בלאט 4 פון 6
נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2023 12:34 pm
דורך מי אני
D0467C7E-A62C-4AEA-AD7D-41AB56E68A43.jpeg
נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2023 12:53 pm
דורך צקון לחש
מי אני האט געשריבן:D0467C7E-A62C-4AEA-AD7D-41AB56E68A43.jpeg
מקור?
נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2023 1:11 pm
דורך מי אני
זאגסט, עפ"י די ערשטע געזעץ קען עס דאך נישט קומען מאַיִן...
די מקור איז פון וואס דזשוליען טעילאר (א סאפטוועיר ענדזשיניר) האט געשריבן
דא.
די נושא זיינער דארט איז נישט איבער טערמאדינאמיקס. ער זאגט דאס בדרך אגב.
איך האב עס צוגעברענגט ווייל עס איז ענליך צום קיצור פון ראבּערט שאדעוואלד איבער די געזעצן, וואס איך האב
דא פריער צוגעברענגט.
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 10:11 pm
דורך מי אני
דא האט
@berlbalaguleh געבעהטן אז מ'זאל מסביר זיין דעם פארמולא פאר אינדאקטיוו ריעקטענס. אלס אין מסרבין לגדול וועל איך אביסל שרייבן דערוועגן, הגם נישט אין קיין אריכות (איך בין אויסדרוקליך נישט קיין עקספּערט דערין). דאס גייט זיין אביסל א המשכה פון וואס איך האב
אויבן געשריבן, וואס איז אויך געווען עפ"י
בקשת ר' בערל. אויבן האב איך אביסל מסביר געווען דעם געדאנק פון
אינדאָקטענס און
קעפּעסיטענס,
פערעדעי׳ס געזעץ פון אינדאָקשען און אַן
עלעקטראָמאָטיוו פאָרס, ווי אויך די מעסטונגען פון
עמפּירס/עמפּס,
וואָלטס/וואָלטעדזש,
פלאָקס, און
אָמס. קחנו משם.
אין פיזיקס בכלל, ול"ד מיט עלעקטריק, איז דא דאס מעסטונג פון א
הערץ. א
הערץ איז די מעסטונג פון וויפיל מאל א זאך גייט אין א סייקל איבער פּער סעקונדע. דאס נוצט מען ביי יעדעס מעסטונג פון וועיווס.
יעצט, ווי באקאנט איז אין עלעקטראנישע קאָרענטס אין סירקוטס זענען דא צוויי סארטן:
דירעקט און
אָלטערנעיטינג. א
דירעקט קאָרענט איז ווען די עלעקטראנישע קאָרענט פליסט כסדר אין איין דירעקציע. משא"כ אַן
אָלטערנעיטינג קאָרענט איז ווען דאס טוישט זיך כסדר אהין און צוריק. די טויש, וועלכע איז אין סייקלס, ווערט געמאסטן אין
הערץ.
עס איז דא דאס מעסטונג פון א
הענרי און א
וועבער. איין
הענרי איז דאס מעסטונג ווען אַן עלעקטראנישע קאָרענט וואס טוישט זיך אין רעזיסטענץ מיט איין
עמפּ פּער סעקונדע איז גורם אַן
עלעקטראָמאָטיוו פאָרס פון איין
וואָלט אויף די אינדאָקטער. מ'קען דאס אויך באטראכטן ווי וויפיל
אָמס עס זענען דא, וואס איז דאך די רעזיסטענס כנ"ל, טיימס יעדעס סעקונדע, גייט מיר געבן די
הענריס.
א
וועבער איז די
פלאָקס וואס (ביי איין דריי ארום די עלעקטרישע סירקוט) וועט גורם זיין בסתם אַן
עלעקטראָמאָטיוו פאָרס פון איין
וואָלט. (מ'קען דאס באטראכטן ווי די מעסטונג ווען איך מאָלטיפּליי די
וואָלטעדזש ביי די סעקונדעס וואס גייען דורך.) עס קומט אויס אז ביי א דריי אינעם אינדאָקטער איז איין
הענרי איין
וועבער דיוויידעד ביי די
עמפּס וואס זענען דא.
ועפי"ז קען מען ממשיך זיין צו מסביר זיין די געזעץ וואס
@berlbalaguleh האט צוגעברענגט. והיינו, אז איך מאָלטיפּליי
τ טיימס די
הערץ פון דעם
אָלטערנעיטינג עלעקטראנישע קאָרענט וואס איז דא, און מאָלטיפּליי ווייטער טיימס די
הענריס פונעם אינדאָקטער [די ווייר/קויל וואס דרייט זיך], גייט דאס מיר געבן די כח פונעם אינדאָקטער אין
אָמס.
