בלאט 4 פון 5
נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 10:41 am
דורך חיימ שמעונ
berlbalaguleh האט געשריבן:חיימ שמעונ: נישט איבעראל. אבער אין געוויסע שטעט אזוי ווי קר"י וואו ס'איז דא א מרא דאתרא און א בית דין גייט עס יא אן. זיכער. מ'דארף נישט פרעגן רשות ווען מ'ווילל גיין אין ביהכ"ס. אבער אין גרויסע און ערנסטע עניינים אזוי ווי כשרות און סידור קידושין דארף מען בעטן רשות פונ'ם מרא דאתרא ובית דינו...! נאר ס'איז היינט ליידער געווארן אזא וועלט אז מ'מאכט חוזק און ליצנות פון אלץ און אלעמען.
אבער אונזער עיקר אינטרעסע איז איבער גלילות. אויב א רב האט א רעכט אריינצורעדן אין די שכינות'דיגע שטאט. נאר לאמיר א ביסל מרחיב את הדיבור זיין איבער דעם ענין. לו יצוייר אז אזא שטאט ווי מאנסי וואלט געווען דירעקט בשכינות מיט קרית יואל. וואלט דער מרא דאתרא פון קר"י זיכער נישט געהאט קיין רעכט אריינצורעדן אין זייערע עניינים. ופשוט הוא. ווייל מאנסי (למשל) איז אן אינטערנאציאנאלע שטאט וואו ס'איז נישט דא קיין מרא דאתרא. און א יעדער רב איז בעה"ב אין זיין קהילה. און א יעדער פיהרט זיך לויט זיינע מנהגים. משא"כ בלומינג גראוו איז א סאטמאר'ע שטעטל. און איבער אלע עניינים וואס גאנץ סאטמאר איז פאראייניגט איבער דעם קען נישט קומען א נייע גרופ און משנה זיין...!
פון ווי נעמסטו דאס צו זאגן אז היינט ווען א רב האט בכלל נישט קיין כח מטעם די שטאטישע טאטעס זאל ער האבן די מאכט איבער אנדערע מענטשן משא"כ אמאל ווען עס איז געווען די גאנצע כח ביי די רב און ער האט געהאט א כח וואס די טאטעס האבן אים געגעבן האט ער געהאט א אמתע בעלות צו קענען פארלאנגען וויאזוי מען זאל זיך פירן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:22 pm
דורך berlbalaguleh
חיימ שמעונ: (שוין צום וויפילטן מאל.) אזוי ווי איך האב שוין עטליכע מאל פריער געזאגט אז ס'ווענדט זיך וואו. אין וואספארא שטאט. אזא שטאט ווי מאנסי אדער בארא פארק למשל. דארט קען ער נישט אריינרעדן פאר קיינעם וואס צו טון. און וועלכע זמנים צו האלטן. משא"כ קר"י אדער בלומינג גראוו וואס איז מיסודו א סאטמאר'ע שטעטל, קען ער יא זאגן א דיעה אז די ניי צוגעקומענע גרופ זאללן זיך האלטן צו די זמנים וואס גאנץ סאטמאר האלט...!
Re: ..."גלילות"...!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 8:15 pm
דורך nespresso
berlbalaguleh האט געשריבן:חיימ שמעונ: (שוין צום וויפילטן מאל.) אזוי ווי איך האב שוין עטליכע מאל פריער געזאגט אז ס'ווענדט זיך וואו. אין וואספארא שטאט. אזא שטאט ווי מאנסי אדער בארא פארק למשל. דארט קען ער נישט אריינרעדן פאר קיינעם וואס צו טון. און וועלכע זמנים צו האלטן. משא"כ קר"י אדער בלומינג גראוו וואס איז מיסודו א סאטמאר'ע שטעטל, קען ער יא זאגן א דיעה אז די ניי צוגעקומענע גרופ זאללן זיך האלטן צו די זמנים וואס גאנץ סאטמאר האלט...!
