בלאט 4 פון 6
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 11:58 am
דורך אישתישבי
ישעיה האט געשריבן:דער אלבוים איז א בעלזער?
בעלזער צו נישט, ביצים האט ער זיכער מיט א שיעור חזון איש, קודם שנתקטנו הביצים.
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 4:24 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
זיי האבן אויך א יצחק שטערן?...
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 4:36 pm
דורך אבשלום בן מעכה
מ'ארבעט גראדע יעצט אפצושטילן דעם פייער. בעלז מיט גור זענען היינט געזעצן און לכאורה וועט פארקומען נאך עטליכע זיצונגען אפצושטילן און צוריקגיין אלעס אזוי ווי אמאל.
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 5:13 pm
דורך תרומה
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:מ'ארבעט גראדע יעצט אפצושטילן דעם פייער. בעלז מיט גור זענען היינט געזעצן און לכאורה וועט פארקומען נאך עטליכע זיצונגען אפצושטילן און צוריקגיין אלעס אזוי ווי אמאל.
דהיינו, אז מ'זאל אופהערן רודפ'ן ר' שאול?
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 5:14 pm
דורך תרומה
אישתישבי האט געשריבן:ישעיה האט געשריבן:דער אלבוים איז א בעלזער?
בעלזער צו נישט, ביצים האט ער זיכער מיט א שיעור חזון איש, קודם שנתקטנו הביצים.
נישט שיין צו שרייבן אזוי, ביטע געב אכטונג די שפראך
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 10:30 pm
דורך אישתישבי
תרומה האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:ישעיה האט געשריבן:דער אלבוים איז א בעלזער?
בעלזער צו נישט, ביצים האט ער זיכער מיט א שיעור חזון איש, קודם שנתקטנו הביצים.
נישט שיין צו שרייבן אזוי, ביטע געב אכטונג די שפראך
וואס איז נישט שיין?
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 10:39 pm
דורך תרומה
אישתישבי האט געשריבן:תרומה האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:ישעיה האט געשריבן:דער אלבוים איז א בעלזער?
בעלזער צו נישט, ביצים האט ער זיכער מיט א שיעור חזון איש, קודם שנתקטנו הביצים.
נישט שיין צו שרייבן אזוי, ביטע געב אכטונג די שפראך
וואס איז נישט שיין?
די תורה איז מאריך בדברים "הבהמה אשר איננה טהורה", כדי נישט צו זאגן די ווארט טמא, און מ'פירט זיך צו זאגן מסכת ביעה, נישט צו זאגן ביצים. ממילא אז דו פרעגסט - ווייל דו האסט נישט געכאפט - שרייב איך עס.
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 11:52 pm
דורך מפיל קינד
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:מ'ארבעט גראדע יעצט אפצושטילן דעם פייער. בעלז מיט גור זענען היינט געזעצן און לכאורה וועט פארקומען נאך עטליכע זיצונגען אפצושטילן און צוריקגיין אלעס אזוי ווי אמאל.
גור איז געזעצן, אבער ווער פון בעלזא? אפאר אינגעלייט וואס זענען אפגעזאגט געווארן...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 2:55 am
דורך cictim
ישעיה האט געשריבן:דער אלבוים איז א בעלזער?
ניין, ער איז א נעפיו פון ר׳ שאול, א לויער וואס ארבעט צו תובע זיין גער אויף אלע טעראר, כדי אראפ צו קריכן פון בוים זאגט גער אז מ׳איז געזעצען מיט בעלז, אבער פארשטייט זיך אז פאר בעלז פאסט עס נישט, ביזדערווייל האט עס נישט פאסירט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 2:18 pm
דורך אבשלום בן מעכה
במשך די גאנצע צייט האט גור געלייקנט אז ס'איז דא א חרם קעגן בעלזא. בפועל איז ארויסגעגאנגען א רעקארדירונג בלויז פאר די הויפטן און די וויכטיגע מחנכים פון גור, אזוי אז עס האט געדארפט בלייבן א סוד, בלויז 28 מענטשן האבן באקומען דעם רעקארדירונג און דאס האט נישט געטארט ארויסקומען.
היינט גייען 28 מענטשן פון גור אריבערגיין א פאלאגראף, צו זען ווער עס האט ארויסגעליקט דעם רעקארדירונג פאר די גאס, און אזוי ארום פארשעמט גור, אנמאכנדיג א קריזיס צווישן בעלזא און גור.
ונראה מה יהיה.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 2:27 pm
דורך צפור בודד
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:במשך די גאנצע צייט האט גור געלייקנט אז ס'איז דא א חרם קעגן בעלזא. בפועל איז ארויסגעגאנגען א רעקארדירונג בלויז פאר די הויפטן און די וויכטיגע מחנכים פון גור, אזוי אז עס האט געדארפט בלייבן א סוד, בלויז 28 מענטשן האבן באקומען דעם רעקארדירונג און דאס האט נישט געטארט ארויסקומען.
היינט גייען 28 מענטשן פון גור אריבערגיין א פאלאגראף, צו זען ווער עס האט ארויסגעליקט דעם רעקארדירונג פאר די גאס, און אזוי ארום פארשעמט גור, אנמאכנדיג א קריזיס צווישן בעלזא און גור.
ונראה מה יהיה.
דער פאלאגראף הערט זיך שוין ווי פראפאגאנדא.
