נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 10:59 pm
דורך מיסטעריע
אל כבוד אחים בצרה תושבי השיכון כל אחד בשמו הטוב יבורך.
איך וואלט זייער נישט געוואלט שרייבן די שורות, איך בין נישט די מענטש זיך ארויסצושטעלן, אבער נישט האבנדיג קיין ברירה זעהנדיג ווי שכר לימוד פארט ארויף מיט נישט נערמאלע נאמבערס אין א צייט וואס די מוסדות האט פילע קאסעס פון געלט, און די עולם ציטערט צו זאגן א ווארט, האב איך נישט קיין ברירה און איך מוז נעמען די שופר אין הענט ארויס צו ברענגן די אומרעכט וואס די ווערט געטוהן.
איך האב זייער נישט געוואלט שיקן פאר די ציבור די שורות, האב איך עס קודם פאר 2 וואכן צוריק געשיקט פאר די מוסדות צו זיי קענען עפעס ענפערן, נאכן נישט באקומען א נערמאלע תירוץ, האב איך נישט קיין ברירה און איך מוז עס שיקן צו תושבי השיכון, איך בעט זייער שטארק בכל לשון של בקשה אז מען זאל דאס נישט ארויף לייגן אויף סאשעל מידיע לאמיר האלטן די שמוץ צווישען אונז.
היות די מוסדות האט געשיקט א בלעטעל צו יעדעם אינדערהיים, לאמיר איבער שמיסן א פאר נקודות וואס דארט שטייט, זיי שרייבן אז עס איז געקומען ביי קאראנא 4 מיליאן דולער פון PPP זיי שרייבן אבער נישט וויפעל זיי האבן געמאכט פון די אנדערע פעילראל פראגרעם, און פון די עסן חלוקה, און פון נאך א סאך פראגראמען וואס די מוסדות האט באקומען, די וואס דרייען זיך אין מוסדות זאגן אז די מוסדות האט געמאכט שווערע מילאנע דאלארן במשך די קראנא תקופה.
זיי שרייבן אז מען דארף ארויף מיט שכ"ל ווייל זיי גייען ארויף מיט די געהאלט פאר די מלמדים, קודם להוי ידוע אז די לעצטע 30 יאר איז מען נאך נישט ארויף מיט די געהאלט, און מען האט שוין געהעכערט מערערע מאל שכר לימוד אין די פארגאנגענע יארן, עכ"פ ב"ה מען גייט שוין יעצט ארויף מיט די שכירות, די מלמדים דארפן עס, איז חוץ מזה וואס די מוסדות האט א איבערפלוס פון געלט און זיי קענען רואיג העכערן די געהאלט אן העכערן שכר לימוד, איז לאמיר שוין זאגן אז די עלטערן מוזן זיך משתתף זיין מיט די העכערונג, וואלט געדארפט עכ"פ זיין אז די מוסדות זאל קומען צו די עלטערן צאלט האלב פון די העכערונג און די מוסדות גייט זיך מטריח זיין צו שאפן די אנדערע האלב, למעשה איז פארקערט די שכר לימוד גייט יעצט ארויף 10 מאל מער ווי די געהאלט העכרונג, לאמיר מאכן א שנעלע חשבון.
איז וויפעל איז די געהאלט העכרונג?,
קודם זיי האבן נאך גארנישט געזאגט פאר די מלמדים בכלל אז מען העכערט, זיי האבן יעצט חודש אלול געהעכערט שכ"ל פאר יעדעם, און פאר חשון באקומען די מלמדים גרארנישט, איז לאמיר שוין רעדן פון חודש חשון זיי זאגן אז מען גייט העכערן 100 צו 150 א וואך פאר מלמד, איז לאמיר שוין גיין מיט די העכערע נאמבער פון 150 א וואך פאר מלמד, דאס איז נאר פאר מלמדים פאר טיטשערס האבן זיי שוין קלאר געזאגט אז זיי גייען נישט ארויף, וואס אפילו מען צאלט פעניס פאר טיטשערס וממילא זענען 80% טיטשערס מיידלעך וואס זענען יעצט ארויס פון סקול, אונז האבן אבער א גאנצע 12טע קלאס וואס וויל ווערן טיטשערס, ממילא דארף מען נישט צאלן נערמאל פאר די טישערס ווייל קיינער דארף דיך נישט קענסט ארויס גיין, א מיידל אן עקפעריענס וועט דיך שוין איבער נעמען, ווער דארף טישטערס מיט עקספעריענס?
