עס האט מיר אנגעכאפט א חשק דא אראפצושרייבן א ליסטע פון יוטיוב קאנאלן אויסגעשטעלט לויט די ענינים, ווי היסטאריע, פילאזאפיע, סייענס אא"ו, צו פארגרינגערן אביסל פאר איינער וואס זוכט זיך אויסצולערנען אדער פארברייטערן זיין וויסנשאפט אין סיי וועלכע ספעציפישע נושא. איך האף צו קאווערן א גוטע 15-20 נושאים. (ס'גייט נישט ארויף גיין אויף איין מאל נאר לענגאויס די קומענדיגע צוויי-דריי טעג).
עס זענען שוין ביזדערווייל דא אויסגערעכנט געווארן א קנאפע 73 קאנאלן, וואס זענען געווען גאר אינטרעסאנט פאר מיר פערזענליך, וועל איך פרובירן נישט צו רעסייקלען פון די נעמען וואס זענען שוין געווארן אויסגערעכנט נאר ברענגען בלויז נייע.
(למען האמת בין איך נישט די גרויסע ידען אין די אלע זאכן, איך וועל פרובירן צו דעקן כפי שידי (מוחי) מגעת).
לעטס געט סטארטעד.
1# היסטאריע
די גאר פאפולערע היסטאריע קאנאלן זענען ווי פאלגענד:
אווערסימליפייד. דא קען מען זעהן די באקאנטע קאפיטלען אין היסטאריע ווי די ערשטע וועלט קריג, צווייטע וועלט קריג, ציווילע קריג און נאך צענדליגער אזאלכע סטיל געשעענישן, אנשטאט זיך אראפזעצן ליינען א דיקע בוך איבער דעם, איז עס דא צוזאמגענומען אין 20-30 מינוטיגע ווידעאוס, הערליך שיינע אנימעישאן און גרינג צו פארשטיין.
היסטאריע. די נאמען פון די קאנאל איז בלויז דאס "היסטאריע", עס באשטייט מייסטנס פון לענגערע 'דאקומענטריעס' איבער פארצווייגטע נושאים ווי די באשאף פון די בריאה, די פיראמידן, עליענס און אזוי אויך היינטצייטיגע מלחמות און מאורעות.
עפיק היסטארי טיווי. דאס איז אויך היפש ענדליך צו די פריערדיגע און באשטייט פון 'עפיק מאמענטן' אין היסטאריע, אנגעפאנגען פון אלכסנדרוס מוקדון און רוימישע אימפעריע ביז די שלאכטן פון רוסלאנד און נאפאליאן און די צוויי וועלט מלחמות און יעדע אזא סטיל 'היסטארישע' מאמענט אין היסטאריע. שיין און קלאר אראפגעלייגט.
סימפל היסטאריע. שוין געברענגט 3 קאנאלן וואס לויפן בערך אויף די זעלבע שניט, גיי איך נאך דערמאנען איינס וואס לויפט אויך אויף די אופן נאר אביסל אנדערש, דאס האט אויך אנימעיטעד ווידעאוס אויף געשעענישן נאר איז אביסל מער ספעציפיש און דעקט מער אומבאקאנטע געשיכטעס וואס האבן זיך אפגעשפילט אין די לעצטע פאר הונדערט יאר.
ביאגראפיע און
ביאגראפיקס זענען 2 קאנאלן אויף ביאגראפיעס. דא קען מען טרעפן ביאגראפיעס אויף אלע מענטשן אין היסטאריע פון מוכאמעד און בודהא ביז מארטין לוטער קינג און סאדאם חוסעין. הונדערטער ווידעאוס אויף קעניגן, פירער, קרימינאלן, אקטיוויסטן און פערזענליכקייטן פון אלע צייטן. איינס מער אויף א פאדקעסט סטיל און די צווייטע מער וויזשועל.
נאך עטליכע צו אויסרעכענען אין קורצן:
די גרעיט וואר אויף אלעס ארום די ערשטע וועלט מלחמה,
טאונסענדס אויף וויאזוי די לעבן האט אויסגעזעהן אין די 18'טע יאר הונדערט בעפאר טעכנאלאגיע און אלעס ארום,
אלטערנעט היסטארי האב אויף "וואס וואלט געווען אויב...?" וויאזוי זאכן וואלטן אויסגעזעהן אויב.. די נאציס וואלטן געוואונען די מלחמה, אויב רוסלאנד וואלט געווען איסלאמיש, אויב על גאר וואלט געווינען די 2000 עלעקשאן וכו' וכו',
עקסטרע קרעדיטס אויף היסטאריע קאפיטלען בכלליות און
היסטארי סיוויליס, אויך שטארק רעקאמאנדירט.