוואס איז קאווע שטיבעל געווען דאון אפאר מינוט??
דאס איז ארויפגעקימען :

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 3:51 pm
דורך באריסטא
ווי איר זעט איז דער פראבלעם שוין פארראכטן. מיר ווילן דערמאנען אז אין אזעלכע פעלער שטעלן מיר ארויף מעלדונגען אויף טוויטער:
https://twitter.com/kaveshtiebel

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 1:25 pm
דורך בעריש
איך זע נישט טייל פון די הודעותת קומט ארויף בלענק אלץ א תגובה, אדער ביי ציטיר זע איך נישט די ציטירטע שטיקל נאר די הוספה דערויף.
האט דא נאך איינער דעם פראבלעם?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 1:39 pm
דורך יידל
איר פארמאגט אפשר א פילטער?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 1:54 pm
דורך בעריש
יא

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 2:03 pm
דורך מ גפני
בעריש האט געשריבן:איך זע נישט טייל פון די הודעותת קומט ארויף בלענק אלץ א תגובה, אדער ביי ציטיר זע איך נישט די ציטירטע שטיקל נאר די הוספה דערויף.
האט דא נאך איינער דעם פראבלעם?


איך אויך, ס'איז א J-NET פראבלעם

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 2:50 pm
דורך בעריש
מ גפני האט געשריבן:
בעריש האט געשריבן:איך זע נישט טייל פון די הודעותת קומט ארויף בלענק אלץ א תגובה, אדער ביי ציטיר זע איך נישט די ציטירטע שטיקל נאר די הוספה דערויף.
האט דא נאך איינער דעם פראבלעם?


איך אויך, ס'איז א J-NET פראבלעם


איז דא עפעס אן עצה דערצי?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:14 pm
דורך יידל
ניין, חוץ בעטן j-net זיי זאלן עפעס טון דערצו און ווארטן אז זיי זאלן טאקע עפעס טון.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:26 pm
דורך שמעקעדיג
ווען מען צוטיילט דא אשכולות אדער מען לייגט צו נייע (טעכנאלאגיע למשל, אדער אין מאחורי די חלוקה) ווערן אלע הודעות דארט כאילו עס איז נאך נישט געליינט געווארן (איך זעה דערויף דעם אראנזשן באקסעלע, כאילו עס איז נאך פאראן דארט אומגעליינטע הודעות).

עס מאכט זייער נערוועז.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 10:43 am
דורך קאווע טרינקער
פארוואס ווען משרייבט אין ענגליש, איז די לעצטע אות אדער פונטעלע אויף די לינקע זייט
למשל
Got my point?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:30 pm
דורך אברעמעל
ווייל ס'איז די היברו ווערסיע.
קוק אונטן "באזירט אויף phpBB.co.il - פורומים בעברית."

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 4:39 pm
דורך געפילטע פיש
איך קען נישט שרייבען קיין תגובות משום איזה סיבה שהיא.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 4:55 pm
דורך געפילטע פיש
test

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 5:35 pm
דורך שמעקעדיג
סעים היער.
אדער קען מען נישט שרייבן, אדער שרייבט זיך יעדע תגובה 101 מאל...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 5:37 pm
דורך באריסטא
עס קוקט אויס אז דער פראבלעם איז אז עס נעמט עטליכע מינוט ביז ס'ווערט געפאוסט, און אויב מ'פרובירט עטליכע מאל ווערן אלע פראבעס ארויפגעשטעלט.
יעצט זעט אויס אז דער פראבלעם איז אוועק.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 6:49 pm
דורך אריק
איך בלייב נישט אריינגעסיינט, טראץ וואס איך דרוק דעם קנעפל צו בלייבן אריינגעסיינט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:51 pm
דורך יידל
דו נוצט די טעמפארערי לינק?

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 1:18 pm
דורך בדחן
וואס גייט דא פאר?
איך האב געעפענט א נייע אשכול און געזעלשאפט פארום, פאר עפעס א סיבה איז עס נעלם געווארען,
אבער ביי די הויפט בלאט זע איך נאך יא אז איך בין דער לעצטער שרייבער און יענע פארום, פארוואס איז עס נעלם געווארען? און ווי אזוי זע איך נאך דארט מיין נאמען?

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 1:39 pm
דורך Java
בדחן האט געשריבן:וואס גייט דא פאר?
איך האב געעפענט א נייע אשכול און געזעלשאפט פארום, פאר עפעס א סיבה איז עס נעלם געווארען,
אבער ביי די הויפט בלאט זע איך נאך יא אז איך בין דער לעצטער שרייבער און יענע פארום, פארוואס איז עס נעלם געווארען? און ווי אזוי זע איך נאך דארט מיין נאמען?

איר מיינט דעם אשכול? מיר האבן דאס אריבערגעפירט צו "א שמייכל" פארום. קומענדיגע מאל ווען איר האט אזא סארט פראגע קענט איר פרעגן א מנהל אין אישית.