בלאט 4 פון 4

נשלח: פרייטאג יוני 04, 2021 9:14 am
דורך אינטערסאנטער
קאך_לעפל האט געשריבן:אין רזא דשבתא זמירות ווערט געברענגט, אז דער לעגענדארער רבי לייזער וואלף פון קרעשניף זי''ע,האט זיך געפירט צו עסן פרייטאג צו נאכטס ווארימע בונדלעך... און ער האט זיך דערביי אונטערגעמורמעלט "בנים אתם לשם אליכם... נאכן עסט די בונדלעך האט ער געמאכט א גנוחה גדולה (פארט''ץ בלע''ז)... אלזא דער ינוקא קדישא האלט זיך אויך צו צו דעם דאזיגער הייליגער מנהג... מ'מוז דאס נייטיג וויסן, צו קענען לויפן צייטליך פאר שוץ...

וועלכע עמוד אין די זמירות שטייט עס?

נשלח: פרייטאג יוני 04, 2021 9:19 am
דורך אבשלום בן מעכה
אין רזא דעובדא שטייט, אז ער האט געמאכט א גניחה גדולה, און מען האט דאס געהערט פון בישטינא ביז סיגעט.

דער רבי ר' הערשעלע פלעגט זאגן אז אין קרעטשניף האט מען נישט געמאכט קיין גוזמאות.

נ.ב. אויב הערט איר עפעס פרייטאג צו נאככטס, זאלט איר וויסן אז באניע רבי פירט יעצט טיש...

נשלח: פרייטאג יוני 04, 2021 9:47 am
דורך [NAMELESS]
דאכצעמער די לשון איז גניחה "איומה", נישט "גדולה".
ווי אויך איז קבלה בידינו איש מפי איש בבית קרעטשניף אז דאס איז א "גרעפטשע", נישט קיין עיטושא תתאה. דאס זענען צוויי אנדערע ענינים, נישט אויסמישן.

נשלח: פרייטאג יוני 04, 2021 12:05 pm
דורך תרמב
סאיז נישט צופיל בעסער די וועג איבער די אנדערע....

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 6:41 pm
דורך אישתישבי
תרמב האט געשריבן:סאיז נישט צופיל בעסער די וועג איבער די אנדערע....


וואס רעדסטו?

מלמטה סימן רע לשולחיו, ומלמעלה סימן טוב לנו וכל ישראל.

נשלח: מאנטאג יוני 07, 2021 2:37 pm
דורך סעגאל
נא יעצט ווייסט מען שוין וועלכע דער רבי האט געמאכט???

נשלח: מאנטאג יוני 07, 2021 3:03 pm
דורך מורינו ורבנו
דער באניע רבי שליט"א פלעגט זיך אסאך דרייען ביי אונז. לעצטנס איז ער שוין כמעט נישט געקומען. אינטערעסאנט פארוואס...

נשלח: דינסטאג יוני 08, 2021 10:39 am
דורך מורינו ורבנו
.

נשלח: דינסטאג יוני 08, 2021 2:34 pm
דורך סעגאל
יעצט דארף איך מיינען אז איר זענט ר"מ טייטלבוים פון סאטמאר וויליאמסבארג. אדער ר שלום טייטלבוים פון איחוד קאנטרי??

נשלח: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 2:54 pm
דורך סעגאל
געהערט אז דער באניע רבי האט די וואך געפראוועט אין איחיד קאנטרי. מיטן באטייליגאנג פין אלע רבני העיר אין א ריזן ציבור.
אויב אבשלם קען אריינקימען מיט מער פרטים.

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 4:45 pm
דורך בעל דרשן
די רבי זיצט שבעה נאך די מאמע ע"ה אין די טעג בבית מדרשו אין מאנסי.

זיינע קוזינס, קינדער פון פאלטיטשאנער רבי פון בארא פארק דערגייען אים די יארן נעבעך

אינמיטן די שבעה זענען זיי אנגעקומען און אים געוואלט ארויסשטויסן פונעם דירה זאגענדיג אז ס'געהערט פאר זיי

אידן אין מאנסי האפן אז די אזויגערופענע בנשקלעך זאלן אויפהערן צאפן די בלוט פונעם צדיק פון באניא וואס מאכט נעבעך מיט אזויפיל צרות און צו דעם קומען די פאלטישאנער קינדער און רודפ'ען אים אן קיין שיעור.

נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 2:46 am
דורך קהל'ס נער
דעי אשכול באלאנגט אין שמייכל, איך האב מיך געריסן פאר געלעכטער אין די גאנצע אשכול (אחוץ די לעצטע תגובה, המקום ינחם אותו).
איך פארשטיי נישט, ער כאפט נישט אז מען מאכט ליצונות פונעם????

נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 3:42 am
דורך שמעון וואלף
בעל דרשן האט געשריבן:די רבי זיצט שבעה נאך די מאמע ע"ה אין די טעג בבית מדרשו אין מאנסי.

זיינע קוזינס, קינדער פון פאלטיטשאנער רבי פון בארא פארק דערגייען אים די יארן נעבעך

אינמיטן די שבעה זענען זיי אנגעקומען און אים געוואלט ארויסשטויסן פונעם דירה זאגענדיג אז ס'געהערט פאר זיי

אידן אין מאנסי האפן אז די אזויגערופענע בנשקלעך זאלן אויפהערן צאפן די בלוט פונעם צדיק פון באניא וואס מאכט נעבעך מיט אזויפיל צרות און צו דעם קומען די פאלטישאנער קינדער און רודפ'ען אים אן קיין שיעור.
זיי מרחיב הדיבור, ביטע.
געהערט טאקע די הויז פאר די בנשקלעך פון פאלטיטשאן, דאן וואס האט די באניע רבי צו זיכן דארט? דאס אז ער מאכט מיט צרות בארעכטיגט נישט צו גנב'נן.

נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 3:30 pm
דורך בעל דרשן
פולע אידען פון מאנסי זענען זיך צוזאם געקומען דיע שבת בבית המדרש באניא און מאנסי

עס איז קמעט נישט געווען קיין טריקן אויג פאר ר"ח בענטשן ווען דו רבי איז געשטאנען ביים בימה מוטן ספר תורה און האנט, דו רבי האט אויסגעבארכן א ביטערליכע געוויין אויפן קול אז ער וויל ברבים זיך באדאנקן פאר זיין פעטער פאלטעשאנער רבי ש' אויף דעם וואס ער האט אזויפיל געטוהן פאר זיין מאמע ע"ה און יארן לאנג ארויסגעהאלפן דו משפחה, דו רבי האט ארום גערעדט איבער מכיר טובה זיין אויף גוטס וואס מענטשן טוהן,
אויך האט דו רבי ארום גערעדט איבער דעם וואס מקען אמאל זעהן מעטשן פירן זיך אויף אביסל אינטערסאנט אויפן גאס און אנדרע קענען לאכן, מדארף דן זיין וויפיל מענטשן גייען דורך גהנים מוט קינדער געזונט און זיך רעכענען מוט יענמס געפילן.
דאן האט דו רבי ווידער אויסגעבארכן מוט בכיות אז ער וויל נישט קיין כבוד ער ווייסט ער איז נישט ראוי פאר קיין סאנדקות און אויבן אן אבער ער וויל אויך נישט קיין בישות, ער בעהט דו עסקנים זאלן זעהן צו טוהן וואס מקען אז ער זאל קענען בלייבן מוט זיין טאטעס בית המדרש, זיין טאטע ע"ה האט אים אלע יארן געזאגט איין זאך וואס ער האט און דארף איז א שוהל ל"נ זיינע עלטערן וועלכער זענען אויך אוועק יונג ל"ע.

דו רבי זיצט און דיע טעג שבעה בבית מדרשו

נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 7:29 pm
דורך a new member here
שמעון וואלף האט געשריבן:
בעל דרשן האט געשריבן:די רבי זיצט שבעה נאך די מאמע ע"ה אין די טעג בבית מדרשו אין מאנסי.

זיינע קוזינס, קינדער פון פאלטיטשאנער רבי פון בארא פארק דערגייען אים די יארן נעבעך

אינמיטן די שבעה זענען זיי אנגעקומען און אים געוואלט ארויסשטויסן פונעם דירה זאגענדיג אז ס'געהערט פאר זיי

אידן אין מאנסי האפן אז די אזויגערופענע בנשקלעך זאלן אויפהערן צאפן די בלוט פונעם צדיק פון באניא וואס מאכט נעבעך מיט אזויפיל צרות און צו דעם קומען די פאלטישאנער קינדער און רודפ'ען אים אן קיין שיעור.
זיי מרחיב הדיבור, ביטע.
געהערט טאקע די הויז פאר די בנשקלעך פון פאלטיטשאן, דאן וואס האט די באניע רבי צו זיכן דארט? דאס אז ער מאכט מיט צרות בארעכטיגט נישט צו גנב'נן.
It was on their name because the old rabbi was unable to have it on his name for certain legal issues

Now they claim it's theirs

Not 100 percent confirmed that this is true

נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 7:31 pm
דורך a new member here
.

נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 10:20 pm
דורך שמעון וואלף
טאמער דאס איז ריכטיג איז עס א ביטערע מעשה.

נשלח: מאנטאג אפריל 17, 2023 12:59 am
דורך a new member here
I heard it from the rabbis relative
It's a very sad situation
There are videos of how they came in to vandalize the apartment to terrorize the rabbi to buy it for full price

נשלח: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:11 am
דורך בעל אחריות
קהל'ס נער האט געשריבן:דעי אשכול באלאנגט אין שמייכל, איך האב מיך געריסן פאר געלעכטער אין די גאנצע אשכול (אחוץ די לעצטע תגובה, המקום ינחם אותו).
איך פארשטיי נישט, ער כאפט נישט אז מען מאכט ליצונות פונעם????
סעים הער, נישט אויפכפגעהערט צו לאכן, אויסער ווי רבינו הקדוש קומט אריין מיט אן ערנסטע מינע האקן אויפן סיסטעם...

נשלח: מאנטאג אפריל 17, 2023 5:54 am
דורך שושן פורים
ווי איך געדענק איז אביסל מער ווי צען יאר צוריק פארגעקומען א גרויסע קאמפיין אין מאנסי צו קויפן א הויז און בית המדרש פארן באניע רבי'ן ז"ל, וויאזוי זאל די בעלות אנקומען צו אנדערע?

געפילישע טענות קען יעדער שרייען, וואס איז די מעשה דא?

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 12:42 am
דורך שמעון וואלף
שושן פורים האט געשריבן:ווי איך געדענק איז אביסל מער ווי צען יאר צוריק פארגעקומען א גרויסע קאמפיין אין מאנסי צו קויפן א הויז און בית המדרש פארן באניע רבי'ן ז"ל, וויאזוי זאל די בעלות אנקומען צו אנדערע?

געפילישע טענות קען יעדער שרייען, וואס איז די מעשה דא?
איינער שרייבט דאך אויבן אז מ'האט עס געקויפט אויף א צווייטענס נאמען. יעצט עסט מען חריין.

מענטשן פרעגן מיך כסדר אויב מ'זאל טון אזוינע זאכן און מיין אדווייס איז אייביג צו שטיין ווייט דערפון, סיי נישט לייגן דיין הויז אויף א צווייטענס נאמען און סיי נישט לאזן א צווייטן לייגן זיין הויז אויף דיין נאמען. צו סאך מאל ענדיגט זיך עס נישט גוט.

Re: הינוקא כ"ק מרן אדמו"ר מבאניע שליט"א

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 2:16 am
דורך שערי יושר
https://youtu.be/BXE1tJIg-B8


הייליגע קליפ פון רבינו שליט"א ביים ציילן ספירת העומר

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 9:38 pm
דורך אינטערסאנטער
שמעון וואלף האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:ווי איך געדענק איז אביסל מער ווי צען יאר צוריק פארגעקומען א גרויסע קאמפיין אין מאנסי צו קויפן א הויז און בית המדרש פארן באניע רבי'ן ז"ל, וויאזוי זאל די בעלות אנקומען צו אנדערע?

געפילישע טענות קען יעדער שרייען, וואס איז די מעשה דא?
איינער שרייבט דאך אויבן אז מ'האט עס געקויפט אויף א צווייטענס נאמען. יעצט עסט מען חריין.

מענטשן פרעגן מיך כסדר אויב מ'זאל טון אזוינע זאכן און מיין אדווייס איז אייביג צו שטיין ווייט דערפון, סיי נישט לייגן דיין הויז אויף א צווייטענס נאמען און סיי נישט לאזן א צווייטן לייגן זיין הויז אויף דיין נאמען. צו סאך מאל ענדיגט זיך עס נישט גוט.
אוי ווי גערעכט די ביסט, איך האב שוין געהערט מעשיות פון אפגעבריטע, מען וואלט דאס געדארפט מפרסם זיין אין יעדן ווינקל פון די אידישע שטעט. לייגטס נישט ענקערע הייזער אויף א צווייטנס נאמען, אפילו לאמיר זאגן אז די האסט טראסט אין יענעם ווייסטו נישט וואס וועט זיין ווען יענער וועט פארמאכן די אויגן און די קינדער וועלן זיין בעל הבית ליגעלי אויף דיין דירה, עס איז וויכטיג צו מפרסם זיין.