בלאט 1 פון 1

סעלעבריטי נייעס מיט א אידישע טוויסט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:21 pm
דורך יאנטעף
סתם סעלעבריטי נייעס איז אפשר נישט אינטערסאנט, אבער אויב ס'האט א אידישע 'טוויסט' און די גאנצע וועלט האלט עס מיט, דארפן אונז עס דאך אויך מיטהאלטן.

היינט איז אין די נייעס אז נאטאלי פארטמאן, די אידישע א"י-געבוירענע עקטרעס, האט מוצ"ש חתונה געהאט אין א אידישע צעראמאניע, מיט איר חתן בענדזשאמין מילעפייד. ביי די חתונה האט זיך אויך באטייליגט די גיורת איוואנקא טראמפ, טאכטער פון דאנאלד טראמפ.
די פארפאלק האט א 14 חדשים'דיג קינד, וואס הייסט "אלף", לכבוד די ערשטע אות פון די אידישע א' ב'.