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 11:41 pm
דורך berlbalaguleh
מי אני: ייש"כ. נאר ס'איז אויך כדאי צו באמערקן אז די חשבונות פון הערץ (קילאסייקלס, מעגאסייקלס און גיגאסייקלס אדער הערץ) איז הויפטזעכליך נאר שייך ביי אלטערנעיטינג קאררענט. נישט ביי דיירעקט קאררענט (די.סי.). אויסער, אין געוויסע פעלער ביי פולסעיטינג די. סי. אדער ווען א האלבער וועיוו איז רעקטיפייד. אדער געבלאקט. דאס קען מאכן די.סי. עקוויפמענט, אזוי ווי רילעיס און ספיקערס ארבעטן. נאר ס'געט ארויס א "האם". א ברום. דאס ווערט אנגערופן האממינג די.סי. איז דא אן עצה פאר דעם אויך. מ'לייגט ארויף א (שטארקן לכה"פ 500 מ.פ.) קעפעסיטאר. דאס גלייכט אויס דעם וועיוו. און ס'ווערט א גלאטע (סמוטה) די. סי. סוירקוט.
איך רעד דא פון אייגענע עקספיריענס (נישט סתם טעאריעס). איך וויל נישט באלעמוטשען דעם עולם צו פארציילן וואס איך בין אדורכגעגאנגען ביז איך בין געפאללן אויף דער המצאה. איך האב אויך אנגערופן די גרויסע דזשי. אי. (דזשענעראל עלעקטריק) פאר הילף. און איך האב אויסגעפונען אז זיי ווייסן א מכה...!
נעגענטראָפּי און די פּאַרטישאן פאָנקשען
נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 11:57 am
דורך מי אני
לגבי דעם געדאנק פון
(גיבּס) פרייע ענערגיע און די געדאנק פון
״לעבן״ ביחס צו ענטראָפּי און דאס ״שראדינגער פּאראדאקס״ אז ״לעבן״ זעהט אויס צו גיין קעגן דאס צווייטע געזעץ, איז דא די געדאנק, וואס
דר. ערווין שראדינגער האט טאקע געקוֺינט, פון
נעגאטיווע ענטראָפּי אין א סיסטעם וואו די ענטראָפּי ווערט ווייניגער דורכ׳ן פארמערן די ענטראָפּי על הכלל אין אלע סיסטעמען, וואס דער פיזיקער ליאן בּרילאָין האט פארקערצערט צו
נעגענטראָפּי. דאס איז פשוט די מאס ענטראָפּי וואס קען נאך צוקומען אין דעם סיסטעם.
דאס קען מען טעקניקעלי רעכענען דורך נוצן דעם דעם
פּאַרטישאן פאָנקשען. והיינו, ווייל אין טערמאדינאמיקס איז דא דעם
טערמאדינאמיק בּעטאַ וואס מעסט דאס קאלטקייט פון א סיסטעם. דאס איז דורכ׳ן נעמען דעם
אינווערס/רעסיפּראקעל פונעם
בּאָלטצמאן קאנסטענט וואס איז מאָלטיפּלייד ביי די טעמפּעראטור. ווען איך שטעל דאס צאם און מאָלטיפּליי דאס ביי די ענערגיע אין א געוויסע מייקראָסטעיט, און איך שטעל דאס אלס אַן
אינווערס עקספּאָנענט צו
אוילער׳ס נומער (e שהיא 2.71828…), איז דאס די
בּאָלטצמאן פאקטאר.
יעצט, די
פּאַרטישאן פאָנקשען איז א
סיריִס וואו איך רעכען יעדעס
מייקראָסטעיט, סיי די פון סדר און סיי די פון אי-סדר בתוך דעם
מעקראָסטעיט פונעם סיסטעם פאר מיר, וואס עס איז שייך צו ווערן אויסגעשטעלט אינעם סיסטעם. ביי יעדעס מייקראָסטעיט רעכען איך די
בּאָלטצמאן פאקטאר דערפון, און דערנאך רעכען איך זיי אלע צאם.