נשלח: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:20 pm
דורך מפיל קינד
איך זע נישט קיין אשכול איבער די גורע מחלוקת, וועל איך עס דא פאראייביגן.
נעכטן איז פארגעקומען א חתונה פון נכד הגרי"מ אלתר, בן הפני מנחם. די מחותנים זענען גורע חסידים, און אויך דער זיידע ר' יעקב מאיר איז געבליבן אין גור, אבער זיין זון און עטליכע איידימער זענען חסידי הגר"ש אלתר.
עטליכע גורע עסקנים זענען געקומען צום קבלת פנים און געסטראשעט דעם מחותן צו פארשיקן זיינע פעטערס די קינדער פונעם פני מנחם, און זיינע אייגענע שוואגערס - קינדער פון ר' יעקב מאיר וואס זענען חסידים פון הגר"ש אלתר.
וכך הוה. קיינער פון זיי איז נישט געבליבן ביים חופה און דערנאך האט ר' יענקל אלתר געקענט קומען צום חופה און צום סעודת החתונה.
נשלח: פרייטאג מאי 21, 2021 10:53 am
דורך Hadasim
אויב איז די מעשה רח"ל אמת איז דאס ממש א קמצא בר קמצא מעשה.
א רחמנות אויף אונזער דור וואס די מנהיגים זענען ליידער שיכור פון power און קענען טוהן ככל העולה על רוחם, היתר ואיסור צוגלייך.
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 2:52 am
דורך שמעקעדיג
ווארטן זיי אויכעט אז א טראגעדיע זאל היט"ן האו"ם עמם בבית? פארוואס כאפן זיי נישט אויפן ווינק? מחלוקת פאדערט קרבנות, פינטל!!!
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 7:12 am
דורך מפיל קינד
[tag]שמעקעדיג[/tag] האט צוגעטראפן. מ'שמועסט אז עטליכע קינדער זענען געפאלן פון די פארענטשעס אין גור די לעצטע 2 ימים טובים, פסח און שבועות, איינער איז נאך אין א קאומא רח"ל.
די מעשה איז ווי אלעס אין גור געבליבן א סוד, און די מידיע ציטערט צו זאגן א קרום ווארט אויף גור... צוליב דעם האבן זיי נישט קיין רשיון צו מאכן די גרויסע חתונה מיטוואך אין בית המדרש, און דאס איז אויך די סיבה פארוואס דער רבי לאזט מער נישט קיין פארענטשעס, נישט די מעשה אין קארלין.
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 2:21 pm
דורך תרמב
איך האב געזען א ווידיאו פון א גורע חתונה צוואנציג יאר צוריק וואס מ'זעהט א פארענטשע טראסקעט מיט צענדליגע מענטשן דערויף.
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 6:06 pm
דורך ליב צו וויסן
מפיל קינד האט געשריבן:[tag]שמעקעדיג[/tag] האט צוגעטראפן. מ'שמועסט אז עטליכע קינדער זענען געפאלן פון די פארענטשעס אין גור די לעצטע 2 ימים טובים, פסח און שבועות, איינער איז נאך אין א קאומא רח"ל.
די מעשה איז ווי אלעס אין גור געבליבן א סוד, און די מידיע ציטערט צו זאגן א קרום ווארט אויף גור... צוליב דעם האבן זיי נישט קיין רשיון צו מאכן די גרויסע חתונה מיטוואך אין בית המדרש, און דאס איז אויך די סיבה פארוואס דער רבי לאזט מער נישט קיין פארענטשעס, נישט די מעשה אין קארלין.
אויך געהערט דערפון, אבער דערווייל עס נאר געזעהן אין צווייפעלהאפטיגע פלעצער.
אז דו האסט קראנטע מקורות דערויף, ביטע Share עס מיטן עולם.
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 9:28 pm
דורך לך לך
ר' שאול געווען ביי די בעלזא חתונה היינט?
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 9:35 pm
דורך [NAMELESS]
לך לך האט געשריבן:ר' שאול געווען ביי די בעלזא חתונה היינט?
יא,
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 9:40 pm
דורך מפיל קינד
ער האט דארט געמאכט א פיינעם דזשאב. ער איז געזעצן נעבן ר' ישראל מוויזניץ, זיי האבן זיך געקושט די הענט און ווארים פארברענגט פאר א וויילע.
יעצט וועט לכאורה נאכפאלגן א באזוך פון הגר"ש קיין וויזניץ, און א ריס צווישן ליצמאן און טעסלער... גור פארלירט געהעריג קאנטראל צווישן אזויפיל מחוצפים.
נשלח: דאנערשטאג מאי 27, 2021 3:33 pm
דורך מחצה''ק
.
נשלח: דאנערשטאג מאי 27, 2021 3:33 pm
דורך מחצה''ק
.
נשלח: דאנערשטאג מאי 27, 2021 3:39 pm
דורך מפיל קינד
למעשה איז גורע רבי נישט געווען ביי די חתונה אין בעלזא, וכן להיפוך.
עמער ווארטן ביז די שבע ברכות ביי ביידע ענדיגן זיך. אויב גייט עס ווייטער אזוי מיינט עס אז די טיילונג איז העיר טו סטעי.
איך קען קוים ווארטן פאר די באזוך פון בעלזא רב בבית הגר"ש...