מצד הלכה? אדער מצד דיין סאטמערע געפיל?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 12:59 am
דורך חיימ שמעונ
berlbalaguleh האט געשריבן:חיימ שמעונ: (שוין צום וויפילטן מאל.) אזוי ווי איך האב שוין עטליכע מאל פריער געזאגט אז ס'ווענדט זיך וואו. אין וואספארא שטאט. אזא שטאט ווי מאנסי אדער בארא פארק למשל. דארט קען ער נישט אריינרעדן פאר קיינעם וואס צו טון. און וועלכע זמנים צו האלטן. משא"כ קר"י אדער בלומינג גראוו וואס איז מיסודו א סאטמאר'ע שטעטל[, קען ער יא זאגן א דיעה אז די ניי צוגעקומענע גרופ זאללן זיך האלטן צו די זמנים וואס גאנץ סאטמאר האלט...!
איך וויס נישט צו די האסט שוין מסביר געווען מצד הלכה
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 6:39 am
דורך berlbalaguleh
איכ'ל ענטפערן פאר ביידע צדיקים מיט איין שאס. מצד ההלכה ווייס איך נישט אויף די מינוט. איך בין נישט אזא גרויסער גאון. דערפאר האביך געבעטן ביים עולם אז ווער ס'ווייסט פון הלכה'דיגע און היסטארישע מקורות וואו רבנים האבן זיך געמישט אין די עניינים פון שכינות'דיגע קהילות און שטעט זאללן זיך אנרופן. דערווייל האט זיך נאר איין מענטש אנגערופן. בראשית דרכנו. און אויך נאר מיט האלבע מקורות. אבער שוין. איך ווארט נאכאלץ אז איינער (אדער מער) וואס האט ידיעות איבער די היסטארישע פרעצעדענטן זאלל זיך אנרופן.
פון א פראקטישן שטאנדפונקט קען איך דיר זאגן אז ווען סיי ווער זאלל פרובירן צו זאגן דיעות פאר א גאנצע שטאט וועלכע האט זיך אנטוויקלט דורך פארשידענע גרופירונגען און קהילות, קען נישט קומען א יחיד אדער געוויסע קהילה און זאגן דיעות פאר די גאנצע שטאט וואס צו טון. און וויאזוי זיך צו פיהרן. משא"כ אין א שטעטל/שטאט וואס איז מיסודו געגרינדעט געווארן דורך איין קהילה אדער מענטש, קען נישט קומען א יחיד אדער גרופ און משנה זיין...!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 6:46 am
דורך מפיל קינד
בלומינגראוו איז א גאנצע שטאט וואס באשטייט פון עטליכע קהילות, וואו איין יחיד וואס וואוינט ניטאמאל דארט, און האט ברבים אויסגערופן אז מ'זאל נישט אהינגיין וואוינען ווייל ס'איז נישט קרית יואל, פרובירט צו זאגן דעות פאר יענע שטאט.
Re: ..."גלילות"...!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 6:38 pm
דורך moneyminded
מפיל קינד האט געשריבן:בלומינגראוו איז א גאנצע שטאט וואס באשטייט פון עטליכע קהילות, וואו איין יחיד וואס וואוינט ניטאמאל דארט, און האט ברבים אויסגערופן אז מ'זאל נישט אהינגיין וואוינען ווייל ס'איז נישט קרית יואל, פרובירט צו זאגן דעות פאר יענע שטאט.
דאס איז וואס איז שריי שוין 5 יאר פאר געוויסע אידן אינוואלווד ביי מהר"א,כאב געוויינט צו זיי אז מען גייט עס ביטער באוויינען, געלעבט אין דענייעל
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 1:41 am
דורך אייגענארטיג
שלום עליכם אידן.... שוין נישטא געווען א שטיק צייט אבער דער אשכול דא איז מיר אינטערעסאנט פאר איטליכע סיבות העל איך שרייבן מיינע צוויי צענט און עטס זעטס אלע מכובד צו פלאשן דערנאך אויב עס געפעלט ענק נישט....
