בלאט 4 פון 5
נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 8:28 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
להצדיק את הצדיק מעיקרא, קום איך אריין דא נגד דרכי, מכחיש צו זיין די שמועות.
דא שטייט אז ער האט יא מנחם געווען.
מער ווי דעם האב איך נישט וואס מוסיף צו זיין אויף די טעמע.
נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 10:14 am
דורך [NAMELESS]
בריוו פון תו''א רבי
נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 10:43 am
דורך וויליאמסבורגער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:להצדיק את הצדיק מעיקרא, קום איך אריין דא נגד דרכי, מכחיש צו זיין די שמועות.
דא שטייט אז ער האט יא מנחם געווען.
מער ווי דעם האב איך נישט וואס מוסיף צו זיין אויף די טעמע.
דאס איז זיין אייגענע חסיד. וואס איז מיט די 44 אנדערע?
נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 10:46 am
דורך מר. קלונימוס
ער האט גערופן טעלעפאניש. וויפיל פון די 45 ווייס איך נישט
נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 11:26 am
דורך לבי ובשרי
חתם סופר האט געשריבן:בריוו פון תו''א רבי
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 12:08 pm
דורך יהודי פשוט
מפיל קינד האט געשריבן:די היסטארישע דאטשע איז ממשיך. דער רבי האט נאכנישט מנחם געווען קיין איין משפחה. ויהי לפלא.
מיר ווארטן (נישט ממש) אז דו זאלסט זאגן טעיתי, נאכדעם וואס מ'האט דיר געוויזן אז די רבי איז שוין יא געוועהן ביי א ניחום אבלים און גערופן אנדערע
נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 12:15 pm
דורך מפיל קינד
ער איז געווען ביי זיינס א חסיד, קרויס, נאכדעם וואס הרב לאו איז שוין געווען ביי רוב אנדערע. אלע רבנים זענען שוין געגאנגען, אויך בעלזא און רחמסטריווקא, און אפי' ביבי נתניהו האט שוין געשפירט אחריות צו גיין מנחם זיין. באבוב רב האט געשיקט 2 בנים קיין ארץ ישראל צו זיין חסיד וואס זיצט יעצט שבעה.
איך זאג נישט טעיתי.
נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 12:22 pm
דורך פארווע חסיד
לבי ובשרי האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:בריוו פון תו''א רבי
כ'בין טיף דיססעפאוינטעט פון זיין סטעיטמענט. הערליכע מליצות קונצליך געפלאכטן, משזר. אבער קיין פיפס פון פערזענליכע אחריות. קיין זכר פון דעם אז ס'איז געשען ביי זיינס אן איווענט.
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 12:23 pm
דורך יהודי פשוט
מפיל קינד האט געשריבן:איך זאג נישט טעיתי.
כ'האב בכלל נישט ערווארטעט דו זאלסט זאגן טעיתי, ווייל נישט דאס איז וואס דו זוכסט, דו זוכסט יעצט אראפצורייסן תולדות אהרן...
You're mind is made up already and you don't want to get confused with the facts
בעלזא איז געוועהן ביי איין ניחום אבלים, גור איז געוועהן ביי איינס און רוב אנדערע זענען געוועהן ביי איינס און תולדות אהרן די זעלבע...
לאו איז ווארשיינליך א שוידערליכן ליידיג-גייער, וואס האט איבריג צייט צו גיין ארום ראולן פון איינס צום צווייטן, אבער אפילו ער איז נישט געוועהן ביי אלע, איז ווער מאכט אפ צו וויפיל מ'דארף גיין?? מפיל קינד?? און אויב מפיל קינד וועט מארגן באשליסן אז ער דארף קומען צו פליען קיין אמעריקא מנחם אבל זיין, וועט ער דאס אויך ברויכן טוהן?? אדער ער מעג אליין באשליסן אז צו איינס דארף ער גיין, און די אנדערע וועט ער מנחם זיין טעלעפאניש... וואס ער איז לכאורה דער איינציגסטער וואס האט גערופן צו יעדע משפחה...
