בלאט 4 פון 4
נשלח: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 10:30 pm
דורך היסטאריע
און וואס איז דער מוסר השכל?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 10:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
היסטאריע האט געשריבן:און וואס איז דער מוסר השכל?
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 29#p509329
דערמאנסט מיר, לעצטנס האב איך געזאגט פאר מיין טאטע אז ס'שטייט אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות, וואס איז דיעס רוח שטות? נאר דאס איז די שטותים מיט וואס מ'איז מחנך די קינדער און דאס גייט זיי אריין אין קאפ און פארדרייט זייער שכל און דאס מאכט אז זיי זאלן שפעטער זינדיגן. שוין, האט מיך מיין טאטע געפרעגט פון וועלכע שטותים איך רעד, האב איך איהם געזאגט דאס לאז איך פאר דיר מפרש צו זיין
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 3:04 pm
דורך סקעפטיקער
מ'קען מוסף זיין צו דעם שמועס די דין פון בן סורר ומורה וואס חז"ל האבן אנגעקוקט בארבאריש און באשלאסן אז "לא היה ולא נברא", עיין סנהדרין עא.
Re: געטוישטע און פארגעסענע מצוות
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 4:46 pm
דורך כרם זית
סקעפטיקער האט געשריבן:מ'קען מוסף זיין צו דעם שמועס די דין פון בן סורר ומורה וואס חז"ל האבן אנגעקוקט באבאריש און באשלאסן אז "לא היה ולא נברא", עיין סנהדרין עא.
עס איז נישט ממש דומה. די גמרא פראבירט נישט מבטל זיין די מצוה, נאר חשבנט אז לויט די פילע דינים קען עס נישט פאסירן.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 5:27 pm
דורך תוהו ובוהו
כרם זית האט געשריבן: די גמרא פראבירט נישט מבטל זיין די מצוה, נאר חשבנט אז לויט די פילע דינים קען עס נישט פאסירן.
או יאמרו האומרים אז די גמרא איז מחדש די פילע דינים כדי ס'זאל קיינמאל זיין נוגע, און זאגאר למפרע קיינמאל האבן פאסירט.
דרך אגב, להלכה פסק'ענט מען נישט ווי ר' יהודה ולסתם מתני' קען עס יא אויסקומען (חוץ לר"ש בברייתא שם).
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 6:30 pm
דורך סקעפטיקער
כרם זית האט געשריבן:סקעפטיקער האט געשריבן:מ'קען מוסף זיין צו דעם שמועס די דין פון בן סורר ומורה וואס חז"ל האבן אנגעקוקט בארבאריש און באשלאסן אז "לא היה ולא נברא", עיין סנהדרין עא.
עס איז נישט ממש דומה. די גמרא פראבירט נישט מבטל זיין די מצוה, נאר חשבנט אז לויט די פילע דינים קען עס נישט פאסירן.
אויב לויט די דינים קען עס נישט פאסירן פארוואס שרייבט עס די תורה? איך ווייס אז די תירוץ איז דרוש וקבל שכר, אבער מער מסתבר איז אז חז"ל האבן קאמפליצירט די דינים אז עס זאל נישט קענען געשעהן
די זעלבע זאך איז אין מכות ז. "רבי טרפון ורבי עקיבא אומרים אילו היינו בסנהדרין לא נהרג אדם מעולם", ווי די גמרא איז מסביר אלע תירוצים וואס זיי וואלטן געגעבן. עס איז קלאר אז דאס איז נישט די כוונת התורה, נאר זיי האבן דאס געטון וועלנדיג מבטל זיין מיתת בית דין
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 6:38 pm
דורך רביה''ק זי''ע
בשעתו האב איך טאקע אויך געוואלט באשרייבן א דראמאטיזירונג פון די וויכוחים איבער מיתת בית דין בכלל, אריינגערעכנט די וויכוח צווישן דער ארטאדאקסישער רבי יונתן און די רעפארמער ר' יהודה און ר' שמעון איבער בן סורר ומורה, אבער איך בין געווארן פארנומען מיט אנדערע זאכן און היינט דערהייבט שוין נישט מיין קאפ די זאכן, וועל איך עס לאזן פאר א צווייטן.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 7:44 pm
דורך חדשים
כרם זית האט געשריבן:א שיינע ידיעה, אבער אנדערש ווי די אנדערע דוגמאות אין די אשכול איז די רעדע דא נישט פון א דאורייתא.
שטייט נישט אז מ’האט זיי געהארגעט וועגן די תרגום. די וואס פירן זיך נישט צו זאגן תרגום זענען אזעלכע וואס זענען מינים ואפיקורסים און מ’האט זיי געהארגעט אלס אפיקורסים שלא יאבדו את ישראל. דאס איז א מצווה וואס איז היינט געטוישט געווארן.
אינמיטן שרייבן איז מיר בייגעפאלן די מקור צו די מצוה שנוהג אצל כמה חצירות להרוג אנשים שמתחצפים לרבם. די גמרא זאגט דאך אז אן אפיקורס איז דאך דער וואס איז זיך מתחצף צו די רבנים (סנהדרין צט:), און א אפיקורס איז דאך דינו למיתה אפילו בזמנינו אלה, שלא יאבדו את ישראל. ביי זיי איז די מצוה נישט געטוישט געווארן...
