בלאט 4 פון 4
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2020 5:49 pm
דורך אישתישבי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:עס איז גראדע יא דא א מציאות פין ריינע בלוט אפילו היינט, אױב מען ווייסט אז דער בלוט איז פין א מכה. און עס איז דא קאמפליצירטע הלכות ווען מען קען תולה זיין אז עס קומט פין א מכה.
דאס וואס די שרייבסט אז ימי טהרה איז נאך 11 טעג, איך געדענק נישט אז די וועג זאלען אנגערופען ווערען מיט דער נאמען ימי טהרה. און דאס וואס דו זאגסט, אז נאך דער 11 טעג ווערט זי א נדה און נישט א זבה, איז באקאנט אלץ שיטת רש"י, דער רמב"ם כידוע האט שלא כדרכו א אילאגישע שיטה אין דעם.
דם מכה איז עכט נישט קיין דם. ווי דער רמב"ם איז מקדים אז אלע דמים זענען פון איין מקור, נאר דאס איז דם נדה און דאס איז דם זיבה וכדברי הגמ' 'מעין אחד הן התורה טמאתו והתורה טהרתו'. משא"כ דם מכה וואס איז מעקירא דמילתא נישט די סארט דם. די סוגיא איז תלייה בדם מכה, וואס פון דעם רעדן די פוסקים בארוכה.
א יישר כח פאר צולייגן דער וויכטיגע פונקט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 9:01 pm
דורך טראכטכמוני
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דם מכה איז עכט נישט קיין דם. ווי דער רמב"ם איז מקדים אז אלע דמים זענען פון איין מקור, נאר דאס איז דם נדה און דאס איז דם זיבה וכדברי הגמ' 'מעין אחד הן התורה טמאתו והתורה טהרתו'. משא"כ דם מכה וואס איז מעקירא דמילתא נישט די סארט דם. די סוגיא איז תלייה בדם מכה, וואס פון דעם רעדן די פוסקים בארוכה.
איך וויל נאר צולייגן פאר קלארקייט פורפאסעס איך גלייב האסט דאס געמיינט: דם מכה איז אודאי יא דם, נאר עס איז נישט פון דאס פלאץ וואס די פוסקים רופן אן בשם "דעם מקור", ווען די רמב"ם און פוסקים רעדן פון "מקור" מיינט עס די פלאץ פון וואו די נדה בלוט קומט וואס אין לשה"ק האט נישט קיין שם עצם - א שטייגער ווי "אותו מקום" וכהנה רבות - ממילה רופט מען עס "מקור" ווייל די תורה רופט עס אן (ויקרא כ יט) "מקור דמיה".
(עיין ביראים
https://www.sefaria.org/Sefer_Yereim.26 ... l&lang2=he)
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 9:23 pm
דורך טראכטכמוני
בן חכמוני האט געשריבן:א הערה וואס איך האב איז אז וויפיל איך פארשטיי איז נישט פארהאן א חילוק אין קאליר צווישן דם נדה און דם זיבה. עס זענען פינף קאלירן וואס זענען טמא און דאס איז עס. דער מחלק פון זיבה און נדה זענען די טעג. אויב זעהט מען א טמא׳נע קאליר בימי הוסת איז עס דם נדה און אויב זעהט מען עס אין די עלף נאך די זיבן איז עס דם זיבה. די חינוך וואס טראכט-כמוני האט געברענגט פריער קעגן מיר זאגט נאר אזויפיל אז די חכמים האבן מיט די צייט פארגעסן די קאלירן וואס זענען טמא און צוליב דעם מחמיר געווען ביי סיי וועלכע אדמומית, נישט אז וועגן דעם האט מען נישט געקענט וויסן ווער ס׳איז א זבה און ווער ס׳איז א נדה.
ענדליך עפעס וואס איך בין מסכים מיט @בן תחכום!
ס'איז גאנץ קלאר אז דאס וואס זיי זענען נישט געווען בקי בין דם לדם מיינט עס אז עס איז געווען אומקלאר וועלעכע מראה דם איז טהור - סיי בזבה און סיי בנדה - און וועלעכע מראה דם איז טמא - סיי בזבה און סיי בנדה.
די קאנפוזשען בין זבה לנדה איז נישט אין די בלוט קאליר נאר עס האט געהערשט ביי די פרויען וואס האבן געזען א מראה וואס קען זיין מה"ת טהור און זיי האבן חושש געווען לחומרא אז זי'ז טמא, און אלע בלוט וואס איז געקומען נאכדעם פאר די נעקסטע זיבן טעג האט מען גערעכנט אלס המשך פונעם ערשטן ראי', ס'קען דאך אבער זיין אז באמת זענען די ערשטע זעקס טעג געווען דם טהור מה"ת און נאר די זיבעטע טאג בלוט איז טמא, קומט דאך אויס אז זי דארף באמת יעצט ערשט אנהייבן ציילן פון היינט, אבער וויבאלד זי מיינט אז דאס איז א המשך פון א וואך פריער וועט זי די נעקסטע טאג אויב ס'הערט אויף מיינען זי איז געענדיגט ווען לאמיתו איז זי טמא באיסור כרת.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 7:46 am
דורך אישתישבי
ווי שטייט אז דאס איז דער טעם פין דער חומרא פין ר' זירא?
רש"י זאגט נישט דאס.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 7:55 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אישתישבי האט געשריבן:ווי שטייט אז דאס איז דער טעם פין דער חומרא פין ר' זירא?
רש"י זאגט נישט דאס.
איך געדענק דאס פון דער בית יוסף אין סי' קפ"ד.
דאס איז דאך אמת אז מיר ווייסען נישט די מראות הדמים, און ממילא וועט ארויס קומען די אויסמישעניש.
Re: מנהג ״פינף״-און-זיבן
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 9:55 am
דורך טראכטכמוני
@אישתישבי, דאס איז דער טעם פון תקנת רביה״ק (דאס אז מ׳קוקט אן יעדעס בלוט ווי ספק זבה) נישט פון חומרא דר׳ זירא.
חומרא דר׳ זירא איז סל הכל דאס וואס בנות ישראל החמירו אז אפי׳ טיפה אחת (וואס איז זיכער נישט קיין זבה, אבער א נדה יא) האבן זיי חושש געווען ווי כאילו ס׳איז געוווען א געהעריגע ראיה און איינגעהאלטן אויף דעם טאקע חומרת רביה״ק.
אנהויב דער אשכול ווי איך האב ציטירט לשון החינוך ווי ער לייגט עס אראפ בלשונו הצחה.