בלאט 4 פון 4

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 1:25 pm
דורך קהל'ס נער
כלבאשבוע האט געשריבן:פרישע פראפאגאנדע וידיאו פון גור נדל״ן ווי טאטעס און זיידעס וויינען נעבעך אויף זייערע קינדער און אייניקלעך וואס האבן זיך געשמדט און זענען אריבער צו ר׳ שאול

https://www.youtube.com/watch?v=MkbDmgEFcyY

https://13news.co.il/item/news/domestic ... r-1420467/



א אפענע בריוו צי מיין זין וואס איז נעבעך געגאנגען אט"ד

זייט די האסט דעיס געטין האב איך נישט נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט, איך וויין יעדע איינציגע טאג ווי אזוי האסטו געקענט טין צי מיר אזא זאך, די האסט צושפליטערט אינזער משפחה, פאר דעים האב איך דיר געבוירען? זאלסט טון אזא אומדערהערטע שריט פון טרינקען poland spring water, ביי אונז שוין דורי דורות טרינקט מען נאר מים חיים וואסער, זיידי האט זיך מוסר נפש געוועין אין לאגער נאר אויף צי טרינקען מים חיים, די האלאקאוסט איז ביי דיר גארנישט? די וואסער פון יענע כת האט די קליפה פון די דייטשן וואס איז קליפת עמלק, קום נישט צי מיר איך וויל דיר נישט קענען ביז די טיסט תשובה, קום נישט צי מיין קבר נאך די מאה ועשרים, ווען האסט אנגעפרעיגט ביים בעל הפוילישע וואסער צי זאלסט אריבער גיין אל אף די ווייזט אז דעיס גייט מיר צירירן צום געזינט, האט ער געענטפערט אין לחוש לצערם של אחרים, כיבוד אב מיינט ביי דיר גארנישט? א טאטעס טרער איז עפעס לייכט ביי דיר? פארדעים האב איך דיר אויפגעצויגן?

יושבים שבעה אצלי בבית, ברחוב.....מאנסי נ.י.

המקום ינחם אותי בתוך שארי אבלי גור נדל"ן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 6:03 pm
דורך berlbalaguleh
יא: אבער דער געטרייער חסיד וואס וועט ער באקומען פון זיין רעבי'ן?!. בשכר זאת וואס ער איז אזוי געטריי.... א גרויסן שטויס אין אחור...איך האב אייביג מתפלל געוען א ספעציעלע תפילה. אויב איך דארף שוין כאפן א שטויס אין הינטן פון מיין רעבע שליט"א. זאל עס כאטש זיין מיט אויסגעפוצטע שטיוול. אז די הויזן זאלל (לכה"פ) נישט שמוציג ווערן...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 10:59 pm
דורך שמעקעדיג
די טענה וואס זיי האבן וועגן כיבוד אב איז נישט ריכטיג, ע"פ שו"ע איז נישט שייך כיבוד אב אויב וויל מען גיין צו א צווייטן רבי'ן וכדו'.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 10:11 am
דורך [NAMELESS]
איך ווער אלס מער און מער נבהל ונשתומם צו זען די גור'ע מאניפולאציעס וועלכע שפראצן אויס חדשים לבקרים אלס צוליב אן איינגערעדטע אימעדזש וואס זיי ווילן מאכן. איך כאפ נאכנישט וויאזוי די 'געריבענע' גור'ע כאפן נישט אז מיט יעדן ווידעא און דאקומענט וואס זיי געבן ארויס - נישט קיין חילוק ווי פראפעסיאנאל און גראפיש עס זאל נאר זיין - פארלירן זיי מער און מער סימפאטיע ביים מענטשהייט. דאס איז פונקט ווי די מצריים און די צפרדע.

בכלל קומט זיך א קוש אין פנים פאר ר' שאול אלתר וואס האט אראפגענומען די חסידות מאסקע פון די גור'ע כת - די גרעסטע חסידישע קולט - און האט זיי אויסגעטון די הויזן בפני קהל ועדה און געוויזן אז ניטאמאל א כשר חזיר פיסל וועט מען געפינען אין גור.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 3:46 pm
דורך טאמבל סאס
כלבאשבוע האט געשריבן:פרישע פראפאגאנדע וידיאו פון גור נדל״ן ווי טאטעס און זיידעס וויינען נעבעך אויף זייערע קינדער און אייניקלעך וואס האבן זיך געשמדט און זענען אריבער צו ר׳ שאול

https://www.youtube.com/watch?v=MkbDmgEFcyY

https://13news.co.il/item/news/domestic ... r-1420467/
Pathetic. But sad because if that's how these men feel when their their families doesn't look anymore as pretty and whole as it does in the pictures, you can imagine how otd parents whose children have been estranged or worse, divorcees inside the community who experience difficulties getting access\visitation to their children, feel...