9FCBFD44-3011-4082-A315-6DB45A43BC0C.jpeg
אז איך נעם דערנאך די נעגאטיווע
בּאָלטצמאן קאנסטענט און איך מאָלטיפּליי דאס ביי די
נאטורליכע לאגעריטם (וואו e איז די בּעיס) פון די
פּאַרטישאן פאָנקשען פון די גאנצע מעקראָסטעיט, דאן באקום איך די מעסטונג פון די
נעגענטראָפּי דא.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 10:33 pm
דורך מי אני
שלמה מימון אין זיין פירוש
גבעת המורה אויפ'ן מו"נ (ח"א פע"ג) שרייבט:
וזה מבואר מאד בנסיון והוא שאם תחמם ידך האחת ותקרר השנית ותשים שניהם כאחד במים פושרים מיד תרגיש חום בידך הקרה, וקור בידך החמה, עם היות אחדים בעצמם, וזה היה בלתי אפשר אילו היו החום והקור איכות נמצאות במים עצמם חוץ לנפש, אבל באמת אין הענין בן, ר״ל שאין המים בעצמם לא חמים ולא קרים.
אויף דעם
שרייבט דער ראגעטשאווער:
באמת ז״א, ורק כן דעיין [בח"ב] בהקדמה [ז'] כלל רק או זה או זה, או חום גדול אשר אין למעלה ממנו או קור גדול ג״כ, ומה שיש כמה דברים אשר נראה ממוצע, רק משום שהוא דבר מצורף משטח ומקצת ממנו כך ומקצת כך, ולפי חוץ נראה ממוצע, ואשר בהתערבו זה שני דברים הפכים כל אחד ואחד נשאר כמקדם, אף בלח בלח למ״ד יש בילה, ר״ה דף י״ג וזבחים דף פ׳, מ״מ טיפה היותר קטנה עומדת בפ״ע ונשארה כמקדם, ועיין תוס׳ בכורות דף כ״ב ע״ב ע״ש. עכ״פ כך זה ודאי כל דבר מרגיש רק ההפך ממה שהוא, דהיינו חם מרגיש בקרים וקר מרגיש בחמים, וא״כ כך, החמים נשארו בתקפם וכן הקרים, אף שהוא מעורב. רק מי שנתן יד לשם מרגיש ב׳ הפכים ולכן הוא מרגיש גדר פושרים, וא״כ מי שידו חמה מאד מרגיש רק המים הקרים ומי שידו קרה מרגיש החמים, וכן במי שידו אחת כך והשניה כך, זה ההרגש שלו ב׳ הדברים, אבל באמת הם חמים בעצם וקרים בעצם, וזה תליא אם דברים עצמם קור וחום או פעולה והעדר.
(דאס קען אויך גיין אין איינקלאנג מיט'ן געדאנק פון החילוק בין הרכבה שכונית להרכבה מזגית.)
דר. ישראל בלפר און דר. ישראל אורי מייטליס
שרייבן אז דאס גייט (מער) אין איינקלאנג מיט די געדאנקן פון טערמאדינאמיקס וואס האבן זיך אָנגעהויבן אנטוויקלען בימיו:
הביאו אותו לכלל מסקנה כמעט-תרמודינמית התואמת לכאורה את זמנו (תחילת המאה ה-20), אף שהדבר נעשה במנותק מן המחקר הרעיוני והמדעי של התקופה.
בעשורים האחרונים של המאה ה-19 פיתחו במקביל מקסוול ובולצמן את ה מכניקה הסטטיסטית, שתופעות החום בה מוסברות במונחים של התפלגות סטטיסטית של מהירויות החלקיקים המרכיבים את החומר. התפלגות זו, הכוללת גם את החלקיקים המהירים ביותר וגם את האיטיים ביותר – במינון המתפלג סביב הממוצע בעקומה הנורמלית – מפיקה את התופעה הניתנת לחישה של חום במידה ממוצעת לסך החומר.
אין אינדיקציה שהרוגוצ'ובר הכיר את התפתחות התרמודינמיקה והמכניקה הסטטיסטית במהלך המאה ה-19 ;התיאור של הרוגוצ'ובר, 'החמים נשארו בתקפם וכן הקרים, אף שהוא מעורב, רק מי שנתן יד לשם מרגיש ב׳ הפכים ולכן הוא מרגיש גדר פושרים [...] אבל באמת הם חמים בעצם וקרים בעצם', גם אינו מצביע על אימוץ של המכניקה הסטטיסטית. עם זאת יש כאן הדים מרתקים לאופן חשיבה המתאים דווקא לתקופה זו: הרוגוצ'ובר מתאר את המים הפושרים במונחים דומים למציאות מכנית-סטטיסטית , דהיינו תופעה בקנה מידה גדול, מצב המורכב מן ההתרחשות המיקרוסקופית שאפשר למצוא בה את הקר ואת החם זה לצד זה, ועם זאת ההגדרה שלו לחום ולקור לקוחה מפרדיגמה מדעית טרום-מודרנית.
