בלאט 4 פון 7

Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:19 pm
דורך טמיר
וויזוי ארבעט באבוב און גור צוזאמען? זיי זענען דאך תרתי דסתרי?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:22 pm
דורך בעל דרשן
סקומט זיך זיי די כבוד אז זיי דערשרעקן זיך נישט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:31 pm
דורך מפיל קינד
טמיר האט געשריבן:וויזוי ארבעט באבוב און גור צוזאמען? זיי זענען דאך תרתי דסתרי?

ווילאנג מ'פארגעסט פון סדיגורא... אבער ער גייט אויך האבן א ריזן עולם דעם שבת.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:57 pm
דורך בעל דרשן
חס ושלום צו רעדן אזוי

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 10:04 pm
דורך petergrifin
בעל דרשן האט געשריבן:לדעתי צום ינוקא וועלן קימען א באנטש אלטע חזירים וואס ווילן זיך אנזעטיגען פין דעם באחנטער יונגעלע, משא"כ צום ראש ישיבה וועלן קימען יודען וואס דארשטן צו זעהן אזא גאון אין אדם גדול



האהאהאהא קוק ווער עס רעדט פון באחיינטע יונגעלע... דו באחיינטער באבובער בחור.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 12:54 am
דורך אויסגעהאלטן
א שטיקל באריכט פון עמינענס היינט נאכט: איך בין נישט געווען א גאנצע צייט אבער געהערט אז ס'איז געווען פיינע דרשות - ר' דניאל אלתר האט געגעבן א פייערדיגע דרשה: לא בשוקי האיש ירצה... נישט דער וואס האט די כח איז די אמת נאר די אמת איז אייביג באהאלטן און דערנידערט אבער אז מ'זוכט די אמת טרעפט מען עס, הרב פויגל האט גערעדט אז גער איז און גייט יעצט אדורך א שווערע תקופה און מ'טאר זיך נישט לאזן פאלן נאר מ'דארף געדענקען וואס גער איז, אויך האט ער גערעדט צו די פרויען אין ענגליש אז מ'דארף רעדן אידיש , צום סוף האט ר' שאול נאכגעזאגט א ווארט אז ווען ס'איז א מצב פון זיך טוישן דארף מען זעהן זיך צו טוישן גוט און נישט חלילה פארקערט, כ'מיין אז ער האט אויך גערעדט אנהייב אבער כ'האב נישט געהערט די דרשה
ווען די עולם האט געכאפט שיריים האט ער א גאנצע צייט געוויזן אז ס'איז אלץ שטותים און נארישקייטן
ס'איז געווען א געשאצטע בערך 350-300 גורער היטן (=קאפלעך) און א גרויסע פרעמדע עולם און אסאך אסאך ב"פ בחורים
די עולם האט אויסגעזעהן זייער בשמחה און ענטוזיאסטיש
נ.ב. ס'איז געווען אסאך סעקיוריטי על כל צרה שלא תבוא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 10:12 am
דורך איך אויך
באמעריקא מבקרים השבוע שני אדמורי סאדיגער. אחד הינוקה והשני 'שסידר' את גער-גיר.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 2:17 pm
דורך סמיילי
איך מיין עס זאל אויפגעבען אויף גור עולם, און ווערען א רבי פאר די טויזענטער סתם עמך אידן, ער וועט נאך איינפאקען גורער רבי אזוי.
די עולם גייט פיייער פאר אים

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 3:16 pm
דורך ייעעקקבב
עס איז דא א וועג מיטציהאלטען די פרטי הנסיעה אויף אימעיל אדער טעקסט?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 6:10 pm
דורך yn.NY
סמיילי האט געשריבן:איך מיין עס זאל אויפגעבען אויף גור עולם, און ווערען א רבי פאר די טויזענטער סתם עמך אידן, ער וועט נאך איינפאקען גורער רבי אזוי.
די עולם גייט פיייער פאר אים

די עולם גייט נאר אין פייער פאר איהם, צוליב די גור'ע פאליטיק :shock: ...

