בלאט 4 פון 9
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 2:00 am
דורך נולד מאוחר
שמעקדיג, פארוואס אשפג אויף זינגען און טאנצן ביים שבת טיש אדער אין חדר, אזוי ווי ברסלב.
ביי אונז איז נארמאל צו טאנצן און שפרינגען מיט די קלענערע ביים שבת טיש. די גרעסערע דארף מען אנדערע פאן.
מיין חבר שפילט געימס ביי שבת סעודה מיט זיין משפחה.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 2:16 am
דורך נולד מאוחר
דרך אגב, דארף מיר באדאנקען פירש ,דאס איז איינע פון די וויכטיגע זאכן וואס מיר דארפן יעצט,
ס'קוקט אויס אז ס'קומט א שטיקל מבול פין השכלה און כפירה להבדיל.
אז מיין בחור'ל גייט ארויף אויף קאווע אין זעט יעדע פאר חדשים א פרישער אויבער-חכם וועט ער נישט ווערן אויס מענטש.
ס'ווערט א חלק פונעם חינוך, יא ס'דא היימישע אידן וואס גלייבן אנדערש פון אונז.
ס'קען אפי' זיין אז זיין טאכטער איז נישט א גוטע שידוך פאר דיר.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 8:24 am
דורך לאדיך אפ
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב געעפנט א אשכול "ווי אזוי מען מאכט זיס אידישקייט", און געווארט צו הערן פון אונזערע הויכגעשעצטע שרייבערס עפעס זאכליכע רעיונות, אבער לשוא תוחלתי, אן ערפאלג.
ס'נישט יושר אז דו שרייבסט "אן ערפאלג" ווען למעשה האב איך געזען אין יענעם אשכול א שטארקע נקודה וואס איז אויך אמת לאמתו. יעדער איינער שרייט די זעלבע זאך: מאך נישט אידישקייט ביטער פאר דיינע קינדער. אזוי ווי פראפעסאר שפירא זאגט, אידישקייט איז זיס, דו זאלסט עס נאר נישט ביטער מאכן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:25 am
דורך אלבערט
אייוועלט'ס רעאקציע צום אפיקורסות און קאווע שטיבל פראבלעם
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 215c192e0d
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:47 am
דורך לאדיך אפ
איך בין נישט ערלויבט צו ליינען די פארום. אזוי קומט ארויף ווען כ'קליק אויף די לינק.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:11 am
דורך DotCom
דארט איז געווען אן ארטיקל פון שאץ מאץ וואס ער טענה'ט אז מען מוז זיך אפטיילן פון קאווע שטיבל ווייל אזוי ווי אין דער אלטער היים איז אונגארן געבליבן אידיש און פוילן איז אפגעפארן. (כאילו אין אונגארן איז נישט געווען פול מיט השכלה און ציונות פונקט אזוי ווי אין פוילן, א טעות וואס אסאך אידן מאכן) ווייטער שרייבט ער אז מען מוז זיך אינטערווארפן אונטער די רבנים, און אז מען מוז אריינברענגען חיות אין אידישקייט.
וויאזוי צו פארזיכערן צו בלייבן א איד איינמאל מען איז שוין אויף די אינטערנעט חוץ אייוועלט, האט ער נישט גערעדט.
אויך האט ער אזוי ווי געסטראשעט אז די אלע אנאנימע אנפירער'ס און שרייבער'ס וועלן נאך זייער נאמען ארויסרינען און עס וועט זיי שאפן ביזיונות.
געשריבן בחפזון, זייטס מיר מוחל אויף עני שגיאות.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:23 am
דורך יידל
נו, דא טענה'ט מען דאך אויך אז מען דארף אריינברענגן א חיות אין אידישקייט. די חילוק איז נאר אז דא רופט מען עס "טוישן די סיסטעם". אותה גברת בשינוי אדרת. די חלק פון זיך אונטערווארפן רבנים איז טאקע יא אנדערש פון דא.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:27 am
דורך שמואל הלוי
שאץ מאץ האט אינעם ארטיקל אויך גענוצט די לשון "טוישן די סיסטעם".
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:29 am
דורך שמעקעדיג
לאדיך אפ האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב געעפנט א אשכול "ווי אזוי מען מאכט זיס אידישקייט", און געווארט צו הערן פון אונזערע הויכגעשעצטע שרייבערס עפעס זאכליכע רעיונות, אבער לשוא תוחלתי, אן ערפאלג.