עכ"פ די העכרונג יעצט פאר מלמד פאר וואך איז 150 דולער, פאר א חודש פון 29 אדער 30 טעג איז עס בערך $630, און א קלאס איז דא 25 קינדער, צוטייל די 630 פאר 25 קינדער איז עס $25 א אינגעל, די שכ"ל העכרונג יעצט, פאר א קליינע משפחה איז $75 א קינד, פאר א גרויסע משפחה $50 פאר קינד, און פאר מענטשן וואס די מוסדות האט מחליט געווען זיי האבן געלט איז עס 200 פאר קינד, און דאס רעכנט אריין אלע קינדער אפילו מיידלעך, וואס דארט העכערט מען נישט.
חוץ מזה גייען זיי ארויף מיט נישט נערמאלע נאמבערס פאר היי סקול, עס קען זיין אז עס קאסט זיי זייער סאך א טיטשער פאר שעה, אבער לאמיר נישט פארגעסן אז עס איז דא סקול נאר בערך 8 חדשים א יאר, עס איז נישט דא 10 וואכן אין די זומער, עס איז נישט דא חודש ניסן וחצי חודש תשרי, און שכ"ל צאלט מען פאר 12 חדשים.
ווען איינער רופט אן די מוסדות זיך באקלאגן אז די שכ"ל איז צו הויעך, ענפערן זיי אז יענע קליינע מוסד אין מאנסי צאלט מען מער, איז קודם פרעג דיך נאך וויפעל די גרויסע מוסדות אין מאנסי צאלט מען, חוץ מזה וואס איז א חילוק וויפעל דארט צאלט מען? וויפעל קאסט פאר די מוסדות דא א קינד?.
איז לאמיר מאכן א שנעלע חשבון די חילוקים פון הוצאות והכנסות פון מאנסי ביז דא, קודם הוצאות, קודם בנוגע בנינים נעם עני מוסדות אין די וועלט, צאלן זיי אדער רענט אדער א מארגעזדש, אונזערע מוסדות זענען די איינציגסטע וואס אלע בנינים זענען אויסגעצאלט, 1 סקול בילדיג וואס זיי בויען יעצט, האט מען שוין צו הערן פאר די לעצטע 5 יאר אז מען בויט מען דארף געלט, און מען האט ארויף געצווינגן אויף אלע עלטערן 2500 פאר קרן הבנין, די מסודות דא באקומט בחינם די לאט ווען זיי ווילן בויען א בנין, נאכדעם העלפט שקל הקודש מיט נדבנים פאר די בנין, שמחם בנין האט די רבי געבעטן געלט פון די עולם, און עס האט נישט געקאסט קיין פעני פאר די מוסדות, זיי זענען יעצט ברוגז פארוואס די רבי בעט געלט פאר די נייע ביהמ"ד און נישט פאר די סקול בילדינג.
