בלאט 4 פון 7

Re: בד"ה הגאון האדיר רבי יחזקאל ראטה זצוק"ל, אב''ד קארלסבורג

נשלח: מיטוואך מערץ 10, 2021 11:45 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
תרמב האט געשריבן:איך האב געמיינט ארויסצוברענגען אז ר’ יחזקאל איז דער וואס איז געשטאנען מיט מסירות נפש אויף זיינע זאכן וואס ער האט געהאלטן, אפילו ס’האט אים געקאסט א פרייז.
זיי נישט ברוגז די ביסט א אפרוח שלא נפתחה עיניו

ר׳ יחזקאל האט איבערגעלאזט די דיינות אסאך פריער צו אויפשטעלן זיין אייגענע בית הוראה, און געבליבן זייער נאענט מיט סאטמאר ביז די פרשה
עס האט גארנישט געהאט מיט דעם

ווער מאכט זיך טעמיש?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 1:07 am
דורך שמעון וואלף
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:איך האב געמיינט ארויסצוברענגען אז ר’ יחזקאל איז דער וואס איז געשטאנען מיט מסירות נפש אויף זיינע זאכן וואס ער האט געהאלטן, אפילו ס’האט אים געקאסט א פרייז.
זיי נישט ברוגז די ביסט א אפרוח שלא נפתחה עיניו

ר׳ יחזקאל האט איבערגעלאזט די דיינות אסאך פריער צו אויפשטעלן זיין אייגענע בית הוראה, און געבליבן זייער נאענט מיט סאטמאר ביז די פרשה
עס האט גארנישט געהאט מיט דעם

ווער מאכט זיך טעמיש?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

תרמב איז מיסאינפארמירט. פריער ווינדערט ער זיך אויף מרז"ל אז ווען ער האט געפסק'נט אנדערש ווי די עסטעבלישמענט (עירוב) האט מען אים באזייטיגט, איצט זאגט ער אז ביים סקול דיסטריקט פרשה איז ער געפלויגן...
וואספארא לאקשן מ'קען אלץ פארקויפן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 4:01 am
דורך [NAMELESS]

איך זע אז דיינע אויגן זענען די זעלבע נישט אפן, ר יחזקאל איז ארויס פון סאטמאר, ווען די ברך זאל ריען אין לעכטיגן ג״ע, האט אריינגעשטעלט זיין איידעם בעריש מייזליש אלץ שיינע יוד אין סאטמאר 53 און בארא פארק, נאכדעהם וואס ר׳ יחזקאל איז שוין יארן געזעצן באקוועהם אויפן מזרח וואנט. דאן איז ר׳ יחזקאל געגאנגען מאכן שבת פאר זוך

Re: בד

נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 6:44 am
דורך א חסיד פון ווילנא
עמקות המחשבה האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:איך האב געמיינט ארויסצוברענגען אז ר’ יחזקאל איז דער וואס איז געשטאנען מיט מסירות נפש אויף זיינע זאכן וואס ער האט געהאלטן, אפילו ס’האט אים געקאסט א פרייז.

זיי נישט ברוגז דו ביסט א אפרוח שלא נפתחה עיניו.

ר׳ יחזקאל האט איבערגעלאזט די דיינות אסאך פריער צו אויפשטעלן זיין אייגענע בית הוראה, און געבליבן זייער נאענט מיט סאטמאר ביז די פרשה
עס האט גארנישט געהאט מיט דעם.

ווער מאכט זיך טעמיש?

איך זע אז דיינע אויגן זענען די זעלבע נישט אפן, ר' יחזקאל איז ארויס פון סאטמאר, ווען די ברך זאל ריען אין לעכטיגן ג״ע, האט אריינגעשטעלט זיין איידעם בעריש מייזליש אלץ שיינע יוד אין סאטמאר 53 און בארא פארק, נאכדעהם וואס ר׳ יחזקאל איז שוין יארן געזעצן באקוועהם אויפן מזרח וואנט. דאן איז ר׳ יחזקאל געגאנגען מאכן שבת פאר זוך

