בלאט 4 פון 16
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2020 8:50 pm
דורך בר בי רב
אין דעם ענין פון ערוה, איז שווערליך וואס רב הונא זאגט עגבות אין בהם משום ערוה. ווי פארט זיך עס מיט טפח באשה ערוה? ווי אויך ס'א סתירה דשמואל אשמואל.
די בעסטע מהלך צו מיישב זיין די סוגיא אויפן פלאץ דא, איז ס'דא צוויי דינים אין ערוה. שמעתי אז ס'דא ראשונים וועלכע לערנען אפ די סוגיא אנדערש. ווי אויך די ירושלמי זעט עס אנדערש, אבער דא אויפן דף, באופן היותר פשוט איז אזוי.
לא יראה לך ערות דבר. ווער זעט? די אויגן זעען. חזל האבן אבער פארשטאנען אז אויך שאר חלקי הגוף טארן נישט זען די ערוה. דאס הייסט, יעדעס אבר וואס זעט נישט געווענטליך קיין ערוה ווען א מענטש גייט מכנסיים, טארן נישט זען בשעת א דבר שבקדושה. דעריבער, לבו רואה את הערוה אסור, און שפעטער א מחלוקת אויב עקב רואה את הערוה.
דא אין די ברייתא שטייט, הישן במטה עם בניו ובני ביתו לא יקרא עא"כ טלית מפסקת. מ'איז מוקים אז ס'איז מחלוקות התנאים, און אליבא דשמואל אפילו אין טלית מפסקת, מחזיר פניו וקורא. וואס איז מיט רואה ערות עצמו? זאגט תוס מוציא פניו לחוץ. און לבו רואה את הערוה? בחוצץ בטליתו. בלייבט נאר איבער א שאלה איבער עגבות. ס'הייסט אדער גבו רואה את עגבה, אדער ווי רש"י זאגט נוגעות אהדדי. רש"י קומט נישט מדין נגיעה, נאר עגבה זו רואה עגבה זו. מקען נישט זאגן בחוצץ בטליתו, ווייל מ'רעדט אז ס'נישטא קיין טלית המפסקת.
דעריבער זאגט רב הונא ס'געדרינגען עגבות אין בהם משום ערוה. א ראיה פון משנה אין חלה, דארט איז זי אליינס אין א צימער, און אז מ'איז מכסה די ערוה דארף מען זיך נישט זארגן איבער עגבות.
דאס זעלבע ביי שיער יוצא בבגדו, או בבגדה, שער שער. ס'איז גארנישט.
נאכדעם שמועסט די גמרא איבער ראיות וואס זענען מעורר א תחושה שאינה של קדושה, וואס גייט אויך אריין אין כלל פון ולא יראה לך ערות דבר, אבער דאס האט נאר מיט די אויגן און מיט צוויי מענטשן, עין רואה והלב חומד. שיער וואס פאר א שורה צוריק איז שער שער, איז דא שער באשה ערוה.
תןרה היא וללמוד אני צריך.
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2020 8:56 pm
דורך בר בי רב
chosen people האט געשריבן:בר בי רב האט געשריבן:אמר אביי לא שנו אלא בכלי שהוא כליין, אבל אינו כליין אפילו פחות מטפח.
שפעטער זאגט אביי אז לגבי ספר תורה, ס'הייסט בכלל א כלי פאר חציצה נאר בדאינו מאניה, ס'איז נישט קיין באשטימטע מטפחת ספר תורה. אבער כליין אפילו עשרה ווערן בטל צום ספר. יעדע מטפחת ספר האט א חלל טפח. פארוואס איז ביי תפילין אנדערש? פארוואס א תפילין בייטל הייסט בכלל א חציצה?
כדי צו הייסן איין כלי דארף עס זיין א טפח, כדי עס זאל הייסן כלי בתוך כלי העלפט שוין נישט קיין טפח עס מוז זיין בכלי שאינו גלייך.
לאז אפ טפח. פארוואס ביי א ס"ת איז חציצה בדאינו מאניה דוקא און ביי תפילין איז כליין יא גוט?
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2020 10:58 pm
דורך chosen people
בר בי רב האט געשריבן:chosen people האט געשריבן:בר בי רב האט געשריבן:אמר אביי לא שנו אלא בכלי שהוא כליין, אבל אינו כליין אפילו פחות מטפח.
שפעטער זאגט אביי אז לגבי ספר תורה, ס'הייסט בכלל א כלי פאר חציצה נאר בדאינו מאניה, ס'איז נישט קיין באשטימטע מטפחת ספר תורה. אבער כליין אפילו עשרה ווערן בטל צום ספר. יעדע מטפחת ספר האט א חלל טפח. פארוואס איז ביי תפילין אנדערש? פארוואס א תפילין בייטל הייסט בכלל א חציצה?
כדי צו הייסן איין כלי דארף עס זיין א טפח, כדי עס זאל הייסן כלי בתוך כלי העלפט שוין נישט קיין טפח עס מוז זיין בכלי שאינו גלייך.