איינער האט פריער געשריבען אז עס איז נישטא קיין קארס אויף די ראוד אין ווער עס זאגט אז יא זאגט ליגענט
רבי לעבן איך בין דא און איך זעי דאס און מיינע קינדער זעען דאס.. שרייבן אינטער א ניק געבט דיר טאקע אנענימעטיע אבער וואס דעי וויזניצע האבן דא געטון איז געווען בפרהסיא ובגלי (ב"ה עס האט זיך שוין אפגעשטעלט)
איינער האט פריער געשריבען אז עס איז נישט קיין סאטמער שטעטעל... איך גיי ארויס פון מיין טיר איך קוק רעכטס און לינקס רוב רובם (חוץ געציילטע וואס קומען אהער פאר א יאר פארן 8טער און די איטליכע.. נישט 1 אדער 2 וויזניצע) זענען אלעס סאטמער. נישט אריינצוגיין און איבעריגע פאליטיקס נאר איין נקודה ביידע סאטמערע זענען ביי דעם מיט איין מיינונג.. און עס וואלט ווען געדארפט זיין די מערכה פון ביידע צדדים און סאטמער נאר צד מהרז"ל באט געזאגט פאר צד מהר"א אז היות ווען עס איז געווען די עירוב מערכה האט מהר"א געזאגט אז ער נעמט נישט קיין שטעלונג (לכאורה ווייל וומ"ס איז א שטח הפקר) זאל ער זיך יעצט ספראווענען מיט דעם אליינס (ווי קורצקעפיג קענען מענטשען זיין)
נאך א פינטל פון צד מהר"א לגבי די טענה אז דעס איז נישט קרית יואל,
זיי פרעגען וויזניץ פארוואס זעטס עטס געקומען קיין בלומינגראוו ? ווייל עס איז נאנט צו ק"י מיט אלע איסטעבלישמענטס... נא... האטס עטס ענק אליין צוגעטשעפעט צום שטאט.. זיי קענען גיין אביסעלע ווייטער לעבן מידעלטאון ווי פראפערטי איז סאך סאך ביליגער און טון וואס זיי ווילען.
למעשה האט אדמו"ר מוויזניץ געטון דאס קליגסטע זאך שייך און זיך אינטערגעווארפען אונטער מנהג המקום און ב"ה א פייערדיגע מחלוקה איז פארמיטען געווארן לכבוד זיין מסירות נפשדיגע אקט. ותבא עליו ברכת השם...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 2:16 am
דורך חיימ שמעונ
אייגענארטיג האט געשריבן:שלום עליכם אידן.... שוין נישטא געווען א שטיק צייט אבער דער אשכול דא איז מיר אינטערעסאנט פאר איטליכע סיבות העל איך שרייבן מיינע צוויי צענט און עטס זעטס אלע מכובד צו פלאשן דערנאך אויב עס געפעלט ענק נישט....
איינער האט פריער געשריבען אז עס איז נישטא קיין קארס אויף די ראוד אין ווער עס זאגט אז יא זאגט ליגענט
רבי לעבן איך בין דא און איך זעי דאס און מיינע קינדער זעען דאס.. שרייבן אינטער א ניק געבט דיר טאקע אנענימעטיע אבער וואס דעי וויזניצע האבן דא געטון איז געווען בפרהסיא ובגלי (ב"ה עס האט זיך שוין אפגעשטעלט)
איינער האט פריער געשריבען אז עס איז נישט קיין סאטמער שטעטעל... איך גיי ארויס פון מיין טיר איך קוק רעכטס און לינקס רוב רובם (חוץ געציילטע וואס קומען אהער פאר א יאר פארן 8טער און די איטליכע.. נישט 1 אדער 2 וויזניצע) זענען אלעס סאטמער. נישט אריינצוגיין און איבעריגע פאליטיקס נאר איין נקודה ביידע סאטמערע זענען ביי דעם מיט איין מיינונג.. און עס וואלט ווען געדארפט זיין די מערכה פון ביידע צדדים און סאטמער נאר צד מהרז"ל באט געזאגט פאר צד מהר"א אז היות ווען עס איז געווען די עירוב מערכה האט מהר"א געזאגט אז ער נעמט נישט קיין שטעלונג (לכאורה ווייל וומ"ס איז א שטח הפקר) זאל ער זיך יעצט ספראווענען מיט דעם אליינס (ווי קורצקעפיג קענען מענטשען זיין)
נאך א פינטל פון צד מהר"א לגבי די טענה אז דעס איז נישט קרית יואל,
זיי פרעגען וויזניץ פארוואס זעטס עטס געקומען קיין בלומינגראוו ? ווייל עס איז נאנט צו ק"י מיט אלע איסטעבלישמענטס... נא... האטס עטס ענק אליין צוגעטשעפעט צום שטאט.. זיי קענען גיין אביסעלע ווייטער לעבן מידעלטאון ווי פראפערטי איז סאך סאך ביליגער און טון וואס זיי ווילען.
