זייט די האסט דעיס געטין האב איך נישט נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט, איך וויין יעדע איינציגע טאג ווי אזוי האסטו געקענט טין צי מיר אזא זאך, די האסט צושפליטערט אינזער משפחה, פאר דעים האב איך דיר געבוירען? זאלסט טון אזא אומדערהערטע שריט פון טרינקען poland spring water, ביי אונז שוין דורי דורות טרינקט מען נאר מים חיים וואסער, זיידי האט זיך מוסר נפש געוועין אין לאגער נאר אויף צי טרינקען מים חיים, די האלאקאוסט איז ביי דיר גארנישט? די וואסער פון יענע כת האט די קליפה פון די דייטשן וואס איז קליפת עמלק, קום נישט צי מיר איך וויל דיר נישט קענען ביז די טיסט תשובה, קום נישט צי מיין קבר נאך די מאה ועשרים, ווען האסט אנגעפרעיגט ביים בעל הפוילישע וואסער צי זאלסט אריבער גיין אל אף די ווייזט אז דעיס גייט מיר צירירן צום געזינט, האט ער געענטפערט אין לחוש לצערם של אחרים, כיבוד אב מיינט ביי דיר גארנישט? א טאטעס טרער איז עפעס לייכט ביי דיר? פארדעים האב איך דיר אויפגעצויגן?
איך ווער אלס מער און מער נבהל ונשתומם צו זען די גור'ע מאניפולאציעס וועלכע שפראצן אויס חדשים לבקרים אלס צוליב אן איינגערעדטע אימעדזש וואס זיי ווילן מאכן. איך כאפ נאכנישט וויאזוי די 'געריבענע' גור'ע כאפן נישט אז מיט יעדן ווידעא און דאקומענט וואס זיי געבן ארויס - נישט קיין חילוק ווי פראפעסיאנאל און גראפיש עס זאל נאר זיין - פארלירן זיי מער און מער סימפאטיע ביים מענטשהייט. דאס איז פונקט ווי די מצריים און די צפרדע.
בכלל קומט זיך א קוש אין פנים פאר ר' שאול אלתר וואס האט אראפגענומען די חסידות מאסקע פון די גור'ע כת - די גרעסטע חסידישע קולט - און האט זיי אויסגעטון די הויזן בפני קהל ועדה און געוויזן אז ניטאמאל א כשר חזיר פיסל וועט מען געפינען אין גור.
Pathetic. But sad because if that's how these men feel when their their families doesn't look anymore as pretty and whole as it does in the pictures, you can imagine how otd parents whose children have been estranged or worse, divorcees inside the community who experience difficulties getting access\visitation to their children, feel...
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.