בלאט 4 פון 5

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 4:20 pm
דורך סקעפטיקער
berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 4:00 pm נאר איך האף אז דו ליידסט נישט פון אן "אינפערייאריטי" קאמפלעקס. אזוי ווי א טייל פון אונזערע אידן. ווייל ס'איז מעגליך אז א גוי'אישער סייענטיסט האט "אויך" געזאגט די זעלבע אדער ענליך וואס די תורה. ממילא איז די תורה שוין נישט אריגינאל אדער אינטרעסאנט. כש"כ די ווערטער פון די חז"ל.

אלס א משל: ס'איז דא אין די וועלט'ס היסטאריע א געשיכטע פון א קעניג/געוועלטיגער וועלכער האט געהייסן האמוראבי. אין זיינע שריפטן האט מען אויך געטראפן א סאך "ענליכע" געזעצן ווי אין די תורה. ממילא... זאגן אונזערע סקעפטיקער זענען די ווערטער פון די תורה שוין נישט אריגינאל אדער אמת. די זעלבע איז ביי דברי חז"ל ווען זיי האבן עפעס פעסטגעשטעלט, אזוי ווי ביי הלכות קידוש החודש. אדער אין ענייני רפואה. אויב די היינטיגע סייענטיסטן זאגן אנדערש זענען שוין די דברי חז"ל נישט אמת (ח"ו). און ווער סגלייבט יא אז זייערע ווערטער זענען אמת דער איז "פרימיטיוו". אדער איו די באקס.
קענסט אפשר טראכטן פאר דו שרייבסט? איך האב נישט געזאגט אויב די חשבון המולדות איז מסיני אדער נישט, אבער מזרחי'ס ראי' אז רבן גמליאל וואלט עס נישט געקענט וויסן אן א קבלה מסיני איז שטותים והבלים ווען אסטראנאמיקער הונדערטער יארן קודם האבן דאס שוין אויסגערעכנט.
berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 4:00 pmאיין זאך וואס איך געדענק אז איך האב געלערנט (אלס יונגל) אין חדר. (כ'מיין אין מס' פסחים) וואו די גמ' האט א דעבאטע אויב די וועלט דרייט זיך ארום די זון. (העליא-סענטריזם). אדער די זון דרייט זיך ארום די וועלט.

די גמ' ברענגט דארט די מיינונג פן די חכמי ישראל און די מיינונג פון די חכמי אוה"ע (אומות העולם. די גויים. פון וואו דו קומסט, אסטראלאג.).

די מסקנא פון די גמ' איז אז מ'קען נישט וויסן. ווייל ס'איז גלייך צו א טיר וואס דרייט זיך אויף הינדזשעס. מ'קען נישט וויסן אויב די טיר דרייט זיך אדער די פרעים דרייט זיך. (דאס איז א שטיקל משל אויף די וועלט ווס. די זון אין יוניווערס). אפילו את"ל אז היינט ווייסט מען יא. דאס מיינט נישט אז די חז"ל זענען געווען עמי הארצים אין סייענס. ס'איז נאר אז זיי האבן געהאט די בעסטע סייענטיפישע אינפארמאציע וואס איז געווען עוועילעבל אין יענע צייט.
אזויפיל עמעראצות אין איין תגובה. ממש צום שטוינען! די גמרא האט א שאלה אויב ביינאכט גייט די זוהן אונטער די ערד אדער העכער די הימל, און די גמרא זאגט אז נצחו חכמי אומה"ע אז די זוהן גייט אונטער די ערד.

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 4:24 pm
דורך סקעפטיקער
berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 4:11 pm דיין סקעפטיציזם לגבי דעם נאמען "גרמניא" (של אדום) וואס דו זאגסט אז ס'איז נישט אריגינאל פון חז"ל. נאר זיי האבן עס גענימען פון יוליוס קיסר. דאס מיינט גארנישט קעגן די אריגינאליקייט פון דברי חז"ל. ער עיק איז דער לימוד וואס חז"ל לערנען ארויס איבער דייטשלאנד. און דער רמז אין די תורה איבער דעים פאלק.

