בלאט 4 פון 5

נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 10:57 am
דורך מי ימצא
ששון ושמחה האט געשריבן:פרישע שטארקע בריוו לטובת פשוטו של מקרא
דעיס איז בכלל נישט קיין ריאה, אז אנדערע וועלן יעצט טוישן זייער מיינדסעט לגבי דעם. ר' משה ב. איז נישט די טיפיקעל רב. און עדה החרדית אין א'י רעכנט זיך בכלל נישט מיט זיין מיינונג.

ער איז זייער א אויפען מיינדעט רב, און סאיז פשוט, אז ער שטיצט עס.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:30 pm
דורך בעל אחריות
קארעקט מי איף אי עם וראנג, ער (ר משה בראנדסדארפער) איז אבער נישט אפגעפרעגט ביי די עוורידזש מאה שערים איד, ממילא איז זיין בריוו א שטארקע זאך.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 10:58 pm
דורך תרמב
מיין בליק אויף ר' משה בראנסדארפער איז אז ער איז א שטיקל פורים רב, איך האב געגעסן ביי אים סעודות בשעת איך האב געלערנט אין ארץ ישראל, ער האט זיך אויפגעפירט זייער פאני, ער האט ליב צו זיין אין די נייעס, די עמי האט אים אויפן דעקל ווען זיי האבן נישט וואס אנצופילן די בלעטער, ער שטעלט אלס צו סחורה, אמאל איז עס בראקל טשיקן אמאל איז עס זיין גרויסע סוכה געבויעט אויף אייזענעס אויף די פערדע שטאק, און אמאל איז עפעס אנדערש, ער מאכט זיכער אז ער זאל אלס זיין אין די נייעס, ס'קען אבער נאך אלס זיין אז ער איז א גרויסע תלמיד חכם.

נשלח: זונטאג יולי 23, 2023 12:31 pm
דורך קאנטראווערסול
הער איז עס איז ארויס א נייע קול קורא מיט חתימות פון יצחק שטערן'ס רבנים

קול קורא

נשלח: זונטאג יולי 23, 2023 11:53 pm
דורך שיח ושיג
דא

נשלח: זונטאג יולי 23, 2023 11:55 pm
דורך שיח ושיג
דא איז דא נאך איין נאמען

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 4:12 pm
דורך צקון לחש
:lol:

נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 5:41 pm
דורך חיים'ס ישיבה
הרב הגאון מוואודרידזש: בענין חתימות של תלמידי חכמים על הקול קורא נגד החומש פשוטו של מקרא - ובענין הגאון וחכם בישראל ואיש צדיק רבי שמשון רפאל הירש ז"ל
https://www2.kolhalashon.com/#/regularS ... -1/0/false

נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:55 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
חיים'ס ישיבה האט געשריבן:הרב הגאון מוואודרידזש: בענין חתימות של תלמידי חכמים על הקול קורא נגד החומש פשוטו של מקרא - ובענין הגאון וחכם בישראל ואיש צדיק רבי שמשון רפאל הירש ז"ל
למעשה וואס זאגט ער דארט??

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 11:40 am
דורך חיים'ס ישיבה
מכתבי חזרה וגילו דעת

https://www.dropbox.com/s/n1z01v7da6t0l ... 9.pdf?dl=0

Re: חומש פשוטו של מקרא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:37 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
חיים'ס ישיבה האט געשריבן:מכתבי חזרה וגילו דעת

https://www.dropbox.com/s/n1z01v7da6t0l ... 9.pdf?dl=0
א ווינדער אז די רבנים זענען אזוי וויניג געטראסט ביים עולם?! זיי מאכן זיך צו שאנד און שפאט!

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 11:17 pm
דורך כרם זית
@נוח עס איז נישט אינגאנצן ריכטיג. וועגן המצאת הדפוס איז פארהאן פארשידנ'ע רעאקציע'ס פון רבנים. טייל האבן טאקע געשריבן אז אלמלא דפוס השתכח תורה מישראל (כר''י עמדין, וועלכער האט אליין פארמאגט א בית דפוס). און טייל האבן געהאלטן אז עס איז הרוס הדת, טאקע צוליב די סיבה אז די המון עם וועט האבן גרינג'ע צוטריט צו הלכה און אטעמאטיש מזלזל זיין אין די רבניש'ע אינצטיטאציע (כך ראיתי לאחרונה -כמדומה ב'ספרים בלוג'- ושכחתי מקומה כעת). אויך דער חתם סופר האט זיך אפגערעדט אויף המצאת הדפוס צוליב די גרינגקייט פון פארשפרייטן סיי וואס דורך סיי וועם, וידוע דהוא בעצמו לא רצה לדפוס ספריו.