אגב, דארט קריגט זיך שלמה מימון מיט'ן רמב"ם וואס איז געגאנגען קעגן המדברים (מהקאלאם), זאגענדיג אז די מדע בזמנו איז בעסער פונעם רמב"ם'ס:
גבעת המורה שלמה מימון עג.jpg
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 12:06 am
דורך זיצער
לויטן ראגעטשטאווער, אז די היץ בלייבט אויף איר שטערקסטן פארעם און נאר ווען איך בין קאלט שפיר איך עס, פארוואס אבער וועל איך עס שפירן ביחס צו מיין קעלט ? דהיינו אויב איך בין קאלט וועל איך שפירן הייס, אויב בין איך גאר קאלט ועל איך שפירן שטארק הייס און אויב בין איך פריזינג וועל איך שפירן ברי'עדיג, לכאורה איינמאל איך בין קאלט און קען (שוין) שפירן די היץ, דארף איך שפירן די הוץ מיטן פולסטען טעמפעראטור?
נאר אפשר מיינט ער, אז איך פיל טאקע יא די היץ מיטן פולן טעמפ. נאר לעומת זה ווייל איך בין דאך אביסל הייס אויך (דהיינו איך בין דאך נישט 'אזוי' קאלט) אויך שפיר איך די קאלטע באותו זמן שפירט זיך עס נישט אזוי הייס . אולי
והשנית, אויב דער היץ שטייט אויף זיין העכסטן, פארוואס טוט נישט די היץ די פעולה וואס היץ טוט, דהיינו מיר באמת אפברי'ען? (נישט די פילינג פון היץ, נאר בפועל לאזן א ברי).
וועט א מיקראסקאפישע גאר שטארקע היץ, וואס האט נישט קעלט ארום זיך, נישט טאן די פעולה וואס היץ טוט?
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 1:27 am
דורך זיצער
יא א פונק איז א גוטע צושטעל.
בכלל וויאזוי שטימט דער טעאריע מיט הוץ טרענספער, ובפרט און א פליסיגע (fluid) וואס עס גייט מיט קאנוועקשן. און טרענספער איז דאך פשט אז איין מאלעקיול גיבט איבער פארן צווייטן
כהאב נישט, געלייענט די גאנצע אשכול בלויז די תגובה, קען זיין איך פרעג עם הארצות לגבי זאכן וואס די בארירסט פריער.
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 1:33 am
דורך מי אני
ער האט טאקע נישט געוואוסט דערפון. לויט אים איז עס פשוט אינעם מזג וואס עס גראד זיך אויס אַן איקוועליבּריאום צווישן די הייסע, וואס בלייבן הייס, און די קאלטע, וואס בלייבן קאלט. און ווי דר. בלפר און דר. מייטליס זאגן טאקע אויף דעם, שטימט דאס נישט מיט טערמאדינאמיקס.
היץ טראנספער
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 10:03 am
דורך מי אני
ווי ארויסגעברענגט עטליכע מאל, טוהט היץ/טערמאלע ענערגיע גיין, עפ״י די
צווייטע געזעץ, פון ווארעם צו קאלט [די קאלטע ראיאן אין די קאנטעקסט ווערט גערופן די
היץ סינק], ביז עס ווערט שוה. ביי סאלידס, וואו ביידע ראיאנען זענען אנדערע טעמעפּעראטורן, וועט די היץ טראנספער ארבעטן עפ״י
טערמאלע קאַנדאָקשען. דאס ארבעט אז די היץ ענערגיע גייט דורך די סאליד ממש, און ווערט איבערגעגעבן דורכ׳ן דאס ״אריינקראכן״ פון די פּאַרטיקלס און/אדער דאס אריינקראכן פון די שאקלען (ווייבּרעישאנס; גערופן
פאָנאַנס).
צו רעכענען און דעפינירן דעם פלוס דערביי איז דא
פאָריעי׳ס געזעץ. דאס לויטעט אז אויב וויל מען רעכענען דעם
היץ פלאָקס, והיינו דאס פלוס פונעם היץ ענערגיע
(גערעכענט אין וואַטס, והיינו א וואַט איז איין דזשוּל פּער סעקונדע, וואס א דזשוּל איז די מאס ארבעט וואס ווערט געטוהן ווען איך געב א פאָרס פון איין ניוּטאן וואס רוקט עפעס איין מעטער. א ניוּטאן באדייט א פאָרס וואס קען עקסעלערעיטן א קילאגראם צו גיין איין מעטער) איבער א שטח ביי א געוויסע צייט, דאן רעכען איך די
קאַנדאָקטיוויטי פונעם סאליד, ווי גוט עס לאזט דורך די מאלעקיולס זאלן קענען ״אריינקראכן״, טיימס די דירעקציע און שנעלקייט פונעם היץ פלוס וואס ווערט גערופן דאס
טעמפּעראטור גרעידיענט (און איז ממילא א
וועקטאר). איך געב דאס דערנאך א נעגאטיווע וועליוּ, וויבאלד די טעמפּעראטור גייט דאך אראפ.
