בלאט 4 פון 4
נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2021 8:39 pm
דורך מילך טראק
גט'ן איז א גוטע זאך אויב דאס קאפל מעטשט נישט
די שאלה איז וויפיל פארצענט מענטשן וואס ווען דו פרעגסט זיי צוואנציג יאר נאכדעם צו סהאט זיך געלוינט צו זיך גט'\ן קענען ענטפערן א עכטע יא
נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2021 9:35 pm
דורך תרמב
צוואנציג יאר שפעטער געדענקט מען שוין נישט די שווערע טעג.
נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2021 9:42 pm
דורך מילך טראק
נישט די פוינט וויפיל יאר, זייער אסאך גרושים האבן קיינמאל נישט חתונה
און אפילו די וואס יא גייט נישט אייביג בעסער
נאכאמאל דאס איז נישט קיין כלל
נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2021 11:27 pm
דורך הקטן
נײגעריגער האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:איז טאקע אידער לאזער וואס געבט אויף אויף זיין מערידיש, אדער זיין לעבן, א הירא וואס מיר דארף סעלעברעטן, און ווינטשען א גרויסע מזל טוב?!?
צו דער יעניגער איז א "היראָו" אדער נישט, קען מען דן זיין; (ס'װעט זעך װענדן װיזוי מ'טייטשט די װארט\באַגריף). דאס איז זיכער אבער אז סע קען װערן באַטראַכט װי א
העראָאישער אקט, װיבאלד עס פאדערט פיל קוראַזש.
אמתע גוטע פריינד און ארומיגע זענען פריילעך אז איינער שטייט אויף זיינע רעכטן און טוט װאס ס'איז אממערסטן לטובתו.
בנוגע זיך גט'ן:
ס'איז דא פעלער ווען דאס איז אן העראָאישער אקט און ס'איז דא ווען דאס איז אן אקט פין קאווערד'נעס און א cop out
נישט א יעדער סעלפיש נערישקייט, וואס קימט אן שווער, הייסט העראָאיש, און דארף ווערן גראטעלירט
בנוגע ארויס טישקענען פין לעבן:
צו דאס איז העראיש צו נישט, זאלן דאס אויספיגערן די גוטע פריינד און ארומיגע וואס זענען פריילעך דערועגן
נשלח: דינסטאג מערץ 09, 2021 5:17 pm
דורך כלבאשבוע
אינעם אינטערוויו פון מעגן און הערי די וואך וואס האט געמאכט העדליינס אין די וועלט, פארציילט מעגן וויאזוי זייער גרויסע חתונה צערעמאניא איז געווען מערסטענס קאנטראלירט דורכן חצר המלוכה און זייער ווייניג כרצונם, אזוי ווייט אז די קאפל האט שטילערהייט געמאכט זייער אייגן פריוואטע צערעמאניע ווי נאר זיי צוויי און א גלח זענען געווען אנוועזנד
הערי האט אויך ארויסגעברענגט אז אלץ פרינץ האט ער געמוזט אלעס טון קעגן זיין אייגן ווילן און ער איז געווען א תינוק שנשבה, ער טענהט אז זיין ברודער און פאטער זענען נאך אלץ פריזענערס דארט אן קיין עכטע פרייהייט
מקען אפשר בעטן דעם ענגלישן פרעמיער באריס דזשאנסאן ער זאל אינטערווינען לטובתם אדער לכה״פ פארדאמען די אומפארשעמטע אומענטשליכקייט?
נשלח: דינסטאג מערץ 09, 2021 5:31 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די חילוק צווישן אונז און זיי איז, ווי שוין פריער געשמועסט, צוויי ווערטער, און הארך זיך גוט איין, די צוויי ווערטער זענען "Informed decisions", און אז דו פארשטייסט נאכאלץ נישט קענסטו קומען צו מיר אין אפיס מיט א האמער און מ׳וועט עס דיר אריינהאקן אין קאפ אריין, צו דו וועסט ארויסגיין א לעבעדיגער צו נישט ווענדט זיך שוין אין דיין ווילן ארויסצוקריכן פון דיין באקסעלע.