איך מאך נישט ח"ו אוועק דעם איד - וועלכער איז א גאון בתורה ועבודה - אבער כבר הימליצו חז"ל "כמה יוסף איכא בשוקא". קומט ער ווען אהער אן זיין "בעגראוינד", קוקט נישט קיינער אויף זיין זייט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 7:12 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
אי"ה מארגען [דאנערשטאג] גייט דער ראש ישיבה שליט"א געבן א שיעור אין שיינערס שוהל אין מאנסי אום 4:00 נאכמיטאג.
שמעו ותחי נפשכם !!!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 7:39 pm
דורך היכי דמי
yn.NY האט געשריבן:
סמיילי האט געשריבן:איך מיין עס זאל אויפגעבען אויף גור עולם, און ווערען א רבי פאר די טויזענטער סתם עמך אידן, ער וועט נאך איינפאקען גורער רבי אזוי.
די עולם גייט פיייער פאר אים

די עולם גייט נאר אין פייער פאר איהם, צוליב די גור'ע פאליטיק :shock: ...

איך מאך נישט ח"ו אוועק דעם איד - וועלכער איז א גאון בתורה ועבודה - אבער כבר הימליצו חז"ל "כמה יוסף איכא בשוקא". קומט ער ווען אהער אן זיין "בעגראוינד", קוקט נישט קיינער אויף זיין זייט.


נישט אזוי זיכער.
למעשה האט ער א גאר שטארקע חן וואס מען זעהט זעלטן. דער רעדט דאך אזוי געשמאק און שיין אז עס איז ממש א טעם גן עדן אים צו הערן.

נאר וואס דען, ווען נישט די גורע טעראר וואלט נישט זיין נסיעה געווען אזוי אינטרעסאנט און ווייניגער מענטשן וואלטן עס מיטגעהאלטן, גור האט אים געמאכט א געלונגענע PR.

אבער ער פאר זיך וועט נאך זיין א וועלטס רבי.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 9:02 pm
דורך בעל דרשן
די גאנצע מצב ארום רבי שאול יעצט איז נאר צוליב אים האט ווייניג מיט די פאליטיק אין גור רבי שאול איז א איד וואס וואלט ער געווען אין פריעדיגע צייטן וואלט ער אויך געווען א יש
ער איז א גאון אדיר גאון הגאונים און א צדיק נשגב אלע מעלות וואס א ערליכע איד דארף האבן ס'שיינט ריינקייט און הייליגקייט פון זיין צורה

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 9:21 pm
דורך קהל'ס נער
.

לעיקוואד

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 9:55 pm
דורך [NAMELESS]
אשריכם לעיקוואד! זיך נישט געבראכן פאר די טעראר!
IMG-20211104-WA0016.jpg

Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 10:15 pm
דורך טמיר
בעל דרשן האט געשריבן:די גאנצע מצב ארום רבי שאול יעצט איז נאר צוליב אים האט ווייניג מיט די פאליטיק אין גור רבי שאול איז א איד וואס וואלט ער געווען אין פריעדיגע צייטן וואלט ער אויך געווען א יש
ער איז א גאון אדיר גאון הגאונים און א צדיק נשגב אלע מעלות וואס א ערליכע איד דארף האבן ס'שיינט ריינקייט און הייליגקייט פון זיין צורה

הממ, נישט אוועקצימאכן ר' שאול, עס זענען דא נאך יודן מיט אזאלכע מדריכות און מעלות און כמעט קיינער /ווייניג ווייסן פון זיי.

לדוגמא טאקע א גורער פון ר' שאולס לאגער, כמיין א מגי"ש אדער עפעס אין טשעבין. איינער קען מיך דערמאנען זיין נאמען? כ'מיין ער קען זיך פארמעסטן מיט ר"ש

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 10:56 pm
דורך תרמב
איינער זאגט מיר אז ער האט נישט געקענט באשליסן ווי ער זאל גיין פרייטיג צונאכטס צום טיש, צו ר’ שאול אדער סאדיגורא, למעשה האט ער זיך בארעכנט אז ער וועט גיין ענדערש צו סאדיגורא ווייל ביידע וועלן דאך קומען א פאר יאר ארום נאכאמאל, ביי ר’ שאול וועט ער ווייטער קענען הערן תורה און חסידות, אבער צו סאדיגורע רבי וועט שוין נישט זיין אינטערסאנט צו גיין ווייל ער וועט שוין נישט זיין אזוי קיוט......