מ׳קען אויך רעכענען דעם
היץ פלאָקס פשוט אלס׳ן (נעגאטיוון)
קאַנדאָקטיוויטי טיימס די חילוק אין טעמפּעראטור צווישן די צוויי ראיאנען, דיוויידעד ביי די ווייטקייט/דיקקייט צווישן זיי (ווי ווייטער אלס שווערער פאר די היץ טראנספער פון איין ראיאן צום צווייטן). צו וויסן דעם
קאַנדאָקטיוויטי פון א מאטעריאל, איז איינמאל מ׳זעהט דעם
היץ פלאָקס (וואס מ׳מעסט אין
וואַטס כנ״ל), וואס איז דאך פּראפּארציאנאל צום
טעמפּעראטור גרעידיענט, ביי דעם מאטעריאל, דאן לפי״ז קען מען סאַלוון די עקוועישאן הנ״ל און וויסן דאס
קאַנדאָקטיוויטי פון דעם מאטעריאל דא.
ביי
פלוּאידס, וואס זענען געזעס אדער ליקווידס, איז, ווי
@זיצער האט
פריער דערמאנט, דא ביי היץ טראנספער די ברייטערע געדאנק פון
קאנוועקשאן. דאס איז כולל בתוכה סיי
קאנדאָקשען הנ״ל פונעם דאס איבערגעבן די ענערגיע דורכ׳ן ״אריינקראכן״ וכו׳, און דורך
עדוועקשאן וואס באדייט דאס פשוט גיין פון אסאך מאלעקיולס צוזאמען פונעם הייסן ראיאן צום קאלטן און זיך ״באזעצן״ דארט און אוועקרוקן די הייסע ארויף; עס מישט זיך אויס אין ״בּאָלק״. די
עדוועקשאן ארבעט נאטורליך דורך
בּוּיאנסי ועפ״י גראוויטי, וויבאלד די הייסע ראיאן צושפרייט זיך מער די מאלעקיולס דערין, וממילא איז עס ווייניגער דענס ווי די קאלטע ראיאן. אדער קען דאס (צוזאמען) ארבעטן דורך דעם וואס מ׳פּאָמפּט דאס און אזוי מישט זיך עס.
דאס רעכענט מען אויך ענליך צו
קאַנדאָקשען. והיינו, עפ״י כל הנ״ל איז דא די געדאנק פונעם
היץ טראנספער קאָעפישענט. דאס איז די
היץ פלאָקס הנ״ל ביי דעם, דיוויידעד ביי די חילוק אין טעמפּעראטור צווישן די פלוּאיד און די סאַליד כלי הכולל אותה. (די
אינווערס דערפון איז דאס
אינסולענס וואס לאזט נישט דורך די היץ טראנספער.)
היץ טראנספער גייט אויך צו ע״י רעידיעישאן, וואו דאס ״שאקלען״ פון די פּארטיקלס ווערט פארוואנדעלט אין צו עלעקטראמאגנעטישע כח ארויס.
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 4:43 pm
דורך זיצער
אויב אזוי איז קאנוועקשן בכלל נישט קיין עקסטערע טרענספער מציאות, נאר די חלק א קאנדאקשן שבו, אבער די עדוועקשן איז בכלל נישט קיין טרענספער, דער זעלבע מאלעקיול גייט און באזעצט זיך ערגעץ אנדערש. איז פארוואס איז עס דריי וועגן פון היץ טרענספער, די טרענפער דאס הייסט היץ איבערגאנג פון איין מאלעקיול צום צווייטען, געשעהט אייביג דורך קאנדאקשן אדער ראדיעישן.
און מיין צושטעל ביי יענע תגובה געווען נישט ריכטיג.
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 5:05 pm
דורך מי אני
אז מ'באטראכט דאס ממבט המאלעקיולס גופא, זייערע מייקראָסטעיטס, איז די היץ טראנספער דורך קאנדאָקשען. אבער ווען מ'באטראכט די היץ טרענספער פונעם גאנצן פלוּאיד(ס), די מעקראָסטעיט(ס), דאן איז דאס דורך עדוועקשאן אויך.
