בלאט 4 פון 4

נשלח: דינסטאג יוני 22, 2021 1:56 pm
דורך טריי סטעיט
אזויווי די דירה ווערט אביסל ענג און זוכנדיג לאקאל האבן מיר אנערקענט אז מיר וועלן נישט קענען אפפארדן א וואוינארט אין די שטאט הייבן מיר אן אביסל צו קוקן אויף ארויס, און לינדען זעט אויס אביסל אונטערסאנט. אבער נאכן אריינקוקן הער איך אז היינט איז דא צוויי וועד'ס וואס ביידע האלטן אז מען מעג נאר קויפן אויסשליסליך דורך זיי. ווייסט איינער מער פרטים ווער עס איז די עכטע און ווער עס איז די פאלשע?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 10:51 am
דורך פארואס נישט
ס'איז געווען א הערליכע הכנסת ספר תורה אין לינדען לעצטע וואך דאנערשטאג

נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:23 am
דורך Lesser
נו מהאלט שוין היינט ציטאגס ביי איבער 300 משפחות, פילע פרייען זיך אז די שטאט האט אויפגעפיקט אין עס וועט זיך ערווערבלען א עכטע נייע בארא פארק (מיט ביימער), סדא אנדערע וואס האבן ענדערש ליב געהאט די שטילע צייטן מיט ווייניגער מענטשען...

סתם א קליינע שיקל אינפא..

נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:25 am
דורך Lesser
טריי סטעיט האט געשריבן:אזויווי די דירה ווערט אביסל ענג און זוכנדיג לאקאל האבן מיר אנערקענט אז מיר וועלן נישט קענען אפפארדן א וואוינארט אין די שטאט הייבן מיר אן אביסל צו קוקן אויף ארויס, און לינדען זעט אויס אביסל אונטערסאנט. אבער נאכן אריינקוקן הער איך אז היינט איז דא צוויי וועד'ס וואס ביידע האלטן אז מען מעג נאר קויפן אויסשליסליך דורך זיי. ווייסט איינער מער פרטים ווער עס איז די עכטע און ווער עס איז די פאלשע?


אפילו אלץ א לינדענע איינוואוינער ווייס איך נישט די פרטים...

איין זאך ווייס איך, די פרייזען זענען ארויף ווי משוגע..

נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:27 am
דורך Lesser
פארואס נישט האט געשריבן:ס'איז געווען א הערליכע הכנסת ספר תורה אין לינדען לעצטע וואך דאנערשטאג


געווען אויך אפאר גוים וואס האבן נישט ליב געהאט די גאנצע טראסק אין זייער שטילע שטעטל, אבער קלאר געווען א קבוצה גוים וואס זענען געשטאנען דארט אין ממש מיטגעטאנצן

נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:31 am
דורך Lesser
אמת וצדק האט געשריבן:קורקלענד נישט אמת.
הייזער גייען דארט נישט פאר זיבען, און נישט נאנט צו דעם, סיידען א שפאגל נייע אויפגעבויטע הויז, וואס פאר דעם איז זיבען א נארמאלע פרייז.

א הויז מיט פיר בעדראמ׳ס גייט דארט געווענטליך פאר פיר אהאלב אדער ווייניגער.



איך שמייכל, אדורך קוים א האלבע יאר אין פילע 4 בעדראמם זענען געגאנגען פאר 650 אדער מער, ארום מיין גאס האב איך צוויי וואס זענען אין קאנטראקט, איינס פאר 700 אין די צווייטע פאר 720...

די פרייזען מיזן אראפגיין....

נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 11:01 am
דורך קורקלענד
ס'איז צייט זיך צו ריקן ווייטער, די עולם זאל קויפן אין געגענטער וואו עס איז ביליגער. אזוי גייט עס אין מאנסי און אין מאנרוי און אין לעיקוואד.

נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 12:31 pm
דורך דולה ומשקה
קורקלענד האט געשריבן:ס'איז צייט זיך צו ריקן ווייטער, די עולם זאל קויפן אין געגענטער וואו עס איז ביליגער. אזוי גייט עס אין מאנסי און אין מאנרוי און אין לעיקוואד.


להוי ידוע, ווען איינער זאגט ער וואוינט אין לינדען, מיינט דאס נישט דוקא לינדען, עס קען קען אויך מיינען די ארומיגע געגענטער אויך ווי למשל ראזעלל, ראוועי, קרענפאורד, יוניען.

אגב, פארגאנגענע וואך האט סאטמאר אויפגענומען זייער עמפעטליכע רב הרב סופר.

Re: אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 1:14 am
דורך moneyminded
אויסער די צוויי וועדים איז דא די באבוב45 וועד עקסטער?

קענסטו צו ווייזן אנליין לינקס פון די הייזער וואס זענען אין קאנטראקט ? איך וויל עס ווייזן פאר חברים וואס לעבן אין דמיון אז אין לינדען איז דא ביליגע הייזער

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 12:00 am
דורך Lesser
נייע צייטען אין לינדען, נאך א שטיק צייט וואס די עולם האט געקויפט אליינס, אן קיין שום וועד, זענען אלע בתי מדרשים ארויסגעקומען מיט שטיצע צו א נייע וועד, ברענד ניו! לאמיר האפן אז דאס וועט זיין לטובת יודישע קינדער.

Re: אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 6:38 pm
דורך החוקר
כבוד הרב @Lesser וואס זאגסטו צו די גאנצע טענעריי, האט די וועד געהאלפן האלטן די פרייזן נידריג צו נישט?