אבער מפיל קינד איז נישט צופרידן, ווילאנג די רבי גייט נישט בעטן ביי מפיל קינד א פונקטליכע דרך התשובה....
נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 12:44 pm
דורך מפיל קינד
קוקט אויס דו קענסט מיך נישט. איך בין נישט איינער וואס שימפט טאג און נאכט. אבער אין דעם פאל האלט איך אז ער מעג ווייזן מער רעספעקט ווען דאס האט פאסירט אין זיין שטח.
נישט גיין צו קיין איין לויה מאכט סענס? ער איז אין צפת, פון דארט ביז מירון איז נישט קיין האלבע שעה, אבער ער פארט נישט. ער שרייבט בריוון יעצט...
ניחום אבלים? נאך עטליכע טעג, פונקט געווען אין ירושלים אויף א עצרת התעוררות, אריינגעסטאפט ביי זיין חסיד. צדיק תמים.
א מנהיג ישראל מעג כאטש ווייזן אביסל מער געטריישאפט אין אזא זמן.
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 12:54 pm
דורך יהודי פשוט
מפיל קינד האט געשריבן:נישט גיין צו קיין איין לויה מאכט סענס? ער איז אין צפת, פון דארט ביז מירון איז נישט קיין האלבע שעה, אבער ער פארט נישט. ער שרייבט בריוון יעצט...
ניחום אבלים? נאך עטליכע טעג, פונקט געווען אין ירושלים אויף א עצרת התעוררות, אריינגעסטאפט ביי זיין חסיד. צדיק תמים.
א מנהיג ישראל מעג כאטש ווייזן אביסל מער געטריישאפט אין אזא זמן.
ער האט נפשיות'דיג זיך נישט געקענט באטייליגן ביי קיין איין לוי', און איך וואונטש דיר זאלסט עס קיינמאל פארשטיין.
איך זעה נישט די נפק"מ צו ניחום אבלים איז אין די ערשטע 15 מינוט צו נאך 3 טעג.
פונקט געווען אין ירושלים אויף "א" עצרת התעוררות??? ער האט פארופן אן עצרת התעוררות טאקע צוליב דעם וואס ער און זיין קהילה זענען קרובה אל החלל.
האסט דווקא געוואלט ער זאל צוריק פארן קיין צפת און צוריק קומען צום ניחום אבלים? ער וויל נישט פארן איבעריג 5 שעה פאר גארנישט.
א מנהיג ישראל מעג האלטן אנדערש ווי מפיל קינד.
נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 5:11 pm
דורך תרמב
ליטוואק איך האב דיך געלייקט פלעין פארן אריינקומען, אינטערסאנט אז דו האסט נישט מער וואס צוצולייגן, ווייל אמאל פלעגסטו צוגעלייגן איבעראל, ווי ס’איז שייך געווען.
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 8:45 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
מפיל קינד האט געשריבן:ער איז געווען ביי זיינס א חסיד, קרויס, נאכדעם וואס הרב לאו איז שוין געווען ביי רוב אנדערע. אלע רבנים זענען שוין געגאנגען, אויך בעלזא און רחמסטריווקא, און אפי' ביבי נתניהו האט שוין געשפירט אחריות צו גיין מנחם זיין. באבוב רב האט געשיקט 2 בנים קיין ארץ ישראל צו זיין חסיד וואס זיצט יעצט שבעה.
איך זאג נישט טעיתי.
יעדער איז געגאנגען צו זיין/זיינע חסידים
הרב לאו איז רב פון גאנץ מדינת ישראל, באלאנגט יעדער פאר אים (אזוי האלט ער)
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 9:23 pm
דורך berlbalaguleh
פארשטייסט: יהודי פשוט, שטאטס משבח זיין הרב לאו אז ער איז געגאנגען מנחם אבל זיין ביי אלע משפחות, האט ער איהם אטאקירט און געשפעט פון איהם אז ר'איז א ליידיגגייער. און דערפאר האט ער צייט צו גיין איבעראל...! ס'איז זייער נישט שיין פון א איד וואס האט א סימבאל פון א איד (הרה"צ ר' נפתלי האלבערשטאם זצוק"ל) וועלכער האט געהאט געוואלדיג אהבת ישראל. און געווען א גרויסער עניוו...!
