[justify]יישר כח [tag]מי אני[/tag] פאר די צוויי באלערענדע ארטיקלן אין די סעריע פון נחמה, השגחה, ושכר ועונש. ווער עס ליינט דאס איז גאראנטירט א תענוג נפש.
איך האב געוואלט זאגן עטליכע הערות:
נאכן דורכליינען דיינע מאמרים בעיון רב, קומט נאכאמאל צום אויבערפלאך אז טעאדיסי - ווי מער מען וויל דאס מסביר זיין אלס שווערער ווערט דאס ענין. עס איז בבחינת חידה סתימה יש באדם מרעיבו שבע ומשביעו רעב. אז מ’לעבט ווייט פון די קשיא קען מען האבן א שטיקל שלוה, ווי מער דו גראבסט אריין אלס טיפער פאלסטו אריין.
די קשיא
למה פרעניות באין לאדם, איז אזוי אלט ווי דער מענטש, מיר קוקט דאס די אלע ענטפערס ווי שיינע אישביצער תורות וואס בארואיגט דעם מענטש בשעת’ן ליינען, אבער די רגע מען מאכט צו דעם ספר, הדרא קושיא לדוכתא. עס איז באקאנט וואס דער תניא זאגט אז א סברה קען נישט אריינגיין אין א כלי, דאס קען נישט ווערן מוסבר ומיושב.
די מאמרים וואס דו האסט נאכגעברענגט פונעם רמב”ם זענען כמים קרים על נפש עייפה. נעם די 2’טער תירוץ וואס דו האסט געברענגט פונעם רמב”ם איבער שלעכטס וואס קומט צום מענטש פון אנדערע מענטשן, מען קען פארשטיין פארוואס הקב”ה צערענט אזוי ווען מען טוט וויי א צווייטן איד, דער אייבערשטער זאגט כביכול, דו צושטערסט מיר די סדרי בראשית, יענער מענטש ליידט פון דיין בחירה, עס איז עפעס וואס איז אים נישט באשערט געווען צו ליידן ס”א ט”ו ספי”ק.
ווי אנדערע האבן אנגעמערקט זע איך נישט ווי די תורות קען העלפן א מענטש בעת צרה, אפילו עס זאל געשען מחמת מאורעות הטבע, אויב זאגסטו אז ג-ט האט דיך נישט געקענט העלפן ווערט די מענטש מער צובראכן. די בעסטער ענטפער איז אז ער וואלט דיך געקענט יא זאגן די סיבה, און אויב דו וואלסט געוויסט די סיבה וואלסטו נישט מיט געשפירט דיין חבר'ס צרה, אזוי ווי די באקאנטער ווארט אז משה רבינו האט דוקא נישט געוואלט וויסן די סיבות הצרות פון כלל ישראל כדי מיט צו שפירן מיט די צרות ישראל. סא דער מענטש איז אין די בעסטער פאזיציע ווען ער איז די ווייטסטע פונעם תירוץ. ווי מער די ראציאנאליזירסט עס אלס שווערער ווערט דאס. ווי מער וידם אהרן עס איז אלס מער אבסראקט, באהאלטן, פריוואט, איז עס.
ווי א קינד וואס לערנט א”ב האב איך אפגעלערנט דעם רלב”ג וואס דו האסט באריכות ציטירט אז ידיעת ה’ איז נישט מגיע אל הפרטים, און דאס מיינט אז ידיעתו ית’ איז בתכלית השלימות בנוגע די כללים, געזעצן, און מעגליכע פרטים, אבער די ידיעה גייט נישט אריין אין די פרטים פינקטליך פון וואס ער טוט. אבער איך קוק דאס אן ממש ווי אריינלייגן א סברה אין א כלי, איך זע נישט וויאזוי די סברה קען אנרירן דעם חומר אפילו, וואו גייט כאפן א נפק”מ אויב הקב”ה ווייסט די עקרי הכללים און נישט די פרטים. גייט עס כאפן אז עס איז דא א מילדערע השגחה אין פינקטליכע פרטים? מיינט דאס אז דער מענטש איז באותו זמן כאילו נעזב למקרים, א פארלוירענע שעפסל אויסגעשטעלט צו די רחמנות פון די לייבן?
איך זיך נישט דא צו פריטשען צו די קווייער, אבער די סברא איז ממש א פסיק רישא. ווי איז דא א מעגליכקייט נישט צו זיין אונטער זיין השגחה?
מיר ווייסן דאך אז באמת איז נישטא קיין חילוק פון טבע ושלא כטבע, נאר דאס איז לסבר את האוזן. אויב גייסטו מיטן יש בעל לבירה האט ער פולע קאנטראל. קאנטראל מיינט ידיעה והשגחה על כל הפרט. נישט קיין חילוק וויאזוי דו דייסט עס בלייבט עס אונטער א ידיעה ברירה בפרטיים ממש.