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 3:10 pm
דורך מי אני
דער פיזיקער דר. שׁאַן קעראל
טענה׳ט אז עס קען נישט זיין אז עס זענען דא
בּאָלטצמאן מוחות, וואס נאך אַן אבנארמאלע לאנגע צייט פון הויכע ענטראפּי קומען פונקט צוזאם פליצלונג אלס נאר א מח מיט עקספּיריענסעס און זכרונות פונעם עבר און עס מיינט כאילו עס האט געלעבט ביז אהער וכו׳ וכו׳. ווייל עס איז דאך דאן פונקט אזוי יתכן אז דער מענטש אליין וואס קלערט דעריבער איז
אליינס א
בּאָלטצמאן מח. און אויב אזוי איז דאך זיין גאנצע דיון נאר מבוסס אויף רענדאם פלאָקטוּעישאנס במוחו און נישט אויף א טיפע קאגניטיוו סברא; פונקט אזוי ווי זכרונות לגבי
בּאָלטצמאן מוחות. וממילא קענסטו דאך נישט אָננעמען דיין ריִזעניִנג פאר דאס עקזיסטענץ פון
בּאָלטצמאן מוחות, זייענדיג אז דו אליינס קענסט זיין א
בּאָלטצמאן מח וואס איז דאך נישט שייך דערין קיין ״ריִזעניִנג״. וממילא נעמט ער אָן אז עס איז נישט פיזיש שייך (ער
לאַנט דאס אונטער ווייל עס איז לכאורה נישטא קיינע פלאָקטוּעישאנס אין א סטעיבּל סטעיט).
דער פיזיקער דר. מעט וואן היפּעל
שרייבט אז דאס איז בעצם דומה צום
קאדזשיטו טענה און דעם
פראבלעם פון אינדאָקשען פון דוד הום. וממילא פרעגט דאס אפ די טענה פון דר. קעראל: אויב איז די ספק ממילא דא און מען קען זיך דאך פארלאזן אויף ריִזעניִנג, דאן איז דאס זעלבע דא אויך.
דער פילאזאף דר. אלכסנדר פּרוּס
שרייבט דערין אז ווארט צו א מינוט-צוויי צו זעהן צי דו הייבסט אָן אויסגיין, וועסטו וויסן צי דו ביסט א
בּאָלטצמאן מח צי נישט…
דא ברענגט דער פיזיקער דר. זשאַק פּיינאר אויך אראפ ענליך.
(הגם, יעדעס סעקונדע קען מען דאך זאגן אז די בּאָלטצמאן מח איז יעצט צושטאנד געקומען, און דאס וואס דו געדענקסט זיך ספק׳ענען איבער צי דו ביסט א בּאָלטצמאן מח א מינוט צוריק, איז אליינס א חלק פון די זכרונות וואס זענען מיט געקומען דערמיט.)
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 3:33 pm
דורך צקון לחש
מי אני האט געשריבן:דער פיזיקער דר. שׁאַן קעראל ... וממילא נעמט ער אָן אז עס איז נישט פיזיש שייך
נישט "פיזיש" שייך? איז דאס א טייפאו?
(איך האב גראדע זוכה געווען צו הערן דעם שמועס פון דר. קעראל'ס מויל אליין אין זיין בוך The Big Picture, נישט אז איך האב עס פארשטאנען...)
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 4:44 pm
דורך מי אני
ניין. ער קלערט (ווי איך צייכן צו אין מסגריים) אז עס איז נישט שייך עפ״י פיזיקס אויך נישט.
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 5:47 pm
דורך צקון לחש
מי אני האט געשריבן:ניין. ער קלערט (ווי איך צייכן צו אין מסגריים) אז עס איז נישט שייך עפ״י פיזיקס אויך נישט.
וועל איך מיך בע"ה מתעמק זיין אין דיינע / זיינע ווערטער, א דאנק!
נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 5:34 pm
דורך מי אני
בנוגע די ערשטע געזעץ איז אינטרעסאנט וואס אפלטון שרייבט אין זיין דייעלאג
געזעצן (מאמר י) לגבי דעם נפש:
געזעצן.jpg
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 6:34 pm
דורך מי אני
דא זאגט דער פיזיקער דר. דניאל ווייטסאן אז די עקספּענשאן פונעם יוּניווערס, וואס דאס ברענגט מער
טונקעלע ענערגיע (וואס טוהט ווייטער שטופן די עקספּענשאן, וחוזר חלילה) און טוהט דאדורך אויך רעדשיפטן פאטאנס וממילא פארלירן זיי ענערגיע (אויף אסאך א קלענערן פארנעם), באדייט אז קאַנסערוועישאן פון ענערגיע האלט נישט. ער זאגט אז דאס איז מכח דעם אז די עקספּענשאן פון די יוּניווערס טוהט טאקע צוברעכן דעם סימעטרי פון ספּעיסטיים
אין וועלכעס די קאַנסערוועישאן פון ענערגיע איז אָנגעוואנדן.