יעצט בנוגע שכירות, די שכירות דא פאר מלמדים איז סאך סאך ווייניגער ווי עני מוסדות אין מאנסי, און פארדעם זענען רוב מלמדים דא אין מוסדות אינטער די 30, רוב מלמדים וואס זענען דא מצליח גייען סוף קיין מאנסי, אלע מאנסי חדרים זענען פול מיט סקווירא מוצלח'דיגע אינגעלייט, נאכדעם געבט די מוסדות דא נישט קיין פעני פאר קיין שום מבצע, די מנהלים דא זענען פארנימען די גאנצע טאג ארום צו רופן עלטערן טרייען צו שאפן אפאר דולער פאר פארשידענע מבצעות, חוץ די קארגע שכירות וואס זיי מוזן געבן, געבן זיי נישט קיין פעני פאר גארנישט, נאכדעם לאמיר אנכאפן באסעס, אינדערצייט וואס א מוסד און מאנסי דארף ארום פארן גאנץ מאנסי אויפצופיקן די קינדער, און עס נעמט זיי א שעה 1 באס ראד, נעמט דא 10 מינוט א ראד, ממילא פאר א מאנסי מוסד נאכן באקומען די גאווערמענט געלטער פאר די באסעס איז די באסעס נאך א הוצאה, פאר סקווירא איז די באסעס א הכנסה, נאכדעם ווען די חדר וויל פארן צו א טריפ אדער ישיבה פאר א שבת התוועדות, געבט די מוסדות נישט קיין באסעס, נאר מען מוז עס דינגען פון זיי, ווען מען בעט אייך $35 פאר אייער אינגעל'ס טריפ גייט האלב פון די געלט פאר די מוסדות פאר די באסעס.
יעצט לגבי די הכנסות וויבאלט אונז זענען א שטעטל און די מוסדות האט אלעס גענימען פאר זיך האט די מוסדות אסאך הכנסות וואס א מוסד אין מאנסי האט נישט, לאמיר מאכן א שנעלע חשבון א חלק הכנסות וואס מיר ווייסען אז די מוסדות האט.
ישיבה גדולה איז דא די קאלידש פראגרעם וואס מען מאכט $16000 פאר בחור א יאר, נורסערי איז דא העד סטארט (און מען נעמט שכ"ל פון די עלעטערן), קינדערגארטן איז דא פרי קעי (און מען נעמט שכ"ל פון די עלטערן), לאנטש פראגראם, סקול באסעס, נאך פראגראמן וואס מען באקומט פון די גאווערמענט, (זיי באקומען זיכער א סאך געלט פון איסט ראמפו פאר עפעס א סיבה הייסן זיי יעדן יאר וואטען יא פאר די סקול באדזשאט), פלייש געשפעט (וואס אלע תושבים מוזן קופן דא פלייש אלץ שחיטה חוץ, און די פלייש קאסט דא סאך טייערע ווי עני גראסערי אין מאנסי), מצה בעקערי, מושב זקנים, רענט פון CIC אין די חדר בילדינג, רענט פון סאטמאר, ליזענסק אין די אלטע חדר בילדינג, רענט פון די אלטע אין נייע שאפינג סענטער, די נייע גראסערי, די באס געראזדש.
די מוסדות שרייבט אין זייער בלעטל אז זיי צילן אנצוקמען אז די שכ"ל זאל דעקן די שכירות, קודם פאוואס עפעס? ווי גייט די מילאנע מילאנע דאלארן וואס קומען אריין אין מוסד? זענען די אנדערע הוצאות חוץ שכירות אזוי הויעך?
איז לאמיר שוין זאגן די עלטערן דארפון דעקן די שכירות, לאמיר מאכן א חשבן פון די שכירות וויפעל קאסט א קינד פאר די מוסדות? לאמיר קודם אנכאפן די אינגלעך, א עלטערע קלאס מלמד פלעגט באקומען ביז יצעט קארגע 600 א וואך מיט די נייע העכרונג (אויב עס גייט טאקע קומען) איז עס 750 א וואך, פאר א חודש איז דאס בערך 3100, צוטייל דאס פאר 25 קינדער איז עס 124 א חודש, א חדר פון נורסערי ביז נאך כיתה ט איז 11 כיתות, יעדע כיתה פאר חדר איז בערך 2 קלאסן דאס מיינט 22 קלאסן פאר חדר, בערך 550 קינדער, יעדע חדר האט א מנהל, מיט א סגן מנהל פאר די אינגע קלאסן און סגן מנהל פאר די עלטערע, א מנהל באקומט בערך 1200 א וואך א סגן מנהל בערך ווי א מלמד, איז לאמיר רעכענען ברייט די מנהל מיט 2 סגני מנהלים איז נאך 3000 א וואך, דאס קומט אויס צו בערך 13000 א חודש, צוטייל דאס פאר די 550 קינדער איז עס נאך 24 פאר א קינד, סך הכול קאסט א קינד אין שכירות 148 א חודש פאר די מוסדות, נאכדעם איז דא דעת קנית, איז קודם רוב קלאסן האבן נישט, אן קיין בושה האט מען די גאצע יאר אהיים געשיקט כיתה ז ח קינדער 3:45 עס איז בכלל נישט געווען קיין דעת קנית די גאצע יאר פאר ז' ח, נאכדעם די קלאסן וואס האבן יא, די מוסד האט א גאווערמענט פראגערעם צו מאכן ארט און קרעפטס מיט די קינדער, זיי ניצן די געלט צו באצאלן די דעת קנית טיטשערס און זיי בלייבן נאך מיט פראפעט ואין כאן המקום להאריך.