דו ברענגסט נאך אז עונש קען מיינען אז ער ווערט נעזב למקרים און נישט הקב”ה גייט ברענגן עליהם רעה. נאכאמאל, וואו כאפט דאס א נפק”מ? ווער קאנטראלירט די מקרים? איז דא א פאל אז די טבע והמקרא זאלן מאכן שבת פאר זיך אן א פונקטליכע פראגראמירטע מאפע וויאזוי עס זאל פארן?
עס איז כאילו זאגן אז סופער אינטעלידזשענטס גייט אמאל איבערנעמען די מענטשהייט.
למאי נפקא מיניה אויב עס איז יש מאין הגמור, אדער פון א חומר קדמון וואס האט אלץ עקזסטירט? האט הקב”ה ווייניגער עקסעס צו א חומר קדמון? איז ער מער באגרעניצט? אויב וועסטו זאגן אז ער האט געמאכט געזעצן און ער אליין מוז פאלגן די געזעצן, איז דען נישט מעגליך פאר אים צו מאכן א מציאות וואס פארלעצט נישט דעם געזעץ? אזוי ווי תפלה, אדער דביקות בה' הייבט דער מענטש אויף העכער דעם "טבע און געזעץ", מען קען אלץ שפילן ארום דעם געזעץ.
אפשר קען מען צופאסן דאס וואס איך האב אמאל געהערט נאכברענגן, אז ווען די מלאכים געשריגן זו תורה וזו שכרה, האט דער אייבערשטער געזאגט אז נאך איין ווארט איך הער און איך מאך חרוב די וועלט. דאס הייסט אז ג-ט האט געזאגט אז די טרערן פון רבי עקיבא איז וויכטיג פאר די עקזיסטענץ פון די וועלט, תפלה איז די עסענץ פון די בריאה, אזוי אפערירט די וועלט, און עטץ האטס זייער א גוטע טענה זו תורה וזו שכרה, און אויב הער איך נאך א ווארט מוז איך חרוב מאכן די סיסטעם וואס פאדערט יסורים און תפלה.
מיין עיקר קשיא איז, אז אויב עפענסטו אויף איין פיצעלע מחט אז ג-ט איז כביכול באגרעניצט צו א געוויסע שטח דאמאלט וואו גייסטו זיך אפשטעלן? אפשר איז ער מער באגרעניצט וואו דו מיינסט?
פארוואס קומען רעות? וועגן עבירות, פארוואס איז דא עבירות ווייל עס איז דא א נסיון, פארוואס איז דא א נסיון וועגן נהמא דכיסופא. פארוואס איז דא רעות פאר גוטע? ווייל דאס איז מחמת חומרו. פארוואס האט ער די שווערע לעבן? ווייל זיינע מעשים האט אים צוגעפירט צו זיין מושגח ביי אזעלכע סארט מעשים. פארוואס שיינט די רשע? ווייל די מקרה קען האבן אזוי צוגעפירט. פארוואס ליידט די קינד? אפשר צוליב מכסת קנינם. פארוואס האט די טאטע באקומען די עונש פונעם קינד? ווייל ער האט געזינדיגט. פארוואס האט ער געזינדיגט? צוליב די יצר הרע. פארוואס איז דא די יצר הרע? צו מנסה זיין? פארוואס געווינט איינער יא די נסיון און א צווייטער נישט? ווייל יענער האט געבעטן דעם אייבערשטען. פארוואס האב איך גרעסערע נסיונות? כל מי שגדל מחבירו יצרו גדול ממנו. פארוואס האט מען חבר געזיגט דעם יצר? אלמלא היה עוזרו אינו יכול לו. פארוואס האט מיך דער אייבערשטער נישט געהאלפן? ווייל האסט נישט געבעטן. אויב האב איך געבעטן פארוואס בין איך דורכגעפאלן? האסט נישט גענוג געבעטן. תפלות העלפט. נישט אלץ. די גמרא דעבאטירט דאס. דיינע זכות אבות האט געהאלפן. עס איז ענדלאזע ציקל, וואס קומט אלס צוריק צו אנפאנג.
איך וועל מסיים זיין מיטן רמב"ם במס' סנהדרין פרק חלק: נחלקו בה ר"ע ור"א אי עשרת השבטים עתידין לחזור לעתיד, וכתב הרמב"ם בפירוש המשנה: כבר הזכרנו לך כמה פעים שכל מחלוקת שתהיה בין החכמים ואינה תלויה במעשה אלע קביעת סברה בלבד אין מקום לפסוק הלכה כאחד מהם.
די אלע שמועסן, מחלוקות הראשונים זענען סברות, געדאנקן, תורות, ואין מקום לפסוק הלכה כאחד מהם.[/justify]