די גמ' אין מס' יומא זאגט אויך אן ענליכע זאך. "גרממיא" של אדום. זאגט דער הגהות הב"ח אז מ'דארף צו זאגן "גרמניא". רש"י דארט זאגט אז דאס מיינט מען דעם פאלק פון "סקסוניא". נעמן טוישן זי מיט דיצייט און פלאטץ. די עיקר איז דער לימוד. און די פרעדיקשן פון די דעוועלאפמענט.
איך האב נישט אוועקגעמאכט חז"ל, אבער יוסף מזרחי איז א פאלנע שקרן מיטן זאגן אז חז"ל האבן נישט געקענט דעמאלטס וויסן די נאמען גרמניא! לגבי די "נבואה" פון חז"ל האב מען גערעדט דא

די רש"י וואס דו דערמאנטס עקזיסטירט נישט

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 4:49 pm
דורך berlbalaguleh
איך געדענק אז ס'איז א רש"י אין אנהייב מס' יומא. איכ'ל נאכקוקן און צוריקקומען.

דו דערמאנסט מיך פון א קרוב מיינעם וועלכער איז נישט דער גרעסטער מר בר רב אשי. (אפשר דער צווייט גרעסטער). אויב דו זאגסט איהם א זאך פון וואס ער האט נישט געהערט. סיי אין תורה אדער אין מילי דעלמא. וועט ער זאגן אז ס'איז נישט דא אזא זאך.

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 5:01 pm
דורך סקעפטיקער
דו האסט געשריבן רש"י "דארט" (וואס איז אין מגילה) און דארט איז אזא רש"י נישט דא. אין מס' יומא ווייס איך נישט. עכ"פ יעצט פארשטיי איך שוין דיין קרוב.

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 5:53 pm
דורך berlbalaguleh
נישט נאר ביסטו א סקעפטיקער. נאר דו ניצט אויך דיין פאנטאזיע. כיד ה' הטובה עליך.

איך האב דאך קלאר געשריבן איבער די גמ' אין מס' יומא (דף י-ע"א). מיין "דארט" גייט ארויף אויף דעים וואס איך האב געברענגט. נישט וואס דו טראכטסט. די גמ' זאגט דאך שוין (אויף א סאך פלעצער.)..."דברים שבלב לא הווי דברים"...!

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 6:07 pm
דורך סקעפטיקער
נישט נאר ביסטו א בעל עגלה. נאר דו ניצט אויך דיין פאנטאזיע. כיד ה' הטובה עליך.

די גמרא אין יומא דף י. רעדט טאקע פון גרממיא אבער זאגט בכלל נישט גרמניא של אדום נאר גומר זו גרממיא, און טאקע פארדעם האב איך פארזעהן דיין מראה מקום. און דארט שטייט נישט אין רש"י דאס וואס דו דמיונ'סט.

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 6:15 pm
דורך טמיר
@סקעפטיקער,
אז מ'קוקט דורך דעם ספר זעהט מען אז רוב הוכחות וואס מזרחי ברענגט איז שטותים
https://files.daf-yomi.com/files/bookfi ... ahiyot.pdf

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 8:22 pm
דורך berlbalaguleh
סקעפטיקער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 6:07 pm נישט נאר ביסטו א בעל עגלה. נאר דו ניצט אויך דיין פאנטאזיע. כיד ה' הטובה עליך.

די גמרא אין יומא דף י. רעדט טאקע פון גרממיא אבער זאגט בכלל נישט גרמניא של אדום נאר גומר זו גרממיא, און טאקע פארדעם האב איך פארזעהן דיין מראה מקום. און דארט שטייט נישט אין רש"י דאס וואס דו דמיונ'סט.
:D :D :D

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 8:23 pm
דורך berlbalaguleh
איך מיין אז דו דארפסט גיין אויסטשעקן דיינע אויגן ביים דאקטער.

ס'איז שוין נאך פורים.

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 8:48 pm
דורך סקעפטיקער
@berlbalaguleh ווען דו וועסט אפירברענגען די רש"י מאך איך אי"ה אן אפוינטמענט ביים אויגן דאקטאר.

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 6:03 pm
דורך סקעפטיקער
CzGdYLgVQAAuhY2.jpg

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 6:52 pm
דורך היום
סקעפטיקער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 6:03 pm CzGdYLgVQAAuhY2.jpg
איך פארשטיי בכלל נישט פארוואס ער זאל האבן א פראבלעם מיט דעם קול קורא.
מען קען זיי אלע באשטימען אלץ חלק פון די ערב רב!
און שוין!
פטור אן עסק!