קומט אויס לויט די חשבון נאכן העכרונג קאסט א אינגעל 148, באמת איז עס סאך ווייניגער ווייל די אינגערע קלאסן צאלט מען ווייניגער פאר מלמד, נאכדעם קינדערגארטן איז דא פרי קעי, נאכדעם א חלק פון די מלמדים'ס שכירות ווערט געדעקט פון די לאנטש פראגרעם, וויבאלד זיי נעמען קעיר פון די קינדער בשעת פרישטאג און לאנטש, ביי די מיילדעך צאלט מען סאך ווייניגער פאר די טיטשערס, איז אפילו עס איז דא 4 טיטשערס א קלאס קומט עס אויס ווייניגער נאכדערצו וואס סקול איז נאר 8 חדשים א יאר, ישיבה איז טאקע דא 2 מגידי שיעורים פאר קלאס איז אבער דא 40 בחורים א קלאס.
סך הכול לפי החשבון וואלט גאדארפט זיין שכ"ל לכל היותר $150 א קינד, סוי ווי קומט מען יעצט אן צו נאמבערס פון 250 פאר כולל אינגערמאן 350 פאר בעה"ב, און 450 פאר עושר?
איך וויל פרעגן 1 גרויסע שאלה פון הנהלת המוסדות פאר 10-12 יאר צוריק איז שכ"ל געווען א צענטעל פון היינט, מען האט געצאלט סאך סאך ווייניגער פאר קינד, עס איז נאכנישט געווען א עקסטערע אפיס פאר ישיבה, מען האט געצאלט פאר ישיבה אזוי ווי פאר אלע אנדערע קינדער, נאכדעם איז געווען א דאך דאס איז די מערסטע וואס א מענטש קען צאלן, און עס איז נאך נישט געווען קאליזש פראגרעם פאר ישיבה גדולה, איז וויאזוי האט איר דעמאלטס געדעקט, איז די הוצאות היינט 10 מאל מער ווי 10 יאר צוריק, שכירות איז דאך נאך גארנישט ארויף פון דעמאלטס, זענען די אנדערע הוצאות אזויפיל מער, געווענטליך ווען א מוסד ווערט גרעסער ווערט די הוצאות פאר קינד קלענער נישט גרעסער, איז וויאזוי קען זיין אז מען דארף היינט 10 מאל מער שכ"ל, איז אפשר די סיבה ווייל אמאל האבן ענק געהאלט ביי ארבייטן אין שאפן געלט, און ענק זענען עלטער געווארן ענק האבן שוין נישט קיין כח, ממילא פאר יעדע הוצאה געט מען א העכער די שכ"ל, אויב דאס איז די סיבה איז זייט מוחל ברענגט אריין אינגע כוחות אין די מוסדות זאלן ענק צוהעלפן מיט די ארבייט, אדער געבט אינגאצען איבער די מוסדות פאר נייע אינגע כוחות.