למעשה האט אדמו"ר מוויזניץ געטון דאס קליגסטע זאך שייך און זיך אינטערגעווארפען אונטער מנהג המקום בפרהסיא און ב"ה א פייערדיגע מחלוקה איז פארמיטען געווארן לכבוד זיין מסירות נפשדיגע אקט. ותבא עליו ברכת השם...
וואס? רעד נישט סתם שקר ווען עס איז קוים דא צווי וויזניצע אידן מיט קארן דארט און בלומינג גראוו סטאפ מיט די שקר!!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 5:23 am
דורך berlbalaguleh
חיימ שמעונ: ייש"כ פאר דיינע קלוגע און אמת'דיגע רייד. מ'קען זאגן אויף דיר שפתיים ישק. איך האלט דאך דאס אין איין שרייען (פון פתיחת האשכול). נאר איך בין כקול קורא במדבר. פארשטייצעך צוליעב די ענגע פאליטיק. ב"ה אז איינער האטציך אויפגעוועקט און געזאגט א פאר שכל'דיגע און אמת'ע דיבורים...!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 2:44 pm
דורך אייגענארטיג
חיימ שמעונ האט געשריבן:
וואס? רעד נישט סתם שקר ווען עס איז קוים דא צווי וויזניצע אידן מיט קארן דארט און בלומינג גראוו סטאפ מיט די שקר!!
איז אזוי... זיך מפלפל זיין אויף א מציאות איז דאך איבעריג. איך אינווייט ענק אלע בלומינגראווע ארויפצוקומען דא מיטן מציאות... שכנים זענען געווען דעי וואס זענען געגאנגען אנפרעגן דערוועגן און אזוי איז געווארן א שמועס דערוועגן, און ווי איך האב געהערט פון איינעם וואס ער איז אריין צו מהר"א און געהאט א שמועס דערוועגן. דאס גראדע ענטפערט אויך דיין פראגע צו וואס די שכנים ווילן... און ווי געשריבן פונעם ערשטן מינוט אז די גלייכסט נישט די מציאות קענסטע פלאשן.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 2:44 am
דורך חיימ שמעונ
יא, איך בין געווען א שבת אין בלומינג גראוו האביך געוואלט זען וואס גייט דארט פאר, איז אזוי. בענטשן איז געווען ביי די 60 מעריב 65 ויהי נועם נאך שמ"ע ביי 71, נאך מעריב האט דער עולם געשמועסט, איין איד געכאפט א ציגארעטל פאר מעריב דארט טיף אין פארקינג לאט און טרעזע לן. יעצט אזוי, ווען דו קומסט זאגן מען האט זיך געוואלט באווארענען איז איין זאך, אבער אז עס איז שוין געווען איז עס סתם ליגענט.
און דאס אז מען זאל נישט טוהן מלאכות בפרהסיא האט וויזניץ געזאגט אז זיי זענען גרייט עס נאכצוגעבן נאך פאר די דרשה פון ר' אהרן און ער איז נישט געווען גרייט פאר דעם, ער האט געדארפט מען זאל אננעמען די זמן ר"ת, אבער נאך ווי ער /זיי האבן געזען אז מען קען אויך האנדלען מיט "אנדערע" האט ער/זיי פלוצלינג מסכים געווען אן קיין בריוו נאר גענוג אז זיי זאלן קענען שרייבן אין די "בלאט".
