בלאט 4 פון 4

נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 8:28 am
דורך [NAMELESS]
יעצט הער איך אז ר' משה בער בעק איז אויך צום סוף נפטר געווארן פון קאראנא

נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 11:28 am
דורך תרמב
איך ווייס פון א מרת קרויס פון וויליאמסבורג וואס איז אוועק לעצטע וואך, זי איז געווען זייער קראנק און זי האט באקומען קאראנע וואס האט איר אוועקגעלייגט, ס'איז דא מענטשן וואס זענען זייער קראנק און יעדע קלייניקייט קען זיי אפהרג'ענען אפילו א קאלד, איך וואלט עס נישט גערעכנט פאר א קאראנע טויטפאל.

נשלח: מוצ"ש אפריל 24, 2021 10:52 pm
דורך [NAMELESS]
תרמב האט געשריבן:איך ווייס פון א מרת קרויס פון וויליאמסבורג וואס איז אוועק לעצטע וואך, זי איז געווען זייער קראנק און זי האט באקומען קאראנע וואס האט איר אוועקגעלייגט, ס'איז דא מענטשן וואס זענען זייער קראנק און יעדע קלייניקייט קען זיי אפהרג'ענען אפילו א קאלד, איך וואלט עס נישט גערעכנט פאר א קאראנע טויטפאל.

קען זיין אבער ס'ווייזט אז קאראנא גייט נאך ארום. מרת קרויס און ר' משה בער און רעבעצין גלאנץ האבן אלע באקומען קאראנא פון געזנוטע מענטשן וואס שטעקן ליידער אהן אנדערע מענטשן

נשלח: מוצ"ש אפריל 24, 2021 10:55 pm
דורך [NAMELESS]
פאריגע וואך מאנטאג איז נפטר געווארן ר' שאול אייזען ע"ה פון באבוב, פון קאראנא. ער איז אנגעשטעקט געווארן ביי די באבובע חתונה און איז קראנק געוועהן זייט דעמאלטס.

נשלח: זונטאג אפריל 25, 2021 10:34 pm
דורך היכי דמי
בד"ה
הרבנית קריינטשא רובין אשת הרב מאיר יוסף רובין.
72

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 8:37 am
דורך נחום הסופר
המלוכה והממשלה האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:פאריגע וואך מאנטאג איז נפטר געווארן ר' שאול אייזען ע"ה פון באבוב, פון קאראנא. ער איז אנגעשטעקט געווארן ביי די באבובע חתונה און איז קראנק געוועהן זייט דעמאלטס.

הי"ד

אין וועם זיך נוקם זיין? אין ר' שאול זעלבס וואס האט נישט אכטונג געגעבן אויף זיך? (אויב סאיז בכלל שייך זיך אכטונג צו געבן, עי' קארלינער רבי)

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 7:26 pm
דורך [NAMELESS]
הרה"ח ר' יעקב יצחק הלוי גרובער ז"ל, בן הרה"ח ר' מרדכי דוב הלוי ז"ל פון קרית יואל
75 יאהר

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 10:29 pm
דורך [NAMELESS]
כ'ווייס נישט וויפילטע כוואליע מ'האלט אבער ליידער איז שוין דא א פרישע קרבן פון די יעצטיגע כוואליע, מרת אקער פון טאהש די מאלערין פון א הילף פאר דעם קינד קאלערינג ביכעלעך

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 10:36 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
@חתם סופר. ווייסיך נישט פארוואס אבער סשפירן זיך לייכטע פאראנויאידישע שטריכן אין דיין קאראנא אבסעסיע, כוואלט אייך געראטן עס אונטערצוזוכן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 1:04 am
דורך חד גדיא
חתם סופר האט געשריבן:כ'ווייס נישט וויפילטע כוואליע מ'האלט אבער ליידער איז שוין דא א פרישע קרבן פון די יעצטיגע כוואליע, מרת אקער פון טאהש די מאלערין פון א הילף פאר דעם קינד קאלערינג ביכעלעך