ס'נישט יושר אז דו שרייבסט "אן ערפאלג" ווען למעשה האב איך געזען אין יענעם אשכול א שטארקע נקודה וואס איז אויך אמת לאמתו. יעדער איינער שיירט די זעלבע זאך: מאך נישט אידישקייט ביטער פאר דיינע קינדער. אזוי ווי פראפעסאר שפירא זאגט, אידישקייט איז זיס, דו זאלסט עס נאר נישט ביטער מאכן.
טייערער "לאדיך אפ",
ווי אזוי קעשטו דאס איין למעשה?
אין טעאריע זענען די אלע עצות מורא'דיג, אבער ווען עס קומט למעשה, ווי אזוי באווייזטו דאס אין פראקטיק?
ווי אזוי הערסטו אויף צו פארביטערן אידישקייט? וואס גענוי דארפסטו יא אדער נישט טון?
(אז דו האסט וואס צו ענטפערן, ביטע שרייב עס דארט אין יענעם אשכול.)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:33 am
דורך שמעקעדיג
יאפ, פרובירט אריינצוגיין אין אייוועלט, אבער מען קען מער נישט צוקומען אהין צום אויבנדערמאנטן ארטיקל.
קען אפשר איינער ביטע איבערשרייבן בקיצור הדברים דעם תוכן פון יענע דרשה?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:36 am
דורך יידל
עי' בדברי דאט קאם לעיל.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:37 am
דורך געפילטע פיש
פארוואס האבן זיי עס אראפגענומען?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:38 am
דורך DotCom
יידל האט געשריבן:נו, דא טענה'ט מען דאך אויך אז מען דארף אריינברענגן א חיות אין אידישקייט. די חילוק איז נאר אז דא רופט מען עס "טוישן די סיסטעם". אותה גברת בשינוי אדרת. די חלק פון זיך אונטערווארפן רבנים איז טאקע יא אנדערש פון דא.
זיין עיקר פוינט פונעם ארטיקל איז געווען צוצוגלייכן קאווע שטיבל און אנדערע חרדישע בלאג'ס צו די אמאליגע השכלה'שע ביכער און מ'ברויך זיך אפטיילן פון די שרייבער'ס און ליינער'ס, בקיצור ער פאררופט א נייע טיילונג, טיילונג ווערסיע 2.0
כאטש אז פונעם ארטיקל האט אויסגעקוקט אז ער ליינט די אלע בלאג'ס זייער גרונטליך אבער מסתמא איז ער פון די יחידי סגולה וואס עס שאדט נישט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:39 am
דורך שמואל הלוי
גראדע האב איך נישט געזען ארויסגעשריבן אינעם ארטיקל "קאווע שטיבל" אבער מן הסתם האט ער דאס געמיינט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:44 am
דורך DotCom
שמואל הלוי האט געשריבן:גראדע האב איך נישט געזען ארויסגעשריבן אינעם ארטיקל "קאווע שטיבל" אבער מן הסתם האט ער דאס געמיינט.