לאז אפ טפח. פארוואס ביי א ס"ת איז חציצה בדאינו מאניה דוקא און ביי תפילין איז כליין יא גוט?
קודם ביי תפילין איז אויכעט דא א חילוק צו עס כליין צו נישט, אויב עס איז כליין דארף עס זיין גרויס א טפח, משא''כ כשאינו כליין איז נישט קיין חילוק ווי גרויס דאס איז איז עס חוצץ. און לכאורה די זעלבע הלכה וועט זיין ביי ס''ת אז עס דארף זיין גרויס לכה''פ א טפח נאר די גמרא דארט מאכט נישט קיין חילוק ווייל א צודעק פאר א ס''ת איז זיכער גרעסער ווי א טפח.
נאך א הלכה אויב עס איז כליין קען עס זיין גערעכט ווי נאר איין כלי, אפילו די האסט 10 צודעק'ס אבער אויב אלע זיין כליין ווערט עס אויס גערעכנט ווי איינס. און די הלכה איז ביי א ס''ת דארף עס זיין כיס בתוך כיס, עס דארף האבן 2 כיסויים. למשל אויב ער האט איין צודעק פון כליין און איין צודעק פון שטייט כליין וועט עס זיין גוט.
בקיצור אויב עס איז כליין האט עס צוויי חסרונות.
א. עס מוז זיין גרויס לכה''פ א טפח
ב. עס וועט אייביג זיין גערעכנט נאר ווי איין צודעק אפילו איך האב אפאר..
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2020 7:19 am
דורך בר בי רב
ברכות דף כה
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 7:21 am
דורך בר בי רב
ברכות דף כו
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 8:48 am
דורך בר בי רב
דאס וואס די גמרא גייט אריין אין א דיון ווען הייסט צואה כחרס, איז לכאורה נישט אין פלאץ. ס'כאפט א נפקא מינה נאר למר זוטרא שאמר מותרת. לויט רבה בר רב הונא אמר רב אפילו כחרס אסורה, דאס הייסט אין יעדן מצב, איז נישט וויכטיג צו וויסן די גדר פון כחרס
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 8:49 am
דורך בר בי רב
לויטן ת"ק אז מ'מעג זיצן אין מים צלולים און ליינען ק"ש, ווען פונקטליך טאר מען נישט? ווען הייסט די ערוה יא אויפגעדעקט? רבא זאגט דאך בראיה תליא מילתא, איז דאך נישט קיין הבדל פון מים צלולים אדער גארנישט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 8:50 am
דורך בר בי רב
צואה על בשרו איז א מחלוקות רב הונא ורב חסדא, אבער צואה על סנדלו איז א תיקו. לויט רב הונא דארף דאס זיכער צו זיין מותר. ניין?
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 8:52 am
דורך בר בי רב
אין די ברייתא רעדט מען פון צוויי פראפאזיציעס, אחרי המטה און תחת המטה. די אבעיא מרב יוסף לרב הונא זאגט רשי איז אויף תחת המטה. ג ודאי שרי, עשרה ודאי אסור. ס'הייסט די בעט קען נישט איינשלינגען דאס עביט אויב ס'א באזונדער רשות.
מ'קען דאך אבער אויך מוקים זיין די איבעא אויף אחורי המטה. צו די בעט הייסט א מחיצה. ג ודאי אסור, צען הייסט א מחיצה
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 12:45 pm
דורך בר בי רב
וואס איז די מעשה מיט ביה"כ דפרסאי? וואס מיינט כסתומין דמי? הא ביה"כ שאמרו עא"פ שאין בו צואה. פארוואס איז פרסאי בעסער?
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 12:46 pm
דורך בר בי רב
מעוות לא יוכל לתקון, די גמרא וואלט געקענט זאגן אפילו באונס, נאר נאך צוויי תפילות ווען מ'קען מער נישט משלים זיין.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 12:47 pm
דורך בר בי רב
הבדיל בשניה ולא הבדיל בראשונה.. קשיא.
פארוואס ענטפערט נישט די גמרא, לעולם פארן פארגעסן הבדלה אין מחזירין אותו. נאר דא אז שנייה האט יא הבדלה אין ראשונה נישט, גלי דעתיה בזה אז ראשונה איז מנחה, און תשלומי מנחה קומט נאך מעריב? תוס ברענגט נאך דער רי"ף וואס אזוי גענוי.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 12:47 pm
דורך בר בי רב
תוס עד פלג המנחה. איינער פארשטייט די תוספות? ער פרעגט פון וואנעט נעמט רבי יהודה עד פלג המנחה? די ברייתא זאגט דאך שהרי תמיד של בין הערביים קרב והולך עד פלג המנחה. נאר פון ווייסט מען איבערן תמיד פרעגט ער? איז וואס ענפערט ער קטורת?