געווען אויך אויף טריעטמענטס ל”ע פאר א שטיק צייט, געהאט קאוויד ביים ערשטן אויסברויך במילא זיך נישט שטארק געהיטן איצטער, געווען צוויי וואכן צוריק אויף א חתונה און עס לכאו’ דארטן געכאפט, זעהט אויס צוליב די טריעטמענטס איז דער גוף געווען צו שוואך צו פרודיצירן אנטיבאדנס
ק/פ

ר"ל. דאס מיינט אז איינער ביי די חתונה האט איר פשוט גע'הרג'עט בשוגג

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 1:09 am
דורך קורקלענד
קענען איינער וואס איז נעבעך אוועק פון זעלבסטמארד שטארבנדיג פון קענסער נאך וואס ער האט גערויכערט יארן לאנג.

#משוגענעבּאַגריפןַ

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 8:07 am
דורך ליב צו וויסן
חד גדיא האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:כ'ווייס נישט וויפילטע כוואליע מ'האלט אבער ליידער איז שוין דא א פרישע קרבן פון די יעצטיגע כוואליע, מרת אקער פון טאהש די מאלערין פון א הילף פאר דעם קינד קאלערינג ביכעלעך

געווען אויך אויף טריעטמענטס ל”ע פאר א שטיק צייט, געהאט קאוויד ביים ערשטן אויסברויך במילא זיך נישט שטארק געהיטן איצטער, געווען צוויי וואכן צוריק אויף א חתונה און עס לכאו’ דארטן געכאפט, זעהט אויס צוליב די טריעטמענטס איז דער גוף געווען צו שוואך צו פרודיצירן אנטיבאדנס
ק/פ

ר"ל. דאס מיינט אז איינער ביי די חתונה האט איר פשוט גע'הרג'עט בשוגג


כ'פארשטיי אז דו באשולדיגסט איר טעקסי דרייווער, אבער מהיכי תיתי אז ער איז אריין ביי די חתונה, און אפילו אויב יא וואס מאכט עס אויס?..

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 9:48 am
דורך בת קול
חד גדיא האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:כ'ווייס נישט וויפילטע כוואליע מ'האלט אבער ליידער איז שוין דא א פרישע קרבן פון די יעצטיגע כוואליע, מרת אקער פון טאהש די מאלערין פון א הילף פאר דעם קינד קאלערינג ביכעלעך

געווען אויך אויף טריעטמענטס ל”ע פאר א שטיק צייט, געהאט קאוויד ביים ערשטן אויסברויך במילא זיך נישט שטארק געהיטן איצטער, געווען צוויי וואכן צוריק אויף א חתונה און עס לכאו’ דארטן געכאפט, זעהט אויס צוליב די טריעטמענטס איז דער גוף געווען צו שוואך צו פרודיצירן אנטיבאדנס
ק/פ

ר"ל. דאס מיינט אז איינער ביי די חתונה האט איר פשוט גע'הרג'עט בשוגג


איינער וואס שטארבט נאך היינט פון קאראנא נאכן גיין צו א חתונה, קען נאר זיך אליין באשולדיגן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 10:29 am
דורך תרמב
לעצטנס איז געווען אין די נייעס אז מ’גרייט זיך אין ישראל צו געבן א פערטע דאזע פון די וואקסין, ווי סקוקט אויס איז קאראנא העיר טו סטעי אזוי ווי די פלו וואס קומט צוריק יעדע ווינטער, אויב איז דאס אמת וואלט שוין געווען צייט צוריקצוגיין צו די אלטע סדר החיים פולשטענדיג, ס’האט דאך נישט קיין פשט ווייטער צו נוצן דעם תירוץ פון דו טו קאוויד פאר יעדע זאך וואס מ’וויל זיך ארויסדרייען, אויב סאיז מער נישט קיין צייטוויליגע זאך.