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 3:27 am
דורך אייגענארטיג
און ווייטער זיך מתווכח זיין אויף א מציאות איז דאך נישט אינטערעסאנט... פריער געשריגן אז אזא זאך האט נישט פאסירט.. שוין מ'האלט מיר אז עס האט פאסירט נאר טיף אינעם פארקינג לאט.. נאך אביסל וועסטו שוין זאגן פונקט ווי איך אז זיי זענען געפארן און געקומען פארן זמן ר"ת... נו וואס'זשע זאל איך טענה'ען מיט דיר? כעל ציווארטן אביסעלע...
נישט פארגעסען אז דו רעדסט פון איין שבת וואס דו ביזט דארט געווען און איך וואס איך בין דא א תושב...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 7:06 pm
דורך פאלאצ'ינטא
פארוואס ליגט ער אין די גללים ? איך מיין גלילות (די זעלעבע זאך)
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 10:59 pm
דורך שמעון וואלף
קוקט אויס מ'דינגט זיך דא אויף א מציאות ווען מ'דאווענט מעריב מוצ"ש אין וויזניץ.
[tag]שבת[/tag], אלץ וויזניצער קענסטי אפשר דאס קלאר מאכן פאר אונז?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 12:16 am
דורך חיימ שמעונ
שמעון וואלף האט געשריבן:קוקט אויס מ'דינגט זיך דא אויף א מציאות ווען מ'דאווענט מעריב מוצ"ש אין וויזניץ.
[tag]שבת[/tag], אלץ וויזניצער קענסטי אפשר דאס קלאר מאכן פאר אונז?
ווענטציך ווי די רבי זאגט תורה ביי 56 פאר בערך 10 מינוט דערנאך בענטשען נאכדעם מעריב בערך 72 מינוט נאך שקיעה
אנדערע פלעצער איז בענטשען ביי 56 נאכדעם מעריב בערך 60-62
און די גרויסע בתי מדרשים איז דא מנינים גלייך ביים זמן 56
Re: ..."גלילות"...!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 1:35 pm
דורך הפלא ופלא
Re: ..."גלילות"...!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:57 pm
דורך הפלא ופלא
1111111111.jpeg
2222222.jpeg
3333333.jpeg
4444444.jpeg
5555.jpeg
Re: ..."גלילות"...!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 6:36 pm
דורך הפלא ופלא
Re: ...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 7:22 pm
דורך berlbalaguleh
nespresso האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 31, 2021 8:15 pm
berlbalaguleh האט געשריבן:חיימ שמעונ: (שוין צום וויפילטן מאל.) אזוי ווי איך האב שוין עטליכע מאל פריער געזאגט אז ס'ווענדט זיך וואו. אין וואספארא שטאט. אזא שטאט ווי מאנסי אדער בארא פארק למשל. דארט קען ער נישט אריינרעדן פאר קיינעם וואס צו טון. און וועלכע זמנים צו האלטן. משא"כ קר"י אדער בלומינג גראוו וואס איז מיסודו א סאטמאר'ע שטעטל, קען ער יא זאגן א דיעה אז די ניי צוגעקומענע גרופ זאללן זיך האלטן צו די זמנים וואס גאנץ סאטמאר האלט...!
מצד הלכה? אדער מצד דיין סאטמערע געפיל?
מצד ההלכה: וואס איז א סאך עלטער פון מיין (און דיין) סאטמער'ע געפיהל.
עיין ריש פ' מקום שנהגו, מס' פסחים.
Re: ..."גלילות"...!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:40 am
דורך הפלא ופלא
WhatsApp Image 2023-12-15 at 11.54.34 AM.jpeg
Re: ..."גלילות"...!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:10 pm
דורך הפלא ופלא
a2d4dab1-f467-4852-9d38-d0756481b98f.jpeg
f5fdcb7b-217e-486a-94f0-a46fec4687b2.jpeg
21e09e1b-b6d5-4b1d-87f0-a5ae0c2bacb2.jpeg
85dbf292-d969-4804-bcc9-0c69d18ed154.jpeg
Re: ..."גלילות"...!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 3:46 pm
דורך הפלא ופלא