בלאט 4 פון 4

Re: איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 6:12 am
דורך פאליטיקאנט
אין קורצן: איך וויל זיין אין איין גיהנום מיט יואלי לאנדא (אויף דעם וועלט אויך גראדע).

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 11:01 am
דורך Man City
טוביה מאיר ניימאן

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 11:01 am
דורך Man City
Man City האט געשריבן:טוביה מאיר ניימאן
??Whats going on

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 12:03 am
דורך משה גרונם
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:
משה גרונם האט געשריבן: קודם קל ער האט פארטיילט פאר יעדעם אינקלאדינג ארעמע, אין פארשטיט זיך אז צו נעמען פון א חלוקה או שטיין אין א לאנגע ליין איז סך מער לייקלי פאר א ארימע מענטש עס צי טון ווי פאר א רייכע מענטש,
און צווייטענס והוא העיקר, ווער ביסטו אים צי איינטיילן פארוועם ער דארף געבן? ס'איז זיין געלט און "ער קימט פאר קיינעם גארנישט".
נאכאמאל, "ער קומט פאר קיינעם גארנישט".
און א דריטע מאל: "ער קומט פאר קיינעם גארנישט"
איר פארפאסט די נקודה. די פראבלעם איז נישט אז די חלוקה איז 'נישט' פאר ארעמע, נאר אז עס איז 'יא' פאר נישט ארעמע. אלס א סאסייעטי איז עס אן אומגעזונטע הנהגה אז יעדער איינער ווערט א מקבץ נדבות. און פאר די סיבה איז דאס פאר די ספאנסער פון די אונטערנעמונג פאררעכנט ווי א זינלאזע געלט גיסעריי. און דאס אלעס בלויז פאר אביסל אטענטשען, ווארום אויב וואלט ער באמת זיך געזארגט פאר נצרכים וואלט ער עס געטון אויף א בעסערן אופן.
און צווייטנס, אויב דו האסט נישט באמערקט, מיינע קאמענטארן זענען נישט געשריבן געווארן אין א פערזענליכע אימייל - אלס זיין בעל הבית, אים איינטיילנדיג ווי אזוי צו שפענדן זיין געלט. עס איז געשריבן געווארן אין א פארום ווי מען דיסקוסירט כל מיני נושאים, אריינגערעכנט קולטור. און אלס א קאמיוניטי קענען מיר קריטיקירן אומגינסטיגע ערשיינונגען אין אונזער סאסייעטי.
איך ווייס נישט פארוואס איר ריפט עס אן א מקבץ נדבות דא רעט מען ס"ה פין א בילינער וואס האט געפענט זיין בעזל אין זיך גענימען טיילען.. פארקערט ער לערנט אויס פאר די מענטשהייט אז מען דארף געבן . אין אראפרייסן אזא איינעם אז ער טיט עס בלויז פאר אטענטשן איז זייער נישט ריכטיג

Re: איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 1:05 am
דורך שלג זהב
אינטערוויו: וויליאמסבורג גרייט זיך פאר א פרישע מאסיווע חלוקה: קומענדיגע מיטוואך נאך יום הקדוש גייט פארקומען אין וויליאמסבורג נאך א חלוקה, ווי מען וועט פארטיילן באקסעס פון כל טוב פאר משפחות, ספעציעל פאר די אלע וואס האבן נישט געקענט באקומען פון די גרויסע חלוקה פארלאפענע וואך אין וויליאמסבורג https://www.yiddish24.com/interviews/12/91882

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 1:12 am
דורך כפתור
איך פארשטיי נישט וויאזוי ס'ארבעט, תומכי שבת פארטיילט ביינאכט, באהאלטענערהייט, מ' קלאפט אויף די טיר און מ'לויפט אוועק פאר יענער עספיעט צו זעהן ווער ס' ברענגט עס. דאס אלעס טוט מען כדי נישט מבייש זיין דעם מקבל.

ביי די חלוקה שטייט דער עולם לאנגע שורות, שעות און מיטן טאג. ווי איז די בושה געגאנגען?

בד"וו, ווער איז דער יואלי לאנדא, און פון ווי קומט זיין געלט?

Re: איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 5:49 am
דורך פונדאַמענטאַל
כפתור האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וויאזוי ס'ארבעט, תומכי שבת פארטיילט ביינאכט, באהאלטענערהייט, מ' קלאפט אויף די טיר און מ'לויפט אוועק פאר יענער עספיעט צו זעהן ווער ס' ברענגט עס. דאס אלעס טוט מען כדי נישט מבייש זיין דעם מקבל.

ביי די חלוקה שטייט דער עולם לאנגע שורות, שעות און מיטן טאג. ווי איז די בושה געגאנגען?

בד"וו, ווער איז דער יואלי לאנדא, און פון ווי קומט זיין געלט?
תומכי שבת איז פאר עניים, ממילא איז עס א בושה צו נעמען. דא איז עס פאר יעדן, ארעמע און רייכע צוגלייך.

און דאס גופא איז די פראבלעם, די מושג פון 'שונא מתנות' איז פארגעסן - און נארמאלע מענטשן האבן נישט קיין פראבלעם זיך צו פירן כאחד השנארערים.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2023 9:57 pm
דורך אסטראלאג
Man City האט געשריבן:טוביה מאיר ניימאן
דאס הערט זיך ווי דער לאנדאנע"ר בדחן מיילעך לאנדא

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2023 11:05 pm
דורך אלפא
אסטראלאג האט געשריבן:
Man City האט געשריבן:טוביה מאיר ניימאן
דאס הערט זיך ווי דער לאנדאנע"ר בדחן מיילעך לאנדא
איך ווייס נישט ווי וועמען דאס הערט זיך, אבער מיר האט זיך אויך געדאכט אז עס איז נישט באמת טוביה מאיר אויפן רעקארדינג, איינער וואס קען באשטעטיגן?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:29 am
דורך קאצקע ציקער
אלפא האט געשריבן:
אסטראלאג האט געשריבן:
Man City האט געשריבן:טוביה מאיר ניימאן
דאס הערט זיך ווי דער לאנדאנע"ר בדחן מיילעך לאנדא
איך ווייס נישט ווי וועמען דאס הערט זיך, אבער מיר האט זיך אויך געדאכט אז עס איז נישט באמת טוביה מאיר אויפן רעקארדינג, איינער וואס קען באשטעטיגן?
הרב אברהם מרדכי מלאך !

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:42 am
דורך אלפא
איך רעד פון דעם רעקארדינג..

(עס קען זיין איך קען פשוט נישט זיין קול צו גוט..)

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:53 am
דורך קאצקע ציקער
אלפא האט געשריבן:איך רעד פון דעם רעקארדינג..

(עס קען זיין איך קען פשוט נישט זיין קול צו גוט..)
דאס איז זעכער טוביה מאיר