בלאט 4 פון 14
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 11:04 pm
דורך אונטער חכם
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די שאלה פונעם אשכול'ס קעפל איז שוין אירעלעוואנט, יעצט איז די שאלה צו טראמפ האט געווינען, און דער ענטפער איז יא און ניין, ס'ווענדט זיך אין וועלכע פאראלעל יוניווערס.
יא, דאס איז דער אפמאך, טראמפ בלייבט מיט טוויטער, ביידען בלייבט מיט די בעיסמענט, און אמעריקע ווערט ווייטער געפירט דורך די דיעפ/סטעדי סטעיט.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 11:41 pm
דורך קורקלענד
ביבער האט געשריבן:אגב די קאנסערוועטיווס זענען אינגאנצן אף טרעק. זיי וואלטן געדארפט זיין די ערשטע צו דעפענדן 230. תמות נפשי עם פלשתים איז זיי וויכטיגער
סתם נייגעריג, מיט וואס זענען זיי אף טרעק. איך האב פשוט נישט פארשטאנען וואס איר פרובירט צו זאגן.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 12:01 am
דורך ביבער
קורקלענד האט געשריבן:ביבער האט געשריבן:אגב די קאנסערוועטיווס זענען אינגאנצן אף טרעק. זיי וואלטן געדארפט זיין די ערשטע צו דעפענדן 230. תמות נפשי עם פלשתים איז זיי וויכטיגער
סתם נייגעריג, מיט וואס זענען זיי אף טרעק. איך האב פשוט נישט פארשטאנען וואס איר פרובירט צו זאגן.
ווייל די לעצטע פאר יאר זענען די לינקע וואס זוכן צו לימיטן פרי ספיטש און די רעכטע הענגן זיך אן דערין.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 1:48 am
דורך קורקלענד
די רעכטע זענען אמאל געווען קעגן פרי ספיטש?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 2:57 am
דורך מה בכך
די דעמאקראטן האבען אין וויסטען חלום נישט געגלייבט אין וואס פאר א הארטן ניס זיי בייסען...
זיי האבען נישט געקענט בייקימען טראמפ מיטן...
1) טעקס ריטורן פראוו
2) צריקהאלטן דעם וואנט.
3) סאוט דיקואטע פייפ ליין
4) עמבעסי אין ירושלים
5) וועטערן טשויס
6) ביל אוו רייט טא טריי
7) ריפאבליקענע ריכטערען
8) ארויסציען פינעם נאפטע דיעל
9) ארויסציען פינעם וועלט טרעיד דיעל
10) נישטא קיין מלחמות אינטער טראמפס אדמיניסטראציע
11)מעקסיקא קענעדע אמעריקע דיעל
12) אבאמא אינדיווידאעל מענדעט איז אויס
13) ציריקברענגען קאר אינדאסטריס
14)קענסעלד די קלין פאוער פלענט
15) ועל כולם די אימגעלונגענע אימפיטשמענט
אין נאך צענדליגער אויפטיען פין טראמפ וואס די דעמאקראטען האבען פרובירט אפציהאלטן מיט אן אויסערליכע אגרעסיווקייט.....
האסטו נאך אלץ דעם זייפן בלאז חלום אז ביידען ווערט פרעזידענט ????
האט אביסעל געדילד אין ווארט אויס מיט שפאנונג דעם צווייטען העלפט פינעם געשמאקען שאו..
עס הייבט זיך אן מארגען 9:00 שארף אינעם סופרים קארט. יאג זיך איינציהאנדלען א בילעט עס וועט זיין העכסט אינטערעסאנט
דער מיום שחרב בית המקדש סלאגאן איז א קינדערישע טרייסט איינשפריץ פאר וואנזיניגע....
און היות איך בין נישט דער מחבר פון דעם האבעך מיר נישט אנגעגרייט קיין בלעכענע הויזן סאו איך האב עס דשאסט אימפארטירט צוצילייגן א קנויל רויעך על הזבח אישה לד' ריח ניחוח
א לייק קענטעץ איבערלאזן אבער היציגע רעטאריק על לא עוול בכפי למה לי
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 7:15 am
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 7:34 pm
דורך מה בכך
חתם סופר האט געשריבן:.
קום אריין קלאר מיט דעטאלן ביטע
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:32 am
דורך א חסיד פון ווילנא
חתם סופר האט געשריבן:.
אזוי ווי עס גוישט זיך, אזוי אידישט זיך
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 1:44 pm
דורך מה בכך
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:.
אזוי ווי עס גוישט זיך, אזוי אידישט זיך
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
ליכא מידי דלא רמיזא ....
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 1:49 pm
דורך מה בכך
ריקאונט אין וויסקאנסין
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 1:53 pm
דורך מה בכך
וואס טוט מען נישט פאר כבוד..