Re: דף יומי
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 8:48 pm
דורך משהה פרידמן
בר בי רב האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט ביה"כ דפרסאי? וואס מיינט כסתומין דמי? הא ביה"כ שאמרו עא"פ שאין בו צואה. פארוואס איז פרסאי בעסער?
ווייל ביה"כ פרסאי האט 'קיינמאל' נישט קיין צואה משא"כ א געווענליכע ביה"כ
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 11:26 pm
דורך בר בי רב
משהה פרידמן האט געשריבן:בר בי רב האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט ביה"כ דפרסאי? וואס מיינט כסתומין דמי? הא ביה"כ שאמרו עא"פ שאין בו צואה. פארוואס איז פרסאי בעסער?
ווייל ביה"כ פרסאי האט 'קיינמאל' נישט קיין צואה משא"כ א געווענליכע ביה"כ
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
בשעת מעשה איז דאך יא דא.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 11:49 pm
דורך יין שרף
בר בי רב האט געשריבן:משהה פרידמן האט געשריבן:בר בי רב האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט ביה"כ דפרסאי? וואס מיינט כסתומין דמי? הא ביה"כ שאמרו עא"פ שאין בו צואה. פארוואס איז פרסאי בעסער?
ווייל ביה"כ פרסאי האט 'קיינמאל' נישט קיין צואה משא"כ א געווענליכע ביה"כ
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
בשעת מעשה איז דאך יא דא.
רק עוברת דרך שמה, אבל אינה קובע שם מקום (כעין מש"כ רש"י לעיל במצורע שעובר תחת האילן)
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 12:11 am
דורך בר בי רב
רבא גופא איז דאך מחלק צווישן צואה און מצורע.
שוין, דער עיקר אז ביה"כ מיט א פלאש איז נאך בעסער פון פרסאי.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 12:28 am
דורך cictim
עיין ברמ"א:
בית הכסא שהוא בחפירה ופיו ברחוק ד' אמות מן הגומא והוא עשוי במדרון בענין שהרעי מתגלגל ונופל מיד למרחוק וכן המי רגלים יורדים מיד לגומא כסתום דמי ומותר לקרות בו אם אין בו ריח רע וגם אין משתינין בו חוץ לגומא.
הגה: אבל אם משתינין בהם לפעמים אסור להרהר בהם בדברי תורה כל שכן לקרות קריאת שמע (הגהות מיימוני):
סי' פ"ג סעיף ד'
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 8:56 am
דורך בר בי רב
ברכות דף כז
נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2020 7:31 am
דורך בר בי רב
ברכות דך כח
נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2020 1:34 pm
דורך בר בי רב
וואס איז די ראיה אז הלכה כרבי יהודה פון דעם וואס רב מצלי של שבת בערב שבת? ווען זמן שחרית ענדיגט זיך בארבע שעות איז נאכנישט זמן מנחה. פארוואס מוז זיין אז סוף זיין מנחה איז אויך תחילת זמן ערבית?
פון דעם זעט מען אז דער עיקר טעם איז תפלות כנגד קרבנות תקנום. הקטר חלבים הייבט זיך אן וויבאלד עליה השלם כל הקרבנות.
אבער פון דעם אז רב הונא האט נישט געדאווענט פאר ליכט צינדן איז זיכער קשה. מהיכי תתי די סיבה איז געווען ווייל זמן מנחה גייט נאך אן?
נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2020 1:34 pm
דורך בר בי רב
המתפלל אחורי רבו
רש"י'ס פשט אז אחורי רבו איז אויך יהורא שטימט מיט די איבעריגע פונקטן אויפן ליסטע, כבוד הרב
נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2020 1:35 pm
דורך בר בי רב
עוז צוקרמן ברענגט בשם נגה הראובני א שיינע פשט.
פארוואס חלש דעתיה דרבן גמליאל? ער האט דאך געוויסט אז ס'דא הונדערטער לא נתקבל אפליקאציעס. איז וואס איז די חידוש אז נתוספו ספסלי ביהמ"ד? זיין שיטה איז דאך געווען אז די תלמידים זענען נישט ראוי צו לערנען תורה.
און אין זיין חלום ווייזט מען אים א משל צו אין תוכו כברו. דאס ווייסט ער דאך שוין.
אלא, טייטש ער חצבא אזא סארט געוואוקס וואס וואקסט מיט ווייסע בלומען. אין די זומער ווען די בלומען שפראצן אנטוויקלען זיי זיך צו פרוכט. אזא בלום וואס שפראצט אינעם ווינטער איז פול מיט א שווארצע שטויב. א שווארץ שטויב בלום ווערט פארוועלקט און אנוויקלט זיך צו גארנישט.
רבן גמליאל איז געווען באזארגט טאמער זיין שיטה איז נישט אויסגעהאלטן. האט מען אים געוויזן ער זאל זיין רואיג. פון די תלמידים ווען אויסוואקסן ווי א ווייס חצבא בלום פול מיט שווארצע אש.
ולא היא. ההוא ליתובי דעתיה היא דאחזו ליה