(דאס איז שוין אויסער דעם וואס מ׳האט שוין פריער אויסגעקלארט מער פון איין מאל אז דשאנסאן האט גערעדט פון אינגאנצן א צווייטע זאך, אבער שוין, אז איינער וויל נישט פארשטיין איז נישט דא קיין שום וועג איהם צו מאכן פארשטיין, ואין לך דבר העומד בפני הרצון...)
נשלח: דינסטאג מערץ 09, 2021 5:58 pm
דורך איך אויך
וואי וואי זעהט אויס א סאטמארער נאטור גייט מיט אפילו ווען מען טויפט זיך רח''ל.
נשלח: דינסטאג מערץ 09, 2021 6:38 pm
דורך כלבאשבוע
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די חילוק צווישן אונז און זיי איז, ווי שוין פריער געשמועסט, צוויי ווערטער, און הארך זיך גוט איין, די צוויי ווערטער זענען "Informed decisions", און אז דו פארשטייסט נאכאלץ נישט קענסטו קומען צו מיר אין אפיס מיט א האמער און מ׳וועט עס דיר אריינהאקן אין קאפ אריין, צו דו וועסט ארויסגיין א לעבעדיגער צו נישט ווענדט זיך שוין אין דיין ווילן ארויסצוקריכן פון דיין באקסעלע.
(דאס איז שוין אויסער דעם וואס מ׳האט שוין פריער אויסגעקלארט מער פון איין מאל אז דשאנסאן האט גערעדט פון אינגאנצן א צווייטע זאך, אבער שוין, אז איינער וויל נישט פארשטיין איז נישט דא קיין שום וועג איהם צו מאכן פארשטיין, ואין לך דבר העומד בפני הרצון...)
האלאו, רילעקס
כהאב געשריבן איראניש אלץ ווערטל, מקען כאפן א סטראוק פון נעמן אלעס צי ערנסט אזויווי סטאקע שוין געשען צי רביה״ק זי״ע
(כהאב געברענגט דא די רעפארט אנפאנג אשכול, ודו״ק)
נשלח: דינסטאג מערץ 09, 2021 6:54 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פאלט דיר נישט ביי אז אפשר האב איך עס אויך געמיינט איראניש?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 7:42 pm
דורך במדבר
נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 1:46 pm
דורך נײגעריגער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פאלט דיר נישט ביי אז אפשר האב איך עס אויך געמיינט איראניש?
כ'װיל זיך נישט עכט אריינשטעקן די נאז
אבער דער רבי האט אפּנים פארגעסן פון פּאָו'ס געזעץ
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A4%D7 ... 7%A2%D7%A5אויב מ'איז באמת איראָניש, קאָסט נישט עקסטרע צו צולייגן א װירטואַלע שמייכל אדער צװיי להבהרת הענין, צו פארמײדן מיספארשטענדעניש אינעם געשריבענעם װארט װאו מ'קען נישט באָבאַכטן די קערפּער שפּראַך
ענגלישע פרעמעיר היימישע שידוכים סיסטעם אומפארשעמט אומענטשליך
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 11:33 am
דורך דורש אמת
[img]https://uploads.tapatalk-cdn.com/20210421/
״קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף״ איז געזאגט געווארן אויף אונזערע חסידישע שידוכים. דער פראצעס פון זיך משדך זיין איז ניט צו שווער ״דבר אל בני ישראל ויסעו״… אבער די תוצאות וואס קומען נאך שפעטער זענען שרעקליך, און די עלטערן הייבן ניט אן צו נעמען קיין אחריות, “מה תצעק אלי?” וואס ווילסטו פון מיר?…
f665c65f833877d47de52ec0ad1f9813.jpg[/img]
Sent from my iPad using Tapatalk
Re: ענגלישע פרעמעיר היימישע שידוכים סיסטעם אומפארשעמט אומענט
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 11:45 am
דורך דורש אמת
״קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף״ איז געזאגט געווארן אויף אונזערע חסידישע שידוכים. דער פראצעס פון זיך משדך זיין איז ניט צו שווער ״דבר אל בני ישראל ויסעו״… אבער די תוצאות וואס קומען נאך שפעטער זענען שרעקליך, און די עלטערן הייבן ניט אן צו נעמען קיין אחריות, “מה תצעק אלי?” וואס ווילסטו פון מיר?…
Sent from my iPad using Tapatalk