צווייטער חכם וואס מיינט ער ווייסט זאכן וואס האבן פאסירט פאר ער איז געבוירן.
ר' בעריש איז געווארן רב סוף תשמ"א, ר' יחזקאל איז נאך געווען דיין יארן שפעטער.
פרעג דיין זיידע.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 12:42 pm
דורך תרמב
וויאזוי ווייסטו אזוי גוט אז איך בין נאכנישט געווען געבוירן? איך ווער נאכנישט קיין אפרוח (וואטעווער דו מיינסט מיט דעם) פאר דעם, אזויפיל האב איך געהערט פון מענטשן וואס געדענקען יא אז ער איז באזייטיגט געווארן, קען זיין אז איך האב נישט גוט מדייק געווען אין די ווארט געפלויגן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 12:46 pm
דורך תרמב
שמעון וואלף האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:איך האב געמיינט ארויסצוברענגען אז ר’ יחזקאל איז דער וואס איז געשטאנען מיט מסירות נפש אויף זיינע זאכן וואס ער האט געהאלטן, אפילו ס’האט אים געקאסט א פרייז.
זיי נישט ברוגז די ביסט א אפרוח שלא נפתחה עיניו

ר׳ יחזקאל האט איבערגעלאזט די דיינות אסאך פריער צו אויפשטעלן זיין אייגענע בית הוראה, און געבליבן זייער נאענט מיט סאטמאר ביז די פרשה
עס האט גארנישט געהאט מיט דעם

ווער מאכט זיך טעמיש?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

תרמב איז מיסאינפארמירט. פריער ווינדערט ער זיך אויף מרז"ל אז ווען ער האט געפסק'נט אנדערש ווי די עסטעבלישמענט (עירוב) האט מען אים באזייטיגט, איצט זאגט ער אז ביים סקול דיסטריקט פרשה איז ער געפלויגן...
וואספארא לאקשן מ'קען אלץ פארקויפן

איך האב בכלל נישט דערמאנט די ווארט עירוב, ווען ער איז ארויס קעגן די סקול דיסטריקט איז עס אויך געווען קעגן די עסטעבלישמענט, און ווי אויך לעצטנס ווען ער האט אנגעהויבן צו מאכן נויז וועגן די חינוך.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 4:31 pm
דורך רביה''ק זי''ע
טעות

נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 8:07 pm
דורך מפיל קינד
ווילנא, ביסט גערעכט אז ר' יחזקאל'ס אוועקגיין האט נישט געהאט מיט די קרית יואל פרשה, ער איז אבער יא אוועק קורץ נאך בעריש'ס הכתרה. בערך צוויי יאר שפעטער, נישט יארן שפעטער.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 8:35 pm
דורך תרמב
אנטשולדיגט אויב מיין אינפארמאציע איז געווען אומריכטיג, איך האב געהערט אז ער איז אוועקגעגאנגען ווייל מ’האט אים אומבאקוועם געמאכט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 8:53 pm
דורך [NAMELESS]
מיסטער חסיד, כ׳ווייס נישט וואס מ׳שמועסט אין ווילנא. אבער ביי אונז אין אמעריקע קענסטו אפשטעלן יעדע סאטמערע בארא פארקער יוד, וועט ער דיך וויסן צו זאגן אז ר׳ יחזקאל איז ארויס נישט לאנג נאך וואס בעריש האט איבער גענומען

נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 11:15 pm
דורך גאנצל
וואס האט אים געשטערט אז ר' בעריש איז רב ?

בקיצור די מסי"נ פון ר' יחזקאל ביי די פרשת סקול דיסטריקט קרית יואל זעי איך נאך אלס נישט

עניוועי ר' יחזקאל האט זיך פעסט איבערגעבעטן מיט סאטמאר נאכדעים

נשלח: דינסטאג מערץ 23, 2021 11:30 am
דורך [NAMELESS]

נשלח: דינסטאג מערץ 23, 2021 12:18 pm
דורך מפיל קינד
גנב איינער. האסט מיך בארויבט טייערע ערב פסח צייט...