Re: געטוישטע און פארגעסענע מצוות
נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2022 5:16 am
דורך פרנס החודש
כרם זית האט געשריבן:סקעפטיקער האט געשריבן:מ'קען מוסף זיין צו דעם שמועס די דין פון בן סורר ומורה וואס חז"ל האבן אנגעקוקט באבאריש און באשלאסן אז "לא היה ולא נברא", עיין סנהדרין עא.
עס איז נישט ממש דומה. די גמרא פראבירט נישט מבטל זיין די מצוה, נאר חשבנט אז לויט די פילע דינים קען עס נישט פאסירן.
שטעל דיך פאר די גמרא זאל זאגן די זעלבע לגבי ביאת המשיח, אז בעצם דארף ער קומען נאר צוליב די פילע תנאים אין גמרא איבער משיח קען ער נישט קומען[emoji3525]. ווען איך זאל ווען אזוי זאגן וואלסטו געשריגן אז איך בין א כופר, פארוואס? ווייל דאס אז מען רעדט פון א מציאות איז self-evident אז עס איז דא במציאות. (איך פארשטיי אויך אז מיין משל איז נישט גלייך, וויבאלד איינס איז געזעץ איבער א מציאות, און די אנדערע איז פארזאגען א מציאות.) לויט דעם קען מען פארענטפערן די דיון אין שולחן ערוך איבער פויגל וואס וואקסן פון בוים אויב זיי דארפן שחיטה… דערמאנט פון די קענטאקי געזעץ וואס פארבאט דאס פאנגען פון וואלפיש. די עצם געדאנק פון זאגן אז די תורה האט געשריבן זאכן וואס פאסירן נישט, גיט אונז א שטיקל בליק ווי ווייט חכמינו האבן מחשיב געווען די תורה.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2022 5:21 pm
דורך berlbalaguleh
כ'האב מיך דערמאנט איין ..."מצווה"... וואס האט זיך געטוישט אין א פאזיטיוון סענס. און מ'האט שוין פארגעסן וויאזוי די מצווה איז געלעיגן בקרן זווית...!
די הקפה פון עוזר דלים. אמאל איז געווען די גרעסטע ..."ביזיון"... און באליידיגונג ווען מ'האט איינעם מכבד געווען מיט אט די הקפה. משא"כ היינט רייסט מען זיך איבער דעים. און מ'פארקויפט עס פאר גרויס געלט.
איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל. האט דארט געדאוונט אן אימיגראנט פון די '56ער יוצאי אונגארן. מ'האט איהם מכבד געווען מיט די הקפה עוזר דלים. איז ער געווען אזוי גערירט און באליידיגט פון דעם. ער האט זיך אפגערעדט פאר א חבר. שטעל דיך פאר (די בזיונות). מ'האט מיר געגעבן עוזר דלים...!
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 22, 2022 8:34 pm
דורך היסטאריע
אן אמת'ע מעשה?
נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 2:55 am
דורך berlbalaguleh
היסטאריע: ס'זעהט אויס אז ס'האטציך געטוישט נאך פאר דו ביסט געבוירן. דו ביסט שוין באלד אזוי ווי עצי שיטים. וועלכער גלייבט נישט אין מעשה בראשית. (אפשר וואס דארווין זאגט גלייבט ער יא) א זאך וואס ער זעהט נישט מיט די אויגן קען ער נישט פארשטיין.
נשלח: מוצ"ש יולי 15, 2023 11:52 pm
דורך ברוך שפינוזה
דעם שבת האט מען דאך געליינט די פרשה פונעם לאנג פארגעסענעם איסור דאורייתא פון הסבת נחלה, האב איך פונקט געזעהן אין דברי אמת פונעם רבי'ן פון לובלין א שיינעם טייטש. פרעגט ער, ביי די מיתוס פון בריאת העולם שטייט נאך יעדן מאמר "ויהי כן", גאט האט געזאגט ס'זאל וואקסן גראז "ויהי כן", גאט האט געזאגט די ים זאל זיך אנפילן מיט פיש "ויהי כן", ביים ערשטן טאג שטייט אבער "ויאמר אלהים יהי אור, ויהי אור", פארוואס שטייט נישט "ויהי כן" אזויווי ביי אלע אנדערע טעג? וואס איז דאס דאפלטע לשון? זאגט ער אזוי, "אור" מיינט מען די לעכטיגקייט פון די תורה, איז אזוי, גאט האט באפוילן "ויהי אור" - תורה שבכתב, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט גאר אן אנדערן אור - תורה שבעל פה... דערפאר שטייט נישט "ויהי כן" ווייל ס'טאקע נישט געוועהן דעם זעלבן אור נאר אינגאנצן עפעס אנדערש... ויאמר אלהים יהי אור - תורה שבכתב, ויהי אור - תורה שבעל פה.