ער זאגט אז עס איז למעשה קאנטראווערסיאנאל און עס זענען דא פיזיקער וואס טענה׳ן אז די עקספּענשאן פון די יוּניווערס איז גורם נעגאטיווע גראוויטעישאנעל (פעלד) ענערגיע וואס טוהט אָפסעטן די טונקעלע ענערגיע וואס קומט צו, וממילא איז נאך אלס דא קאַנסערוועישאן פון ענערגיע.
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 9:42 am
דורך מי אני
דר. עריק טשעיסאן
ווייזט אויף אז אחוץ פון דעם גרעסערן פראבלעם פון קלימאט טויש וואס ווארעמט און העכערט דעם טעמפּעראטור פונעם גאנצן פּלאנעט דורכ'ן אריינלאזן היבשע קוואנטומען פון קארבּאן דיאקסייד אינעם אטמאספערע וואס טוהט טרעפּן און נישט ארויסלאזן היץ, איז דא א טיפערע פראבלעם. והיינו, אז עפ״י די
צווייטע געזעץ גייט דאך יעדעס סיסטעם על הכלל כולו פון מער סדר צו אי-סדר. ולכן ווען מען נוצט ענערגיע מדבר, נישט קיין חילוק וועלכע ענערגיע, קען דאס נישט זיין 100% עפישענט און א חלק וועט אלס ווערן פארוואנדעלט אין צו נוצלאזע היץ. דאס איז וויבאלד די טויש אין
ענטראפּי, פון די צווייטע געזעץ, קען גערעכענט ווערן לפי די טויש פון די היץ ענערגיע וואס קומט אריין אינעם סיסטעם, דיוויידעד ביי די טעמפּעראטור פון ביידע סיסטעמען. קומט אויס לפי"ז אז אויב איז די היץ ענערגיע וואס קומט אריין אינעם סיסטעם ווייניגער ווי 0, וויבאלד מ'האט דאך אלע ענערגיע פארוואנדעלט אין צו נוצליכע
ארבעט, דאן איז דאך די ענטראפּי אויך ווייניגער ווי 0, והיינו אז עס איז געווארן ווייניגער, וואס איז דאך א סתירה צום צווייטן געזעץ.
Entropy.jpg
ועפי"ז איז טאקע דא די קעלווין-פּלענק גירסא פונעם צווייטן געזעץ: "קיין שום היץ ענדזשין קען נישט ארבעטן אין א
סייקל מיט'ן כסדר איבערגעבן היץ פון נאר איין שורש (כדי צו מאכן
ארבעט)." (ועיין
לעיל איבער
פרייע ענערגיע וענין
עקזערדזשי.)
קומט אויס אז מיט יעדעס נוצן פון ענערגיע מדבר גייט דאס לבסוף בהכרח ארויסגעבן נוצלאזע היץ אין צום גרעסערן סיסטעם. און די ענערגיע וואס דאס מענטשהייט נוצט וואקסט דאך עקספּאנענשאלי. ווי אויך, ווי גרינגער און מער פארשפרייט עס ווערט דאס מעגליכקייט פון נוצן ענערגיע עפישענטלי (טאקע נישט ביז 100% כנ"ל), אלס מער ווערט דאס גענוצט בכמות, אזוי אז דאס וואס מ'פארדינט און מ'שפארט זיך דורך די עפישענסי באיכות ווערט אבער אויסגענוצט יעצט מער בכמות. דאס רופט זיך
ריבּאַוּנד עפעקט פון קאנסערוועישאן. עכ"פ דאס אליין, אפילו בלא האנטראפּאדזשעניק גלאבאלע ווארעמונג וואס טאקע הייבט די ווארעמקייט אסאך שנעלער, וועט ברבות הימים יעדעס ענערגיע מקור הייבן די טעמפּעראטור העכער און העכער. דאס איינציגסטע זאך וואס איז שייך צו טוהן דאס צו פארלענגערן, איז נאר נוצן ענערגיע פון מקורות וואס וואלטן ממילא געווארעמט דאס וועלט. כגון סאלאר ענערגיע וואס וואלט ממילא געפאלן אויף די וועלט און דאס געווארעמט, נוצט מען דאס "אויפ'ן וועג" פאר ענערגיע און דערנאך ווערט דאס בהכרח פארוואנדעלט אין צו סתם היץ.
נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2023 4:39 am
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:לגבי א שייכות צום
צווייטן געזעץ האט אַקטעוויא בּאָטלער
געשריבן:
All that you touch
You Change
All that you change
Changes you
The only lasting truth
Is Change
God is
Change
קלאנגן פון שפינאזע.
הגם, מ׳קען קלערן אז ווען מ׳קומט אָן צום
״היץ-טויט״ פונעם יוּניווערס (ועיין ערך דעם
דריטן געזעץ) וועט דאך שוין די געדאנק פון ״טויש״ נישט זיין פּערמאַנענט. אבער אפילו דאן זענען דאך דא
פלאָקטוּעישאנס וואס קענען מעגליך דאס אלעס צושטאנד ברענגען פונדאסניי און צוריק צום
צווייטן געזעץ און טויש.
איך האב אויך געקלערט אז דאס קען
ליגן אין די פיוט/ווערטער פונעם פייטן וואלאס סטיווענס:
A violent order is disorder; and a great disorder is an order
These two things are one
והיינו, אז וויבאלד די קאנצעפט פון ״טויש״ אט דאס איז גאר די ״סדר״ און אויסשטעל פונעם בריאה בכלל. און דאס אליין ״טוישן״ איז דאך א טויש פונעם סדר הבריאה. משא״כ ווען עס גייט בסדר און מ׳קומט צו צום ״
היץ-טויט״ פונעם יוּניווערס און די אָלטימעט עקוויליבּריאום ואי-סדר, דאן ברבות הימים וועט זיך פון פשוט׳ע פלאָקטשועישאנס אָנהויבן א נייע יוּניווערס מיט סדר. און די צוויי זאכן זענען ״אחד״, וויבאלד יחודו של עולם ב״ה איז די פּרינציפּ פון טויש טאקע כנ״ל. אבל אני ה׳ לא שניתי (מלאכי ג ו), וויבאלד ״טויש״ איז דאך דאס וואס טוישט זיך נישט.
(פּראפעסאר ראבּערט קאָווער
נוצט די פיוט לגבי די געדאנק פון קשר הלכה ואגדה.)
נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 11:59 am
דורך מי אני
בנוגע
ארבעט (אין איר פיזיקס באדייט) און
ענטראָפּי איז דאס א זיס ווארט:
IMG_5771.jpeg
ולגבי חיבור איש ואשה פסק׳נט מען דאך (או״ח סימן רמ סעיף ה) אז עס דארף זיין הוא למעלה והיא למטה ע״ש. ולגבי חיבור קר וחם בטערמאדינאמיקס פסק׳נט מען (יו״ד סימן צא סעיף ד וסימן קה סעיף ג) ווי שמואל בפסחים עו. אז תתאה גבר ע״ש. איז דארף מען זיך טאקע אפבאכט געבן פונעם פרוי שהיא תתאה בחיבורם, בענין טערמאדינאמיקס…
און אז מ׳רעדט שוין פון פרויען און היץ, איז דאס וואס ר׳ שמואל שלמה טעלער האט געשריבן פ׳ שלח דהאי שתא (תשפ"ג), לגבי א דרשה פון מהר״א מסאטמאר שליט״א להנשים:
4f34fd57-6f2e-4393-be37-beb16ffa7604.jpeg
***
IMG_5842.jpeg
***
רענדעל מאָנראָ שרייבט:
Munroe 1.jpg
Munroe 2.jpg
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 8:04 am
דורך מי אני
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין מאטעמאטיקס האט דער מאטעמאטיקער דר. טעאדאר מאצקין געזאגט (ועפ״י
רעמסי טעאריע) אז:
Complete disorder is impossible
און עס איז דאך
יתכן אז די וועלט
איז מאטעמאטיקס.
***
לגבי אַקטעוויא בּאָטלער'ס
געדאנק, ברענגט הרב חיים הירשנזון זצ"ל ארויס אין זיין "מושגי שוא והאמת" (
פמ"ב) אז נאר דורך שינוי איז דא חיים, און ביי ג-ט איז דאס נישטא וויבאלד דאס וואלט באדייט א חסרון בו מקודם וואס ער האט נישט געהאט. אבער ער איז דאס אלס מהוה
מאיכות עצמותו, און דייקא דורך דעם אז דאס האט שינוי.