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 11:44 pm
דורך בן נון
טמיר האט געשריבן:
בעל דרשן האט געשריבן:די גאנצע מצב ארום רבי שאול יעצט איז נאר צוליב אים האט ווייניג מיט די פאליטיק אין גור רבי שאול איז א איד וואס וואלט ער געווען אין פריעדיגע צייטן וואלט ער אויך געווען א יש
ער איז א גאון אדיר גאון הגאונים און א צדיק נשגב אלע מעלות וואס א ערליכע איד דארף האבן ס'שיינט ריינקייט און הייליגקייט פון זיין צורה

הממ, נישט אוועקצימאכן ר' שאול, עס זענען דא נאך יודן מיט אזאלכע מדריכות און מעלות און כמעט קיינער /ווייניג ווייסן פון זיי.

לדוגמא טאקע א גורער פון ר' שאולס לאגער, כמיין א מגי"ש אדער עפעס אין טשעבין. איינער קען מיך דערמאנען זיין נאמען? כ'מיין ער קען זיך פארמעסטן מיט ר"ש


ר’ יעקב שלמה מואזאסון?

Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 11:55 pm
דורך טמיר
בן נון האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:
בעל דרשן האט געשריבן:די גאנצע מצב ארום רבי שאול יעצט איז נאר צוליב אים האט ווייניג מיט די פאליטיק אין גור רבי שאול איז א איד וואס וואלט ער געווען אין פריעדיגע צייטן וואלט ער אויך געווען א יש
ער איז א גאון אדיר גאון הגאונים און א צדיק נשגב אלע מעלות וואס א ערליכע איד דארף האבן ס'שיינט ריינקייט און הייליגקייט פון זיין צורה

הממ, נישט אוועקצימאכן ר' שאול, עס זענען דא נאך יודן מיט אזאלכע מדריכות און מעלות און כמעט קיינער /ווייניג ווייסן פון זיי.

לדוגמא טאקע א גורער פון ר' שאולס לאגער, כמיין א מגי"ש אדער עפעס אין טשעבין. איינער קען מיך דערמאנען זיין נאמען? כ'מיין ער קען זיך פארמעסטן מיט ר"ש


ר’ יעקב שלמה מואזאסון?

יאפ!!
א גאון וחכם עצום מיט אזא ענוות חן אז עס איז א געשמאק צי זיין אין זיינע ד' אמות. כ'מיין ער איז ווערט אן עקסטערע אשכול, אבער וואס זאל ער טון אז ער הייסט נישט אלטר טווערסקי האלבערשטאם

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 5:54 am
דורך פאליטיקאנט
טמיר האט געשריבן:
בעל דרשן האט געשריבן:די גאנצע מצב ארום רבי שאול יעצט איז נאר צוליב אים האט ווייניג מיט די פאליטיק אין גור, רבי שאול איז א איד וואס וואלט ער געווען אין פריעדיגע צייטן וואלט ער אויך געווען א יש.
ער איז א גאון אדיר גאון הגאונים און א צדיק נשגב אלע מעלות וואס א ערליכע איד דארף האבן, ס'שיינט ריינקייט און הייליגקייט פון זיין צורה

הממ, נישט אוועקצומאכן ר' שאול, עס זענען דא נאך יודן מיט אזאלכע מדריכות און מעלות און כמעט קיינער /ווייניג ווייסן פון זיי.

לדוגמא טאקע א גורער פון ר' שאולס לאגער, כמיין א מגי"ש אדער עפעס אין טשעבין. איינער קען מיך דערמאנען זיין נאמען? כ'מיין ער קען זיך פארמעסטן מיט ר"ש

אמת, עס זענען דא אסאך וואס זענען גרויס און גוט, און ס'איז טאקע א ווייטאג אז זיי זענען נישט במקום הראוי להם.

למעשה רעדט מען אבער פון די וואס האבן עס בדרך לא דרך אריינגעמאכט אין די סירקל פון רבנים / אדמורי"ם.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 7:49 am
דורך אגרות צפון
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:אשריכם לעיקוואד! זיך נישט געבראכן פאר די טעראר!
IMG-20211104-WA0016.jpg

וואס הייסט נישט געבראכן פארוואס געט ער נישט אין bmg?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 10:25 am
דורך בעל דרשן
רבי דניאל איז אויך א גאון אדיר

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 10:27 am
דורך בעל דרשן
וואס איז פשט אז נאר רבי דניאל איז אריבער צום ברידער
די אנדערע ברידערס זענען געבליבן אין גור נדל"ן ?