Re: בד"ה הגאון האדיר רבי יחזקאל ראטה זצוק"ל, אב''ד קארלסבורג

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 10:59 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
זכותו יגן עלינו

Re: בד

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 5:33 am
דורך berlbalaguleh
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן: מיטוואך מערץ 10, 2021 11:45 pm
תרמב האט געשריבן:איך האב געמיינט ארויסצוברענגען אז ר’ יחזקאל איז דער וואס איז געשטאנען מיט מסירות נפש אויף זיינע זאכן וואס ער האט געהאלטן, אפילו ס’האט אים געקאסט א פרייז.
זיי נישט ברוגז די ביסט א אפרוח שלא נפתחה עיניו

ר׳ יחזקאל האט איבערגעלאזט די דיינות אסאך פריער צו אויפשטעלן זיין אייגענע בית הוראה, און געבליבן זייער נאענט מיט סאטמאר ביז די פרשה
עס האט גארנישט געהאט מיט דעם

ווער מאכט זיך טעמיש?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נאר ביים סקול דיסטריקט האט ער געכאפט א מיאוס'ן פלאפ. ווען ער האט זיך אויפגעשטעלט דרשנ'ען אקעגן דעים מיט אן אש להבה, האט איהם איינער מעורר געווען אז 2 פון זיינע אייניקלעך זענען איינגעשריבן אין סקול דיסטריקט/שערי חמלה...!

Re: בד

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 11:42 am
דורך היימלינד
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
עמקות המחשבה האט געשריבן: איך זע אז דיינע אויגן זענען די זעלבע נישט אפן, ר' יחזקאל איז ארויס פון סאטמאר, ווען די ברך זאל רוען אין לעכטיגן ג"ע, האט אריינגעשטעלט זיין איידעם בעריש מייזליש אלץ שיינע יוד אין סאטמאר 53 אין בארא פארק, נאכדעם וואס ר' יחזקאל איז שוין יארן געזעצן באקוועם אויפן מזרח וואנט. דאן איז ר' יחזקאל געגאנגען מאכן שבת פאר זיך

צווייטער חכם וואס מיינט ער ווייסט זאכן וואס האבן פאסירט פאר ער איז געבוירן.
ר' בעריש איז געווארן רב סוף תשמ"א, ר' יחזקאל איז נאך געווען דיין יארן שפעטער.
פרעג דיין זיידע.

אמת אז ער איז געווען א תקופה צוזאמען מיט רבי בעריש, אבער די אומבאקעמליכקייטן האבן זיך דעמאלטס אנגעהויבן.

Re: בד

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 12:13 pm
דורך מילך טראק
berlbalaguleh האט געשריבן: ביים סקול דיסטריקט האט ער געכאפט א מיאוס'ן פלאפ. ווען ער האט זיך אויפגעשטעלט דרשנ'ען אקעגן דעים מיט אן אש להבה, האט איהם איינער מעורר געווען אז 2 פון זיינע אייניקלעך זענען איינגעשריבן אין סקול דיסטריקט/שערי חמלה...!

דאס איז געווען א גרויסע פלאפ, כמעט אזא גרויסע פלאפ ווי סאטמער רב האט לוחם געווען קעגן מדינת ישראל, און נאכדעם איז מען געוואויר געווארן אז ער האט חסידים אין ארץ ישראל,

אלענפאלס צו איך האלט יא ווי זיי צו נישט, זענען זיי ביידע געווען היראוס פאר'ן זיך נישט דערשרעקן פון קיינעם און זאגן וואס זיי האלטן.

Re: בד"ה הגאון האדיר רבי יחזקאל ראטה זצוק"ל, אב''ד קארלסבורג

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 1:10 pm
דורך berlbalaguleh
מילך טראק: דאס אז סאטמאר רב האט חסידים אין ארץ ישראל איז בכלל נישט קיין סתירה צו זיין קעמפן אקעגן די מדינה.

דער נאראטיוו גייט דאך אז ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקע צו שאפן געלט פאר זיינע חסידים וועלכע קעמפן אקעגן די מדינה אין ארץ ישראל.

נאר ר' יחזקאל וואס איז געווען אזוי שטארק אש להבה אקעגן סקול דיסטריקט האט נישט געוויסט אז 2 פון זיינע אייניקלעך וועלכע דארפן צו קומען צן די הילף ווואס שערי חמלה/סקול דיסטריקט שטעלט צו האט שטארק געהאקט אויף דעים. בו בזמן וואס ער האט עס (כמעט) געשפירט אויף זיין אייגענע הויט.

