בלאט 4 פון 4

נשלח: מוצ"ש מאי 20, 2023 11:20 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ניין, ס'שטארק מעגליך אז די מעשה איז אמת ווייל דער חפץ חיים האט געהאט שכל ווי א חעלמער און אנשטאט לאזן דעם וואסערשעפער אליין כאפן וואס גייט פאר און אהיימנעמען זיינע ארבעטסגעצייג פאר א גוט יאר איז ער געלאפן יעדע נאכט אין דער שניי, אלעס איז מעגליך, די שאלה איז נאר וואסערע אפפעקט אזעלכע סארט מעשיות האבן אויף אונזער געדאנקענגאנג subconsciously.

נשלח: מוצ"ש מאי 20, 2023 11:22 pm
דורך berlbalaguleh
ומרגלא בפומיה פון הרה"ק מ'יארמא שליט"א אז מ'פרעגט נישט קשיות אויף א מעשה...!

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 8:42 am
דורך פאלאצ'ינטא
איך האב געהאט א רבי וועליכע האט דערציילט אז ווען דער ישמח משה פלעגט זאגען די שירה, אז ישיר שבת שירה האבען אלע וועליכע זענען דארט גשטאנען זיך אופגעהובן די בעקיטשעס אז עס זאל נישט נאס ווערען.

איי דער ים האט זיך אויסגערוקענט???

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 10:38 am
דורך הרב שיף
זיי האבען געמיינט אז זיי זענען נחשון בן עמינדב.

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 11:19 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
.

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 11:27 am
דורך צקון לחש
יואב האט געשריבן:און וואָס איז מיט יוֹסף הצדיק ביי וועמען ס'האָט געשפּריצט סחוֹרה פון אַלע צען פינגער? דערויף איז דאָך יאָ דאָ א מקוֹר אין חז"ל.
שמעתי אז פשט אין דעם קען זיין אז ער האט ארום גענומען זיין קשת מיט זיינע צוויי הענט און די חצים זענען ארויס פון צווישן די פינגער.

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 11:48 am
דורך תוהו ובוהו
צקון לחש האט געשריבן: שמעתי אז פשט אין דעם קען זיין אז ער האט ארום גענומען זיין קשת מיט זיינע צוויי הענט און די חצים זענען ארויס פון צווישן די פינגער.

Re: מעשיות וואס מאכען נישט קיין סענס

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 1:07 pm
דורך איך הער..
וואס הייסט דאס נישט מאכן סענס? צי מיר מאכט נישט קיין סענס אלס פינעם ריבנעצער ביז אדם הראשון, אז איינער רעדט צי א שלאנג וועגען עסן פון א בוים וואס מאכט קליג דאס מאכט סענס צי איינעם?

נאר וואס דען? צימאל דארף מען גלייבען אז א צדיק האט א העכערע כוח למעלה מהשגתני וואס דארף נישט מאכן קיין סענס, אין צימאל איז עס סתם חלומות פון א שרייבער מיט א ריזן כוח הדמיון וואס דעמאלס קימט סענס בכלל נישט אריין.

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 2:19 pm
דורך צקון לחש
איך הער.. האט געשריבן:צימאל דארף מען גלייבען
אדער קען מען זיך אויסלערנען צו הנאה האבן פון פיקציע אפילו אהן גלייבן דערין

Re: מעשיות וואס מאכען נישט קיין סענס

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 3:08 pm
דורך איך הער..
צקון לחש האט געשריבן:
איך הער.. האט געשריבן:צימאל דארף מען גלייבען
אדער קען מען זיך אויסלערנען צו הנאה האבן פון פיקציע אפילו אהן גלייבן דערין
דאס דארפסטי שוין אליין מחליט זיין וואס איז פיקציע און וואס נישט.

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 3:55 pm
דורך צקון לחש
איך הער.. האט געשריבן:
צקון לחש האט געשריבן:
איך הער.. האט געשריבן:צימאל דארף מען גלייבען
אדער קען מען זיך אויסלערנען צו הנאה האבן פון פיקציע אפילו אהן גלייבן דערין
דאס דארפסטי שוין אליין מחליט זיין וואס איז פיקציע און וואס נישט.
איך האב מיך באצויגן צו דאס וואס דו דערמאנסט די "צורך" פון גלייבן, אז מ'קען ערפילן דעם צורך מיט אנדערע וועגן

Re:

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 8:38 pm
דורך צוויי
מרדכי מרדכי האט געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 6:02 am
היסטאריע האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין פין תפילין און מעשה'ס וואס מאכט נישט קיין סענס.

https://www.bhol.co.il/news/733591

צוויי פין זיינע קינדער זענען ל"ע געשטארבן און עס האט געפועלט דער ווארט בבניך פין וכל בכור אדם בבניך תפדה.

איי איז וואס? מיינט עס אז ער ברויך יעצט אויסלייזן יענעמס זוהן?
איז גאט אזא שלעכטער און הרג'עט קינדער וויל אין די תפילין/מזוזה איז דא א טעות?
עפרה לפומי
מעולם איז געווען באשערט די קינדער זאלן שטארבן, השי"ת איז א גוטער האט ער געמאכט אז מ'זאל טרעפן א סיבה דערצו, אדער ווייל אלעס זאל זיין בדרך הטבע, אדער ווייל ער וויל טאקע אז מענטשן זאלן הערן די מעשה און אבאכט געבן אויף בדיקת המזוזות אז ס'זאל נישט זיין קיין טעותים, אדער אפשר האט עס טאקע יא צו טוהן איינס מיט די צווייטע, און ס'איז פשוט געווען באשערט ביידע, סיי די פסול אין די מזוזה, און סיי די מיתת הילדים

Re: מעשיות וואס מאכען נישט קיין סענס

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 11:39 pm
דורך צפת
/