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2020 1:49 pm
דורך mevakesh
ווען רעפובליקאנער באקומען צו שטימען איז עס א ראיה אז עס איז געווען פראוד פאר דעם ווען די דעמאקראטן באקומען צו איז זיכער פראוד נאכדעם
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2020 11:49 pm
דורך מה בכך
אין א פרישע געווינס פאר פרעזידענט טראמפ האט א העכערע געריכט גע'פסק'נט ארויס צו ווארפן 2,349 בעלאטן וועלכע האבן נישט פארמאגט קיין דאטום, נאך וואס א קלענערע געריכט האט געאורטיילט עס יא צו רעכענען.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2020 11:51 pm
דורך מה בכך
אן עפידעיוויט פון איינע פון די בארד מיטגלידער.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:13 am
דורך מה בכך
די נייעס וועלט איז אויף מיט טאקער קארלסאן, דער געשוואוירענער קאסערוואטיוו פון פאקס ניוז, וועלכע האט היינט געטוישט ניגון און הייבט אן איינזעהן אז די צוזאגונגען און גאלדענע גליקן וואס טראמפ'ס לויערס שטעלן פאר זענען מעגליך נישט אזוי גלאררייך ווי עס קוקט אויס, און מ'דארף אראפקריכן פון דעם בוים באצייטנס, און לאזן פאקטן פירן דעם וועג צו מציאות און נישט ווערן איבערגענומען פון קאנספיראציעס און הבטחות.
טאקער האט געצייגט אויף די פאקט אז די לויערס הערן נישט אויף רעדן, אבער ברענגען נישט קיין סאך צום טיש. ער זאגט אז נאכן זיי בעטן אזוי סאך מאל און זיי ווילן נישט ווייזן, איז דאס א סימן אז זיי קענען נישט אפירקראצן באווייז אויף אפילו איין שטימע וואס זיי ווייסן פאר זיכער איז איבערגעדרייט געווארן.
אסאך אין די קאנסערוואטיווע רעלסן זענען גאר בייז אויף די "חוצפה" פון טאקער, והמידיע - לינקע און רעכטע ביינעזאם - צהלה ושמחה...
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:14 am
דורך מה בכך
סידני פאועל איז פארשטייט זיך נישט שטיל געבליבן, און שרייט ווייטער אז זי קומט נישט קיין באווייז פאר א מידיא פיגור פשוט ווייל ער האט געבעטן ער וויל זעהן [ווייל עס קען לייגן מענטשן אין א סכנה]. (זעה איר סטעיטמענט)
ס'איז וויכטיג צו האלטן פאר די אויגן: ס'איז יתכן אז ס'איז דא א קעיס, אפשר אפילו גאר א שטארקע. אבער מ'דארף זיין קלאר אז ס'איז אויך יתכן אז זיי האבן נישט אזא גוטע קעיס, און די פאקטן וועלן זיך נישט טוישן נישט קיין חילוק ווי הויעך מ'שרייעט אדער וויינט.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:17 am
דורך מה בכך
רודי דזשוליאני ביי די טראמפ קאמפיין קאנפרענץ: דאס איז נישט קיין סינגל שטאט שווינדל, דאס איז שווינדל פלאן אין די גאנצע לאנד, פאקוסירט אויף גרעסערע שטעט, און נאכמער פאקוסירט אויף שטעט באקאנט מיט וואלן שווינדל. די וואלן שווינדלעריי אין פילאדעלפיע, קען אנפילן א לייברערי.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 10:40 am
דורך גבור חיל
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 3:06 pm
דורך mevakesh
דא איז אן ארטיקל פון א קאנסערוואטיוו וואס האלט אז עס איז געווען פראוד ווי ער וואונדערט זיך צו טראמפס לויערס ווייסן וואס זיי טוען זיי ברענגען ראיות אז עס איז געווען פראוד אין מישיגען מיט א ליסטע פון טאונס ווי עס איז געווען מער פון הונדערט פראצענט וויילער
דער פראבלעם איז נאר אז די טאונס זענען אין מינעסאטע...
באמת ווער עס האלט מיט פארשטייט אז זיי וויסן פונטקליך וואס זיי טוען ווייל עס איז ממש נישט דא קיין קעיסעס אין געריכט מיט ממשיתדיגע טענות צו איבערדרייען די רעזולטאטן אין קיין שום סטעיט . די גאנצע ציהל פון די טענות איז נאר צו פרובירן אריבערצוגעווינען די סטעיט לעגיסלאטורן אין די סטעיטס צו נישט סערטיפייען די רעזולטאטן און פאר דעם איז פונקט גענוג צו נוצן טאונס פון איין סטעיט פאר א טענה אין א צווייטע סטעיט
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 3:17 pm
דורך מה בכך
הערט זיך מאדנע, הא?
געווינען א רעקארד נידריגע צאל קאונטיס, אבער דאך די מערסטע צאל שטימען אין היסטאריע... פאני.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 3:19 pm
דורך מה בכך
אין פענסעלוועניע האט מען געשטימט צו אפהאלטן א פולע אודיט אויף די וואל רעזולטאטן.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 3:22 pm
דורך מה בכך
מה בכך האט געשריבן:אין פענסעלוועניע האט מען געשטימט צו אפהאלטן א פולע אודיט אויף די וואל רעזולטאטן.
ריקאונט אין וויסקאנסין אין פולען שוואנג.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 3:27 pm
דורך mevakesh
אין goergia איז געווען א האנט ריקאונט און טראמפ האט צובאקומען 2000 שטימען אין אפילו אזוי האבן די דיעפ סטעיט רעפאבליקאנער אינעם סטעיט סערטיפייד די רעזולטאטן מיט ביידען אלס געווינער
Fraudalert#