אזוי ווי די אנדערע רבנים וועלכע זענען געווען להוט צו האקן אויף דעים. צי ווייל די קנאת ה' צב' האט געברענגט אין זיי. אדער זיי זענען געווען בבחינת "כאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו". ווייל סאטמאר האט א יעדן געפסל'ט. ווער ס'האט זיך נישט מכניע געווען פאר זיי.

נאר אין דעים פאל איז סאטמאר געווען 100% גערעכט. ווייל די אלע האקערס האבן נישט געוויסט (אדער נישט געוואלט וויסן) דעם צורך פאר אזא זאך.(שערי חמלה הנקרא סקול דיסטריקט.) כמו שביארנו במקום אחר.

איך האב אליין געזעהן 2 אידישע קינדער מיט קאפלעך וועלכע זענען געווען אין א (גוי'אישן) ספעשל עד פראגראם זענען אריינגעגאנגען צוזאמען מיט זייער טיטשער אין א טריפה'נע רעסטאוראנט (מעקדאנאלד'ס). וואס טראכטסטו? מ'האט זיי געגעבן נאר כשר'ס צו עסן? דאס איז געווען, פארשטייצעך פאר'ן ס'קול דיסטריקט.

ס'זענען דא צענדליגער אזעלכע מעשיות. איין אזא הארצרייסנדע געשיכטע איז געווען וואס א זיידע האט פארציילט. אז ביי'ם סדר ווען די אנדערע אייניקלעך האט א יעדער געזאגט עפעס אדער געזינגען וואס ער האט געלערנט אין חדר. און זיין אנדערע אייניקל וואס איז געווען אויף אזא פראגראם האט זיך אויפגעשטעלט און געזינגען א קראצמעך סאנג. וואס ער האט גילערנט אין זיין סקול...!

ביי א סאך פון די האקערס איז מקויים געווארן וואס די גמ' זאגט בבחינת..."טול קיסם מבין שיניך. טול קורה מבין עיניך"...! איינער א רבי, א מנהיג פון א גרויס חסידות האט נישט געוויסט אז בו בעת וואס ער האקט אויף דעם סקול דיסטריקט, נעמען זיינע חסידים פון א פראגראם וואס הייסט טייטל 1. וואס ס'איז א בושה ארויסצושרייבן וואס דער פראגראם איז.

Re: בד"ה הגאון האדיר רבי יחזקאל ראטה זצוק"ל, אב''ד קארלסבורג

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 1:25 pm
דורך מילך טראק
סך הכל זעה איך נישט די חילוק, די מדינה איז געווען סאך וויכטיגער פאר אידן נאכן קריג ווי די פאבליק סקול,

האט אויך געראטעוועט אסאך אידן פון עסען טריפות,

האט אויך געראטעוועט סאטמארע מענטשן פון די אראבער

טול קיסם מבין שיניך. טול קורה מבין עיניך האט מען אויף סאטמאר רב אויך געשריבן

Re: בד"ה הגאון האדיר רבי יחזקאל ראטה זצוק"ל, אב''ד קארלסבורג

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 1:36 pm
דורך berlbalaguleh
איך ווייס נישט. מעגליך אז יא. איך האב דאך קלאר געשריבן אז אין דעים פאל (פון סקול דיסטריקט) איז סאטמאר 100% גערעכט. מטעמים שביארנו. ועוד.

Re: בד"ה הגאון האדיר רבי יחזקאל ראטה זצוק"ל, אב''ד קארלסבורג

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 1:46 pm
דורך מילך טראק
זיכער נישט גערעכט צו טערעזיאן און פערסענעל פארשעמען רבנים און זיינע מענטשן ווייל לויט מיין השערה מיינט ער נישט לש"ש .

אויב האט ער געזאגט לאסור איז פיין, און איך בין מתיר.

נאך מער אז דאס איז דאך געשעהן אין סאטמאר אליינס פאר יאר פריער.

דאס אז היינט טוט יעדער וואס מוויל איז אמת

Re: בד"ה הגאון האדיר רבי יחזקאל ראטה זצוק"ל, אב''ד קארלסבורג

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 11:40 pm
דורך צפת
וואו ליגט הגאון רבי יחזקאל? - וואו אין מירון איז זיין ציון?

Re: בד"ה הגאון האדיר רבי יחזקאל ראטה זצוק"ל, אב''ד קארלסבורג

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 1:19 pm
דורך [NAMELESS]
אין די קארלסבורג'ער חלקה