קורקלענד האט געשריבן:אז ס'איז דא צו קריגן פאר 7-8 פארוואס זאל א צווייטער נישט מעגן בעטן 15 דאלער. ס'נישט אז ער לאזט אייך נישט קויפן פאר 7-8.
דו האט נישט פארשטאנען מיין נקודה. קען זיין איך האב עס נישט קלאר ארויסגעברענגט וה' הטוב יכפר.
איך האב געוואלט ארויסברענגן א ביישפיל פון א פראדוקט וואס קאסט טייער פשוט ווייל "איך מעג בעטן וויפיל איך וויל", און נישט ווייל עס מוז קאסטן אזויפיל. און בכלל, וויפיל מענטשן חלומען אז די צוויי אייניגע פראדוקטן זענען אזא חילוק אין פרייז? מען נעמט און מען קויפט.
אגב, די טייערערע קאמפאני איז אסאך עלטער. וויפיל יאר האבן זיי געשינדן די הויט פשוט ווייל איך קען? איך גלייב נישט אז זיי זענען נאר ארויף כדי די קאמפעטישן זאל קענען מאכן געלט.
פארוואס איז א סמארטפאון ווייניגער וויכטיג ווי א טלית. ביי מיר איז עס די זעלבע חוצפה. זייט זיי האבן אזוי ארויפגעשרויפט די סמארטפאון פרייז, האב איך אויפגעהערט קויפן. ענדערש א ביליגע מיט אביסל שוואכערע פּיטשיווקעס, ווי זיך צו ברעכן פאר איבערגעפּרייזע מאדעל.
מ'דארף נישט קויפן יערליך א טלית. מ'קען עס אויסוואשן. מ'קען עס האלטן שיין. און אמאל מעג מען זיך באגיין מיט א טלית וואס איז אביסל געלעכל.
הוא אשר דיברתי. איך קען קויפן א סמארטפאון פאר א פערטל די פרייז. ווייניגער פיטשעווקעס, אביסל שוואכער אבער נאכאלס א סמארטפאון. קען איך באקומען א טלית גדול פאר $40?
ווערט רעד פון יערליך? איך האב שוין נישט געקויפט א נייע טלית העכער 5 יאר. אבער ווען איך דארף א נייע איז עס $150.
האנט מצה קאסט טייער. ס'איז דא גרויס קאמפעטישן. ועל עולם קאסט עס טייער. ווייל ס'קאסט באמת טייער.
איך בין נישט מסכים. והראי' זיי גייען רוב מאל ארויף מיט די פרייז צוזאמען. דאס ווייזט אז בעצם וואלטן זיי געבטן $50, נאר קיינער וויל זיין דער רשע איז ווען יענער גייט ארויף גיי איך אויך ארויף. קיינעמס ביזנעס מאדעל איז נישט צושטעלן מצות פאר ביליג. בינגא וואס האט עס יא געטון האט טאקע געבעטן קארגע $10-15. (חוץ פון דעם וואס עס איז נאר דא איינצעלנע גרויסע בעקערייען וואס באקן רוב סחורה, די אנדערע זענען צו קליין).
ווי איך האב אויבן געשריבן. איך נוץ נישט די דריי פראדוקטן, מילך, טלית און מצות אלס ביישפיל פון רויבערישע פרייזן, קען זיין אז עס קאסט טאקע אזויפיל צו מאכן. מיין נקודה איז געווען אז נישט אלעמאל האב איך די ברירה נישט צו קויפן אדער קויפן פאר ביליגער.