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 8:51 pm
דורך סקעפטיקער

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:22 am
דורך berlbalaguleh
איך פארשטיי נישט וואס די תמיהה איז דא? ער ר' יוסף מזרחי איז טאקע א ת"ח . נאר נאך אלעם איז ער א בעל תשובה. און ער טראכט און רעדט ווי א בעל תשובה.

ער ווייסט נישט זיינע גבולים. אזוי ווי ס'שטייט אין דעם קול קורא.

ער נעמט למשל פארצווייגטע און קאמפליצירטע אישוס און געט פשוט'ע, און נישט ריכטיגע הסברים. און ער ציעט די נישט ריכטיגע מסקנות.

למשל אזא נושא ווי דער האלאקאוסט און די טעמים פארוואס דאס איז געקומען. און פארוואס די אידן האבן געליטן פון דעים. ער צולייגט עס אין זייערע פשוט'ע ווערטער און טערמס. און ער געט אזוי-גערופענע הסברים. וואס ס'פארשטייצעך אז רעדט אין די וועלט אריין. אויך פארשאפט ער צער און ווייטאג פאר די געליטענע אידן.

ער וואלט געדארפט צו וויסן אז ער דארף שטיין ווייט פון דער נושא וואס גדולים וטובים ממנו האבן זיך נישט געטרויעט צו צורירן צו דעם. מכח כמה טעמים.

איינס פון זיינע אבסורדאלע סטעיטמענטס איז אז אין אוישוויץ און אנדערע פלעצער זענען נישט אומגעקומען 6 מיליאן אידן. נאר אפשר קוים א האלבן מיליאן.

דער נאוואמינסקער רבי זצ"ל האט איהם טאקע פארדאמט פאר רעדן אזעלכע דברי נבלה. ער האט זיך געמוזט אנטשולדיגן. נאר ער איז עומד במריו. ער רעדט נאך אלץ ווייטער שטותים והבלים. ער זאגט למשל אז ווען א גוי הרג'עט א איד ווייל ער איז א איד הייסט דאס נאכנישט אז דער איד איז אומגעקומען על קידוש השם.

ער איז נישט קוואליפיצירט צו רעדן איבער די עניינים אויף עטליכע לעוולס: ערשטנס ער איז נישט געווען אדער געהאט קרובים פון זיין משפחה וואס זענען אומגעקומען ביי די נאציס. ועוד. ער לערנט פאלש פשט אין רמב"ם און אנדערע פוסקים. כדי ס'זאל זיין צוגעפאסט צו זיין אגענדא.

ער איז אויך געווארן אנגעקלאגט אין געריכט אין מדינת ישראל דורך נפתלי בענעט. ווייל ער האט געזאגט אז בענעט איז נישט קיין כשר'ע איד עפ"י הלכה. אז זיין מאמע וועלכע איז געבוירן אלס גוי'טע איז נישט אדורך א גיור כהלכה. נאר א רעפארם גיור. ער האט טאקע פארלוירן דעם משפט און ער האט געמזט באצאלן א גרויסן סכום אנטשעדיגונג פאר בענעט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 8:20 pm
דורך ברוך שפינוזה
קשים גרים ובעלי תשובה לישראל כספחת האט מען דאס געמיינט.

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:40 pm
דורך berlbalaguleh
ספעציעל ווען זיי ווערן פיהרערס און דיעה זאגערס.

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 9:39 am
דורך [NAMELESS]
זיי דארפען זיצען ביי די מערב וואנט

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 10:16 am
דורך [NAMELESS]
שוב ניחמתי ווייל זיין נאמען איז מזרחי, קומט אים טאקע א מזרח וואנט.....

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 11:53 am
דורך מילך טראק
פארוואס האט נאר סאטמער רב געמעגט זאגט פארוואס די האלאקאוסט איז געקומען?
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:22 am איינס פון זיינע אבסורדאלע סטעיטמענטס איז אז אין אוישוויץ און אנדערע פלעצער זענען נישט אומגעקומען 6 מיליאן אידן. נאר אפשר קוים א האלבן מיליאן.
נאר אפשר קוים א האלבן מיליאן פון די 6 מיליאן אידן וואס זענען אומגעקומען זענען געווען כשרע אידן,

פארוואס מאכטו זיין סטעיטמעט ערגער ווי סאיז


מיט קידוש השם איז ער לכאורה גערעכט, די עכטע קידוש השם איז אזוי ווי חנה ושבעה בניה וואס מעגט א געלעגענהייט צו מודה זיין בעבודה זרה צי זיך ראטעווען.

