בלאט 4 פון 4
נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 12:20 pm
דורך הקטן
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 12:19 pm
דורך מיימון
אבטולמוס האט געשריבן:לו יצוייר נאך דעם קריזיס וועט יעדער מסכים זיין אז די מנינים האבן גע'הרג'עט מענטשן, וועלן די רבי'ס זאגן אז זיי האבן טאקע פארשפארט די בתי מדרשים (היות זיי האבן דאך טאקע אפיציעל פארשפארט די הויפט בתי מדרשים). אויב וועט זיך צום סוף ארויסשטעלן אז ס'איז געווען איבערגעטריבן, וועלן זיי זאגן אז דערפאר האבן זיי געלאזט שטילע מנינים, און אז זיי האבן טאקע אליין געהאט מנינים ביי זיך אין שטוב. און די אלע וואס האבן נישט געדאוונט מיט מנין דארפן זיך פודה זיין.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:40 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב גראדע געהערט אז דער סקווערער זעלבסט האט זיך זייער פיין אויפגעפירט לגבי די קורונא. שוין פורים וואס ער האט נישט געגעבען די האנט פאר קיינעם, און פארמאכט האט געמיינט טאקע פארמאכט. עכ"פ אזוי האב איך געהערט פון סקווערער חסידים.
דא רעדט מען פון דער וועלטס באקאנטע ווענגרובער, פון וועמען קיינער האט נישט געהערט ביז היינט.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 6:47 pm
דורך קרעטשמער
גראדע אין דעם שמועס צווישן די סקווערער און די ווענגרובער האט די ווענגרובער פרובירט צו רעדן איבער די גזירה פון פארמאכן די מוסדות׳ן און די סקווערער האט עס אוועקגעמאכט, און געזאגט אז מען האט עס געדארפט טוהן פאר די בריאות.
9C455692-9BA1-4697-9051-66966DECFCDC.jpeg
Re: די הילכיגע שטילשווייגעניש בשעת דעם קאראנא-קריזיס
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 3:48 am
דורך פאליטיקאנט
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב גראדע געהערט אז דער סקווערער זעלבסט האט זיך זייער פיין אויפגעפירט לגבי די קורונא. שוין פורים וואס ער האט נישט געגעבען די האנט פאר קיינעם, און פארמאכט האט געמיינט טאקע פארמאכט. עכ"פ אזוי האב איך געהערט פון סקווערער חסידים.
דא רעדט מען פון דער וועלטס באקאנטע ווענגרובער, פון וועמען קיינער האט נישט געהערט ביז היינט.
די נישט געבן די האנט ווייזט אויף היפאקריטיע.
ער האט נישט געגעבן די האנט און געווען אפגעזונדערט פונעם עולם 6 פיס, צוליב "זיין" געזונט, אבער טיש איז ווייטער געפירט געווארן, און די בני שישים ומעלה האט מען גארנישט געווארנט.
די זעלבע מיט'ן זיין אינגאנצן פארמאכט, איז אויך נאר געווען ווייל ער האט זיך געהיטן פאר זיין געזונט.
Re: די הילכיגע שטילשווייגעניש בשעת דעם קאראנא-קריזיס
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 3:02 pm
דורך עוקר הרים
.

נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 12:02 am
דורך אינגערמאנטשיקל
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:פאליטיקאנט האט געשריבן:אב"ד סיקסא שיקט א בריוו צום גאווערנער........
א בפירוש'ע סיקסא רב! ווען משוגע וואלט געמאכט פליען וואלט ער דאך געוואונען א נאבעל פרייז אין אסטראנאמיע און געהאט טעגליכע פלייטס צו די לבנה...
עס קומט בכלל נישט אריין אין די אשכול דא. אבער היות אין דעם אשכול האב איך געשריבען שפאט רייד אויפ'ן רב קום איך אהער אים איבערבעטן.
איך בין לעצטענס באקאנט געווארן מיט א קעיס וואו דער רב איז דער עמוד השדרה און ווען נישט איהם וויל איך מיר נישט פארשטעלן וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט די מצב דארט. און איך הער נישט אויף צו הערן די גדלות און חכמה פונעם רב.
קום איך אהער, במקום החטא. און איך בעהט מחילה פונעם רב אויף די דברי זלזול.
טעיתי.