איך בין אמאל געווען אין האספיטל מבקר חולה זיין א איד אן אדמו"ר וואס איז אויך געווען א באקאנטער פון הרה"צ ר' נפתלי. איך בין שוין געווען דארט א לענגערע צייט. פלוצלינג קומט אריין ר' נפתלי. נאך א פאר מינוט האביך מיך אויפגעהויבן און געוואלט ארויסגיין. רופט זיך אן ר' נפתלי (ממש אויסער זיך)..."ווייל איך בין געקומען ווילט איהר ארויסגיין". ס'האט מיר גענומען עטליכע מינוט פון פארענטפערן זיך אז איך גיי נישט צוליעב איהם. נאר איך בין שוין דא א לאנגע צייט...! ביז ער האטציך בארואיגט...! וואלסטו געמעגט האבן א ביסל בעסערע מידות...!
נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 6:33 am
דורך צפור בודד
איך נעם ארויס צוויי זאכן פון דער בריוו.
1. אז דער רבי אדער כאטש די משב"ק'ן פאלגן נאך סטאטוסן ווייל די ווארט פון אני מאמין/מבין איז שטארק ארומגעפארן באלד נאכן אומגליק.
2. דער רבי איז א פיינשמעקער און אים פאסט נאר אן אייפאון. למעשה אז ער פליט העליקאפאטערס און גייט אויף דאטשע איז טאקע נישט לפי כבודו צו האבן א סאמסונג.
נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 12:10 pm
דורך לבי ובשרי
פאר וועמען ס'אינטערעסירט דא גענוי וויפיל מאל דער רבי האט גערעדט וועגן דעם אומגליק, ווען, וואו און וואס, נאט אייך
דעם קונטרס און ליינט דאס דורך פון דף יז ביז דף מה. כ'האף אז איבער שבת וועט איר דאס האבן געלעזט...
נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 12:30 pm
דורך אלע צוזאמען
צפור בודד האט געשריבן:2. דער רבי איז א פיינשמעקער און אים פאסט נאר אן אייפאון. למעשה אז ער פליט העליקאפאטערס און גייט אויף דאטשע איז טאקע נישט לפי כבודו צו האבן א סאמסונג.
TA.png
אין א''י ביי די היימישע הייסט יעדע סמארטפאון, ''אייפון'', נישט קיין חילוק וועלכע קאמפאני.
נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 10:20 am
דורך שמעקעדיג
.
נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 11:45 am
דורך רימון
לויט ווי מ'הערט האט תולדות אהרן אריינגעלייגט אבנארמאלע טעראר עס זאל חלילה נישט פארקומען קיין שום אנדערע הדלקה אין דער צייט וואס זייער הדלקה קומט פאר, מער פון דעם האבן זיי זיכער געמאכט אז תולדות אהרן זאל בלייבן די "גרויסע" און "צענטעראלע" הדלקה, מיט די הייליגע ניגוני דביקות פאר דעם און די גרויסע התעוררות און די פעסער אהבה טרערן און אלע אנדערע זאלן בלייבן קליינע הדלקות.
ספעציפיש וועמען זיי האבן דערקוטשעט די יארן און טעראריזירט איז געווען תולדות אברהם יצחק אז די הדלקה זאל נישט פארקומען אין דער זעלבער צייט. און ר' אלימלך בידערמאן האט מען זיכער געמאכט זאל נישט באקומען דעם גרויסן פלאץ נאר א קליין פארקוועטשטן פלאץ אונטן פון בארג, נאך דער ביטערער דורכפאל מיט צוויי יאר צוריק ווען רבי אלימלך האט געהאט א הדלקה מיט שווערע צענדליגער טויזנטער אידן און ס'איז ליידער ארויסגעקומען א מחשבת פיגול און א זלזול אינעם צדיק, אז אפשר איז רבי אלימלך גענוי אזא גרויסע רבי ווי דער תולדות אהרן רבי שליט"א.