אבער מיט דעם ביסטו הייליג גערעכט אז אין אונזער צייט די עפאכע פון אינפארמאציע, האט נישט קיין שום זון צו פראבירן באהאלטן סיי וואס פון די המון עם. און יא, עס מאכט אויסקוקן די רבנים ווי א באנדע פארנאטיקער וועלכע קענען נישט פארטיידיגן זייער אלטע מסורה, נאר ווי די טאכטער פון יענה איז מען מתן די עינים בעפר און מ'האפט אז אולי יש תקוה. די חילול השם איז איום ונורא!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 11:23 pm
דורך ברוך שפינוזה
כרם זית האט געשריבן:אבער מיט דעם ביסטו הייליג גערעכט אז אין אונזער צייט די עפאכע פון אינפארמאציע, האט נישט קיין שום זון צו פראבירן באהאלטן סיי וואס פון די המון עם. און יא, עס מאכט אויסקוקן די רבנים ווי א באנדע פארנאטיקער וועלכע קענען נישט פארטיידיגן זייער אלטע מסורה, נאר ווי די טאכטער פון יענה איז מען מתן די עינים בעפר און מ'האפט אז אולי יש תקוה. די חילול השם איז איום ונורא!
ליסען האסט א בעסערע וועג?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 12:15 am
דורך כרם זית
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:אבער מיט דעם ביסטו הייליג גערעכט אז אין אונזער צייט די עפאכע פון אינפארמאציע, האט נישט קיין שום זון צו פראבירן באהאלטן סיי וואס פון די המון עם. און יא, עס מאכט אויסקוקן די רבנים ווי א באנדע פארנאטיקער וועלכע קענען נישט פארטיידיגן זייער אלטע מסורה, נאר ווי די טאכטער פון יענה איז מען מתן די עינים בעפר און מ'האפט אז אולי יש תקוה. די חילול השם איז איום ונורא!
ליסען האסט א בעסערע וועג?
אודאי איז דא א בעסער'ע וועג.

קודם שב ואל תעשה. זיי נישט קיין אסר בשביל שתתעשר ווען די אישו איז אוט אוו א טישו. אודאי מעגן רבנים זאגן זייער מיינונג ווען זיי טוען דורך א נושא, אבער סתם אסר'ן א חומש ''מלוקט מראשונים'' נאר וויבאלד עס שטומט נישט מיט דיין קינדערגארטן אידישקייט טוט נישט קיינעם קיין טובה. והעד אז אפילו אויף איי וועלט פארשטייט מען נישט די איסור (נאר זייער תירוץ איז אז די רבנים זענען 'איינגערעדט' ווען אונז ווייסן אז די רבנים האבן 'איינגעמאכט' נ''ב, 'גדולים' החותמים עצמם 'קטנים').

און אויפן פאזעטיוו'ן וועג קען מען אויך טון א געוואלד. זאג שיעורים און געב ארויס ספרים מסביר צו זיין אונזער מסורה. קענסט גיין מיט apologetic מהלכים ווי דער מלבי''ם און נצי''ב אז די דרש איז פשט. אדער קענסטו אפילו זאגן די אמת (שאקס!) ווי דער גר''א ולמעלה בקודש ביז די משנה און גמרא אז אין מקרא יוצא מידי פשוטו. איי די דרשת חז''ל? קען מען מסביר זיין ווי דער ריטב''א (ר''ה טז.) אז נמסרה הדבר לחכמים, אדער ווי ר' זכריה פרנקל אז מען בייגט די הלכה צו די מנהג אין כלל ישראל וויבאלד בני נבואים הם וזה רצון הבורא.
איך בין בכלל נישט קיין רב (שלא עשנו אב''ד) און איך האב נישט די אחריות אז מיינ'ע אנהענגער זאלן האבן א אידישקייט מיט וואס זיי פילן זיך שטאלץ און מיט וואס זיי קענען פעיסן די מאדערנ'ער וועלט, און יא כהאב דא אויסגערעכנט עטליכע געדאנקען פאר פרעדיגער ווי אזוי צו פירן זייער'ע שאף. על אחת כמה וכמה א רב וועלכער דארף צו זיין א געלערנטער פעדעגאג זאל קענען פירן זיין קהילה אן קיין מורא אז די אמת וועט אים באזיגן, און אויב קענסטו נישט דאן זיי נישט קיין רב אין די איין אין צוואנציג'סטע סענס-סטריט!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 10:07 am
דורך כרם זית
ביסט גערעכט, כ'האב עס נאר געשריבן בדרך אגב.