יעפ פון די ווערטער וואס ער האט גענוצט האט ער לכאורה געמיינט קאווע שטיבל, אחוץ אז ס'דא נאך א היימישע בלאג וואס איך ווייס נישט דערפון. (ה"פ האט ער נישט געמיינט כידוע ליו"ח)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:54 am
דורך a1b2
שוטה איז צי א שוואכע אויסדריק אויף דיר פירש קימסט אינז זאגן גרויסע באהאלטהע זאכ'ן אז עס איז דא כופרים אין ווי האסטי שטאדירט אין ג'קומען צי דיין גרויס מסקנה די אינטערנעט וויקפדה וכו' ווי זאגסט אויס גרויסע זאכען ווי מען ווערט א כופר אין די ארגסטע איז אז עס איז דא וואס האבן שוין גוגלט גאט אינז אלע דא האבן אויך גזעהן אלע דיינע באהאלנע סוד'ס אין דריי נישט קייין קאפ נאר ערגיץ ווי האט דיר גמאכט פארפאלן גיין צי דיין יוגנט וכו' " : איך האלט (דעת פטעטע טשיפ) אזוי ווי איך טראכט ציריק מיינע בחורישע יארן , זיצען 30 בחורים אין כיתה 15 לערנט נישט ווייל זיינע ניסיונס ברענען אין קיינער זאגט אים ניטמאל וואס עס איז 5 ווייל זיי האבן אביסעל ADD וכו' וכו' קענען זיי נישט אויסהערן די שיעור אין קיינער נעמט נישט קער נאר מען שלאגט ווארפט ארויס נאכדעם שרייט איינער דער איז שילדיג די אינטערנעט וכו' טראט עס גיט אדעריך ,,ווי איינער זאגט מיר אמאל זיין רבי אין חדר איז שילדג וויל ווען ער האט גפרעגט די רש''י וואס מען לויסט איס אין ער וויל נישט ענפרען
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:59 am
דורך יידל
a1b2, איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין קושיא, אבער אזויפיל האב איך פארשטאנען אז דו האלטס אז די אינטערנעט קען בכלל נישט ברענגן צו כפירה. קודם כל די מציאות איז דיך סותר. אבער לאמיר זאגן אז פון וויקיפעדיע קען מען קיין כופר נישט ווערן, וועסטו דען נישט מודה זיין אז עס קען ברענגן ספיקות? טאקע נישט כפירה, אבער ספיקות יא. און לאמיר שוין זאגן אז ספיקות אויך נישט, איז דאס אבער כו"ע פה אחד מודה אז אינטערנעט נעמט אוועק די תמימות פון א מענטש. און אויף דעם העלפט נישט קיין פילטער נאר אנדערע חינוך מעטאדן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:06 am
דורך a1b2
וואס איז די פראבלעם ווען עס פעלט תמימות פון א מענטש וואס האט עס מיט כפירה? דאס איז גיט פאר אינזער דור ווייל יעדע חדר יונגל הערט די אלע זאכן וואס גייען פאר דאס מאכט טראכטן אז עס איז עפעס דא באהאלטען ווען עס איז נישט דא
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:07 am
דורך יידל
אן תמימות טראכט מען ווי אן אויבער חכם. "רבי לעבן, אפשר פונקט פארקערט?" נישט אומסזינסט זאגט שלמה המלך "יוסיף דעת, יוסיף מכאוב".
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:12 am
דורך a1b2
דאס צי באהאלטן אין זיין תמימות איז שוין לאנג א פארגאנגנהייט נאר עס איז באמת גארניט דא וואס צי וויסען אז מען זאל פירן א ענדלזע קאמף
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:13 am
דורך a1b2
יידל האט געשריבן:אן תמימות טראכט מען ווי אן אויבער חכם. "רבי לעבן, אפשר פונקט פארקערט?" נישט אומסזינסט זאגט שלמה המלך "יוסיף דעת, יוסיף מכאוב".
לער פשט נישט זאג נאך ווערטער רעצט שוין באלט פינקט ווי אינזרע רבי'ס
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:13 am
דורך יידל
a1b2 האט געשריבן:דאס צי באהאלטן אין זיין תמימות איז שוין לאנג א פארגאנגנהייט נאר עס איז באמת גארניט דא וואס צי וויסען אז מען זאל פירן א ענדלזע קאמף
נו, דאן פארוואס פירט מען נאך דעם קאמף?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:16 am
דורך געפילטע פיש
קארל האט געשריבן:אלזא, לאמיר צולייגן אן אויער צו וואס פירש זאגט. מיר מוזן נישט דווקא מקבל זיין זיינע עצות (״לערנען אמונה שטערקער?! וואס עפעס? מיר זענען עפעס בעלי תשובה?!״), אבער דער פראבלעם מוזן מיר הערן פון אים.
מיט דעם האלט איך אנדערש ווי דיר, די אינטערנעט קען נאר אוועק נעמען דאס תמימות פון א תמים, און אז אונזערע קינדער וועלן נישט זיין קיין תמימים וועט די אינטערנעט זיי נישט אויפקלערן, ווייל זיי וועלן שוין האבן געהערט די איידיעס אינדערהיים פון אונזערע מקורות.
אזוי ווי ביי ****-עד האלט מען אין איין זאגן אז קינדער דארפן דאס הערען פון די עלטערען און טיטשערס ווי ענדערש הערען פון חבירים און פעדאפיילס, נישט ממש דומה לנמשל, באט יו געט מיי פוינט.