למעשה איז באנט מאמע יא אדורך א גיור ביי א ארטעדאקסישע בית דין אדער מדינת ישראל האלט אז א רעפארם בית איז אויך כשר ?

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 1:13 pm
דורך סקעפטיקער
יוסף מזרחי בארעכטיגט היטלער'ס טענות


Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 5:38 am
דורך berlbalaguleh
ס'איז מעגליך אז היטלער, ימ"ש האט געזאגט די דאזגע ווערטער.

דאמאלס פארוואס האבן די נאציס געהרג'עט די ערליכע אידן וועלכע זענען דאך זיכער נישט געווען קיין קאמוניסטן.

נאר איך מיין אז די גאנצע זאך איז א מיספארשטענדעניש. און יוסף מזרחי מישט דא די יוצרות.

איך האב א סאך געהערט הרב יוסף (צבי) בן פורת. ער האט טאקע געזאגט אזא סטעיטמענט בשם א בארימטן אנטיסעמיט. וואס איז דער סטעיטמענט...אז ער האט נישט פיינט די ערליכע אידן וועלכע גייען זייער אייגענעם וועג און דינען דעם באשעפער. איהם שטערט נאר די פרייע אידן וועלכע קומען אריין אין אלע פלעצער פון די גויים. אזוי ווי אין זייערע ספארטס און ענטערטעינמענט פלעצער.

בין איך געגאנגען אן איך האב געקויפט היטלער'ס בוק "מיין קאמף" פון עמעזאן. איך האב אדורכגעבלעטערט דעם גאנצן בוך אהין און צוריק. געטשעקט אין אינדעקס. אויך געליינט גרויסע חלקים דערפון. אלע שטותים וואס היטלער, ימ"ש שרייבט דארט צוזאם. איך האב נישט געטראפן אפילו א רמז צו דעים וואס מזרחי זאגט.

שפעטער האב איך געהערט אן אנדער'ן טעיפ פון הרב יוסף בן פורת. דארט זאגט ער קלאר ארויס אז ער רעדט וועגן אן אנדער'ן בארימטן אנטיסעמיט וועלכער האט געלעבט בערך 90 יאר פאר היטלער. ער האט געהייסן ריכארד וואגנער. ער איז אויך געווען א מוזיק קאמפאוזער. דער ריכארד וואגנער זאגט וואס מזרחי מישט. אז ער האט גארניש אקעגן די ערליכע אידן. ווייל עפ"י מציאות קען דאס נישט שטימען אויף היטלער. ער האט געהאט א מין פאטאלאגישע שנאה אויף אלע אידן.

ס'זענען דאך דא ליידער די שרעקליכע בילדער ווי די נאציס פייניגן און שלאגן ערליכע אידן אין ווארשא. איינס איז זייער א שרעקליך בילד ווי זיי נעמען א איד אנגעטון אין טלית און תפילן און זיי צוהאקן די תפילין אויף דעם איד'ס קאפ.

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 8:28 am
דורך [NAMELESS]
היטלער ימ"ש האט טאקע עקסטרע געהאסט תלמוד-יודען

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 10:13 pm
דורך berlbalaguleh
מדי דברי: אז מ'רעדט שוין. איך האב, כאמור געקויפט דעם בוך "מיין קאמף". דער עיקר כדי אויף צו זוכן דעם מאמר וואס הרב יוסף צבי בן פורת האט געזאגט בשמו פון דעם רשע.

איך האב עס אויך אדורכגעליינט. דער נאראטיוו פון דעם בוך איז אזוי שלעכט. דער פארשאלטענער צורר היהודים האט אפילו נישט געהאט קיין טראפ שרייבערישן טאלאנט. ער ווארפט צוזאם א סאך איידיעס אן געבן א הסבר אדער בעקגראונד צו זיינע אזוי גערופענע טענות. אויך האט ער נישט קיין קלארע איידיע וואס ער פלאנט צו טון און א פונקטליכן מסודר'דיגן פראגראם.

איך האב געליינט א ריוויו אויף דעם בוך פון זיין קאלעגע אנטיסעמיט פעט ביוקענען, ימ"ש. ער זאגט אויך אז דער בוך (אפילו לשיטתו) איז זייער שלעכט געשריבן. כאטש ער איז א סימפאטיקער פון היטלער ימ"ש.