ברוך ה' אז די האראוואניע להרים כבוד תולדות אהרן האט עושה פירות געווען און יעצט האבן זיי 45 נשמות קדושות (און נאך פיר אידן קריטיש אין שפיטאל טייל דערפון בלי הכרה) אויף זייער קאנטע און כבוד בית תולדות אהרן איז יעצט דערהויבן עד שמי מרום ווייל יעדער ווייסט דאך אז דודי ירד לגני ללקוט בשושנים און דער אויבערשטער נעמט נאר די שענסטע און בעסטע און דער שטן פארלייגט זיך צו אריינבייסן אין דעם פך שמן טהור המסולאים בפז או שטייצעך, אז מ'טאר נישט מהרהר זיין ווער ס'איז שולדיג און צי אפשר איז דאס געווען פשוט אן אויסגעשפרייטע נעץ ווי אומשולדיגע אידן האבן אומוויסנד אריינשפאצירט מיינענדיג זיי גייען צו א הדלקה אבער עכט האט מען זיי געפירט אין א גאז קאמער כצאן לטבח יובל, ווייל ווער ס'זאגט דאס ווייסט נישט אז עכט האט תולדות אהרן רבי יא גערופן אלע 45 משפחות כמפורש בהדעלי איד און ווי יודעי דבר ווייסן פון אונטער די קוליסן האט ער אפילו גענומען די לאנג דיסטענס קאלס אויף די אייגענע קאסטן און אויך איז דער רבי זייער צעבראכן יחי אדונינו מורינו ורבינו יחי.
נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 12:01 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
צפור בודד האט געשריבן:איך נעם ארויס צוויי זאכן פון דער בריוו.
1. אז דער רבי אדער כאטש די משב"ק'ן פאלגן נאך סטאטוסן ווייל די ווארט פון אני מאמין/מבין איז שטארק ארומגעפארן באלד נאכן אומגליק.
2. דער רבי איז א פיינשמעקער און אים פאסט נאר אן אייפאון. למעשה אז ער פליט העליקאפאטערס און גייט אויף דאטשע איז טאקע נישט לפי כבודו צו האבן א סאמסונג.
TA.png
לכאורה האט ער טאקע נישט געהאט די מעגליכקייט אליינס צוצושטעלן דעם ווארט צום טראגעדיע אנע הילף פון די סטאטוס לייגער...
באלד העט שוין איינער זאגן אז ער האט "פראאף" אז תולדת אהרן רבי קוקט סטאטוס....
נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 12:29 pm
דורך פארווע חסיד
כ'ווייס נישט צו ער האט יא אדער נישט אנגערופן די משפחות, כבין נאר מציין וואס מ'קען הערן אויף א פארשפרייטע קליפ פון איינע פון די אבלים ה"י, די טאטע פון ידידי' חיות ז"ל:
"דברתי מקודם עם האדמו"ר מתולדות אהרן, אני רודף אחריו שבוע, כמעט שבוע, כמה ימים, ברוך השם הסכים לדבר איתי"....
נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 1:58 pm
דורך איך אויך
דער בריוו האט דער תו''א רבי אליינס געשריבן בערך ווי ר' חיים רייך האט אליינס געשריבן די בריוו צו גור.
נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 2:34 pm
דורך מפיל קינד
איך אויך האט געשריבן:דער בריוו האט דער תו''א רבי אליינס געשריבן בערך ווי ר' חיים רייך האט אליינס געשריבן די בריוו צו גור.
איך ווייס נישט אויב איר זענט באקאנט, אבער תו"א רבי איז א ריזן שרייבער.
קוק זיין ספר 'חסד נעורייך' וואס ער האט געשריבן אלס אינגערמאן בעילום שם. רייכע מליצות געפלאכטן אין גראמען, נוסח תו"א/שומרי אמונים. ער האט א פענע וואס ווייניג האבן.