Re: חומש פשוטו של מקרא

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 8:47 pm
דורך פונדאַמענטאַל
כרם זית האט געשריבן:@נוח עס איז נישט אינגאנצן ריכטיג. וועגן המצאת הדפוס איז פארהאן פארשידנ'ע רעאקציע'ס פון רבנים. טייל האבן טאקע געשריבן אז אלמלא דפוס השתכח תורה מישראל (כר''י עמדין, וועלכער האט אליין פארמאגט א בית דפוס). און טייל האבן געהאלטן אז עס איז הרוס הדת, טאקע צוליב די סיבה אז די המון עם וועט האבן גרינג'ע צוטריט צו הלכה און אטעמאטיש מזלזל זיין אין די רבניש'ע אינצטיטאציע (כך ראיתי לאחרונה -כמדומה ב'ספרים בלוג'- ושכחתי מקומה כעת). אויך דער חתם סופר האט זיך אפגערעדט אויף המצאת הדפוס צוליב די גרינגקייט פון פארשפרייטן סיי וואס דורך סיי וועם, וידוע דהוא בעצמו לא רצה לדפוס ספריו.

אבער מיט דעם ביסטו הייליג גערעכט אז אין אונזער צייט די עפאכע פון אינפארמאציע, האט נישט קיין שום זון צו פראבירן באהאלטן סיי וואס פון די המון עם. און יא, עס מאכט אויסקוקן די רבנים ווי א באנדע פארנאטיקער וועלכע קענען נישט פארטיידיגן זייער אלטע מסורה, נאר ווי די טאכטער פון יענה איז מען מתן די עינים בעפר און מ'האפט אז אולי יש תקוה. די חילול השם איז איום ונורא!
מה שהיה הוא שיהיה ומה שנעשה הוא שיעשה ואין כל חדש תחת השמש.
שוין דאן געווען אזעלכע רבנים. די מהלך פון חרד'ישע אידישקייט האט שוין געשלאגן ווארצלען אין יענע צייטן. נאכדערצו רעדנדיג פון חת''ס וד''ל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 9:20 pm
דורך כרם זית
ביסט גערעכט אז אזוי איז אייביג געווען, עכ''פ פון די גמרא'ס צייטן (הלכה ואין מורין כן) ולמטה בקודש (אמונה הכרחית) וכדו', מיין פוינט איז אבער אז היינטיגע צייטן מיט די אפנקייט פון אינפארמאציע און די צוזאמפאל פון די כח הקהילות איז די מעטאד קאונטער-פראדאקטיוו. די אלע וואס האבן אמאל באהאלטן אינפארמאציע האבן עס געמיינט מיט אן אחריות אז די המון עם זאל זיך האלטן אין די ראמען, היינט אבער אויב וועט מען גיין מיט אזא מהלך וועט די המון עם אנקוקן די רבנים ווי ליגנער און פארפירער, און די אויסגאנג וועט זיין הזנחת מצוות ה'.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 11:19 am
דורך ודברת בם
הגאון רבי יונתן מארטאן שליט"א ביי זיין דף היומי שיעור אטאקירט שטארק די אוסרים אלץ מחרפים ומגדפים

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 12, 2023 11:25 pm
דורך קאצקער
נוח האט געשריבן:
חיים'ס ישיבה האט געשריבן:מכתבי חזרה וגילו דעת

https://www.dropbox.com/s/n1z01v7da6t0l ... 9.pdf?dl=0
נעבעך, נעבעך. דאס דארף מען לערנען און חזר'ן. דאס זענען מענטשן וואס פסק'ענען שאלות פון לעבן טויט.
זיין פאטער רבי מאטל זאגט קלאר אין א שמועס אז ער האט נישט קיין אנונג

Re: חומש פשוטו של מקרא

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 8:59 am
דורך עמרם
אוי וויי
ברוך דיין האמת
השם ינקום דמו
כאטש האט ער איבערגעלאזט אזא הערליכע חיבור
יהא זכרו ברוך

Re: חומש פשוטו של מקרא

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 9:54 am
דורך [NAMELESS]
געוואלד!!!!

Re: חומש פשוטו של מקרא

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 11:38 pm
דורך חקרן
ברוך דיין האמת.

Re: חומש פשוטו של מקרא

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 11:41 pm
דורך צפת
איך פארשטיי אז ער איז קראנק געווארן אויף יענע מעשה. דאס האט עפעס צו טון מיט די רדיפות וואס מען האט אים גע'רודפ'ט?