יעצט עס קען זיין אז די מוסדות האט הוצאות וואס אונז ווייסן נישט, אבער כדי צו קענען העכערן שכ"ל מיט אזעלכע נאמבערס דארף די מוסדות אריינזעצן 3 עלטערן ביזנעס אינגעלייט אקאונטענטס זאלן איבער גיין אלע ביכער פון די מוסדות, און זעהן ווי גייט אלע געלטער פון די מוסדות, ווי גייט די אלע פראגרמען?, ווי גייט די רענט וואס קומען אריין?, גייט טאקע די געלט פון עונג פלייש געשעפט פאר די מוסדות?, אדער מיר אלע מוזן קויפן סקווירא פלייש און די געלט גייט פאר א יחיד אין טאש, זיי זאלן אריינקיקן פון ווי איז געקומען די געלטער צו בויען די נייע שאפינג סענטער, און אנפולן די גראסערי, און ווי גייט די רווחים דערפון, ווי גייט די רענט פון די מושב זקנים וכו' וכו', און אויב די 3 וועלן ארויס קומען מיט א צעטיל אז אונז האבן איבערגעקיקט אלע ביכער און אלעס שטימט, און די מוסדות דארף טאקע העכערן שכ"ל, דעמאלטס קען די מוסדות ארויף גיין מיט שכ"ל.
אבער אפילו נאך וואס מען וועט האבן א פינקליכע חשבן וויפעל די מוסד דארף קאלעקטן פון שכ"ל, דארף מען יעצט זעצן א מושב בי"ד זאל דן זיין וויאזוי צו צוטיילן די שכ"ל, לאמיר זאגן עס קומט אויס לויט אונזער פרידיגע חשבון אז די מוסד דארף 150 פאר יעדע קינד, קען מען זאגן אז יעדער זאל צאלן 150 פאר יעדע קינד וואס ער האט אין מוסד, האט ער 1 קינד צאלט ער 150 האט ער 10 קינדער צאלט ער 1500 און נישט קיין חילוק ארים צו רייך, אדער קען זיין אז מען זאל בעטן פאר 1 קינד 250 און קיינער זאל נישט צאלן העכער ווי 1000 א חודש, אפשר כולל אינגערלייט זאלן צאלן נאר 50 פאר א קינד, אין עשירים 250 פאר קינד, די הנהלת המוסדות קען נישט אליין אפמאכן מען דארף א מושב בי"ד דן צו זיין.
עס קען אפילו זיין אז שכ"ל זאל יעדע תושב השיכון צאלן, נישט קיין חילוק וויפעל קינדער ער האט, און צו ער האט בכלל קינדער אין מוסד, עס איז דא א תקנת יהושע בן גמלא וואס ווערט געפסקנט אין שו"ע אז יעדער שטאט דארף צושטעלן א חדר פאר די קינדער, היות אונז האבן נאר 1 מוסד אין שטאט איז דאס די מוסד וואס די שטאט דארף אויסהאלטן, ממילא אפשר דארף מען נעמען די גאנצע געלט וואס דארף אריין קומען פון שכ"ל און צוטיילן גלייך אויף גלייך פאר אלע תושבים.
להבדיל אלף אלפי הבדלות די גאווערמענט גייט אויך אויף אזא מהלך, יעדער צאלט טעקס פאר איסט ראפאו סקול דיסטריקט צו אויסהאלטן די סקול, נישט קיין חילוק צו מען האט קינדער אדער נישט, (אפשר איז שוין טאקע צייט אז די עסקנים זאלן זיך אריין לייגן און מאכן א אייגענע סקול דיסטריקט).
למעשה ווילן מיר בעטן אלע עלטערן, זייט נישט קיין חב לאחריני קיינער זאל נישט צאלן די נייע פרייזן, גייט נישט כצאן לטבח אז א יחיד זאל שולט זיין אויפן ציבור און ארויף צווינגן אויף אייך מה שלבו חפץ, צאלט נישט קיין פעני מער ווי פאריאר, אויב עפעס ווייניגער, אויב איר האט מורא אז די הנהלת המוסדות גייט זיך אפזאגן, האט נישט מורא, די וועג וויאזוי עס פירט זיך יצעט קען יעדע כולל אינגערמאן פירן די מוסדות, די הכנסות פון די מוסדות איז סאך מער ווי די הוצאות, מען דארף נאר זיין ערליך און נישט 'בארגן' געלט פון די מוסד פאר די אייגענע ריעל עסטעיט און מען וועט זיך טרעפן מיט פילע מוסדות קאסעס.