בלאט 4 פון 4

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 3:06 am
דורך רביה''ק זי''ע
דאס קען אויך זיין פשט פארוואס רבי יוחנן פלעגט זיצן פארנט פונעם מקוה, ער האט דאך נישט איבערגעלאזט קיינע קינדער ווי ס׳שטייט אין גמרא דין גרמא דעשיראה ביר...

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 8:12 am
דורך יאסל ראקאווער
א מענטש, נאך דערצו א מאמין, זאל זאגען אויף זיך "איך בין געשטארבן" ווייל איך האב נישט קיין קינדער? מיליאנען מענטשען מאכן א choice נישט צו האבן קינדער. און טויזענטע מענטשען וואס קענען נישט האבן קיין קינדער אדאפטירן קינדער. רחמנה ליצלן אזוי סאך קינדער פון צובראָכענע שטיבער זיכען א ווארעמע שטוב.

די אינגערמאן דארף סאשעל הילף. נישט א מקוה.

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 8:52 am
דורך תרמב
דער אינגערמאן האלט נישט אז ער איז געשטארבן ביי די 23, די אויסדרוק קומט פון א דרשה וואס שלמה באכנער האט געזאגט אין בארדיטשוב, ווי ער האט געזאגט אז דער אינגערמאן האט עס געזאגט תיכף נאך די גזר דין פון די דאקטאר, און איך בין בכלל נישט זיכער אז דער אינגערמאן האט עס טאקע געזאגט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 9:52 am
דורך מפיל קינד
און לאמיר זאגן אז יא, ער דארף טאקע סאשעל הילף, אבער ווילאנג דו ביסט נישט אין זיינע שיך, זיי אים נישט דן עד שתגיע למקומו.

עקלהאפטיג צו זען ווי די הייליגע אידן קומען ארויס פון די מייזן לעכער און מוזן ארויסגעגעבן זייערע פארדארבענע געפילן ווען א אינגערמאן וויל פשוט איבערלאזן דורות ווי יעדער איינער, מקיים זיין פרו ורבו ומלאו את הארץ. דער וואונטש פון יעדע איד און כמעט יעדע גוי.

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 10:00 am
דורך [NAMELESS]
יאסל ראקאווער האט געשריבן:א מענטש, נאך דערצו א מאמין, זאל זאגען אויף זיך "איך בין געשטארבן" ווייל איך האב נישט קיין קינדער? מיליאנען מענטשען מאכן א choice נישט צו האבן קינדער. און טויזענטע מענטשען וואס קענען נישט האבן קיין קינדער אדאפטירן קינדער. רחמנה ליצלן אזוי סאך קינדער פון צובראָכענע שטיבער זיכען א ווארעמע שטוב.

די אינגערמאן דארף סאשעל הילף. נישט א מקוה.

פארוואס נישט? חז"ל זאגן אזוי אז איינער אן קינדער איז חשוב כמת, עס איז כלל נישט זיין חידוש

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 12:15 pm
דורך גבור חיל
[justify]פארוואס קוקט עס אויס ווי טייל אידן דא נעמען עס נעבעך פערזענליך אז אייוועלט האט באוויזן אזא סוקסעספולע הייליגע קאמפיין?[/justify]

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 1:39 pm
דורך יאסל ראקאווער
גראדע האב איך זיך משתתף געווען אין די קאמפיין, אויב העלפט עס דיר אביסל מיט פערספעקטיוו. זאל די חשובע קהילה האבן זייער מקווה.

א עני איז אויך חשב כמת, סטייטשט פשוט אז סאיז פיינפול און מ'דארף סאשעל הילף און זיך באקוועם מאכן מיט די מציאות און זיכען עצות וויאזוי אנצוגיין. איך האף אז ער טרעפט closure און מאכט פלענער פאר שמחת החיים.

ס'האט מיר אביסל געקיצלט ווי א scam ווי כאילו מ'גייט דא ראטעווען א איד ווייל א מקווה גייט אים העלפען האבן קינדער אדער מיט זיין depression.

א מקווה גייט אים ברענגען א גוטע feeling, און א טערעפיסט, גייט העלפען טרעפען א נייע meaning צו life. אפשר אפילו explorion adapting א קינד.

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 2:36 pm
דורך מפיל קינד
יאסל, דו ווייסט וואס דעפרעשאן מיינט? ליין זיין ארטיקל און זאג דו מיר אויב ער איז דעפרעסט...

איך קען אים גראדע נישט, אבער פון זיין שרייבן און רעאקציעס הערט זיך אז ער איז נישט דעפרעסט. איינער וואס איז דעפרעסט איז פארמאכט, זוכט נישט קיין וועג ארויס פון זיין פלאנטער.

דאס ארויפקומען אויף אייוועלט און זיין אפן מיט זיין צרה ווייזט פונקט פארקערט, אז ער איז נישט דעפרעסט!! נאר ער זוכט חיזוק און ער האלט אז אייוועלט קען אים העלפן זיך מחזק זיין.

נשלח: פרייטאג יולי 09, 2021 12:11 pm
דורך דערהויבענע איד
אוקי איך מיין אז סאיז סתם דא א חילוק צווישן דעפרעסט וואס מענטשן -בעיקר בחורים- רופן אן דעפרעסט, און א דעפרעשן וואס א טערעפיסט אדער אן עדאלט וואס פארשטייט צו מענטל העלט וואלט גערופען דעפרעסט.
איך מיין ער איז די ערשטע.

נשלח: זונטאג יולי 11, 2021 12:00 pm
דורך אייראפעישער חסיד
דערהויבענע איד האט געשריבן:אוקי איך מיין אז סאיז סתם דא א חילוק צווישן דעפרעסט וואס מענטשן -בעיקר בחורים- רופן אן דעפרעסט, און א דעפרעשן וואס א טערעפיסט אדער אן עדאלט וואס פארשטייט צו מענטל העלט וואלט גערופען דעפרעסט.
איך מיין ער איז די ערשטע.

אדרבה אז די ווייסט עפעס מער שרייב!