בלאט 4 פון 4

Re: Who to trust ? ווער איז באגלייבט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 2:35 pm
דורך דורש אמת
דער בריסקער רב ר׳ יאשע בער, האט גע׳פסקנ׳ט לחומרא ווען א איד איז געקומען צו אים מיט א שאלה וועגן כשרות; און באלד אויפ׳ן פלאץ האט ער ארויסגענומען געלט פון טאַש און באצאלט דעם איד פאר די שאדן… & ער האט געזאגט: ס׳דא צוויי דעות, און אויב בין איך מחמיר קען איך עס נאר טון אויף מיין אייגענעם חשבון! (און ממילא האט ער געפילט מחיוב צו באצאלן)

נאך א זאך וואס מ׳קען צולייגן: די משנה זאגט עבירות שבין אדם למקום איז יום כיפור מכפר, אבער עבירות בין אדם לחבירו איז אפילו יו״כ נישט מכפר. וואס פאסירט אויב א רב מאכט א טעות און געט א גרייזיגע פסק? אויב האט ער מתיר געווען, אין א פלאץ ווי ס׳איז אסור האט ער עובר געווען; אבער אויב האט ער גע׳פסק׳נט לחומרא, איז לויט דעי אויבנדערמאנטע משנה אסך הארבער, ווייל די שאדן פון געלט/צייט/צער וכו׳ איז אפילו יום הקדוש נישט מכפר.

טאמער וועט איינער זאגן אז דאס הערט זיך מאָדערן און נישט לפי דרך רבותינו, לאז איך דיר וויסן אז דאס איז געשריבן געווארן דורך ר׳ אלעזר פלעקעלעס (בעל תשובה מאהבה) פאר צוויי הונדערט יאר צוריק… ס׳נישט קיין נייע זאך

טאמער ווילסטו זאגן אז דאס שטימט מיט׳ן דרך המתנגדים און נישט לויט׳ן חסידישן שטייגער, האב איך דיר נייעס אז דאס ווערט אויך אראפגעברענגט דורכ׳ן חסידישן רבי׳ן ר׳ סיני זמיגראדער- (צאנזער אייניקל)

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 6:05 pm
דורך petrishke
בשנות תש''י - תש''ל ווער האט ארויפגעצווינגען אויפ'ן כלל איין מהלך? איז דאס געווען דרך ההלכה צו טון אזוי?
האט מען געוויזן פאר'ן דור א לעקציע אין חינוך, אז מ'דארף איבערבעטן וועמען מ'האט טעראריזירט? איז דאס אין איינקלאנג מיט תורה ושו''ע?
פון וואו שטאמט די מהלך וואס רוב רובו פונעם יהדות ניו יורק איז היינט תוצאות פון דעם? פון יושר והלכה ואמת?

ניין!

טא, וויאזוי גענוי איז באגלייבט סיי וועלכער רב וואס פאררופט זיך נוטה צו דעם מהלך הישן והמעוקם?
ס'וואלט ווען געדארפט צעריסן ווערן דאס גאנצע אלטע מהלך אויף פתות פיתים, און אנהייבן א מהלך חדש, וואס זאל פארגעסן די אלטע עבירות פון רציחה און אביוס - אין נאמען פון שלחן ערוך - אונטער די פליגלען פון שיטה הקדושה ולמעלה בטיפשות

Who to trust ? ווער איז באגלייבט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 10:58 pm
דורך דורש אמת
petrishke האט געשריבן:בשנות תש''י - תש''ל ווער האט ארויפגעצווינגען אויפ'ן כלל איין מהלך? איז דאס געווען דרך ההלכה צו טון אזוי?
האט מען געוויזן פאר'ן דור א לעקציע אין חינוך, אז מ'דארף איבערבעטן וועמען מ'האט טעראריזירט? איז דאס אין איינקלאנג מיט תורה ושו''ע?
פון וואו שטאמט די מהלך וואס רוב רובו פונעם יהדות ניו יורק איז היינט תוצאות פון דעם? פון יושר והלכה ואמת?

ניין!

טא, וויאזוי גענוי איז באגלייבט סיי וועלכער רב וואס פאררופט זיך נוטה צו דעם מהלך הישן והמעוקם?
ס'וואלט ווען געדארפט צעריסן ווערן דאס גאנצע אלטע מהלך אויף פתות פיתים, און אנהייבן א מהלך חדש, וואס זאל פארגעסן די אלטע עבירות פון רציחה און אביוס - אין נאמען פון שלחן ערוך - אונטער די פליגלען פון שיטה הקדושה ולמעלה בטיפשות


תיקון טעות: ניט חס ושלום ״פארגעסן די אלטע עבירות פון רציחה און אביוס״ … ניין די תורה האט אונז אנגעזאגט לא תשכח! מיר וועלן קיינמאל ניט פארגעסן, די עמלקישע סאטמארע שטיק! נאר דעמאלטס איז דא א האפענונג פאר די קינדער און אייניקלעך אונזערע!


די תכלית פון תורה איז טובת קיום האנושי, עשות משפט ואהבת חסד, יושר וצדק
.
ווען סאטמארער רב , רבי יואליש ( אדער רבי יאולאק, ווי ער איז גערופן געווארן ביי די אשכנזים אין סאטמאר) זיכרונו לברכה האט דערקלערט אז מע דארף פיינט האבן יעדן מענטש וואס איז נישט קיין סאטמארער חסיד און אז די גאנצע תורה באשטייט פון שנאה האט ער נישט נאר פארבייגט פון די מסורה נאר ער האט אויסגעריסן דעם יסוד און תכלית פון תורה.
ער האט איינגעפרעגלט די דאזיגע שנאה און סם המוות אין דורות פון קינדערשע הערצער אין נאמען פון גאט און תורה.

איז שייך א גרעסערער חילול השם און בזיון התורה?…

ניט נאר אידישקייט האט ער אויסגעריסן נאר די גאנצע מענטשליכקייט. דרך ארץ (=מענטשלעכקייט) קדמה לתורה בעשרים וששה דורות.
אם אין דרך ארץ אין תורה ד. ה. תורה אן מענטשלעכקייט איז ניט ווערט קיין האלבע קאָפיקע.
.
דאס קען מען רופן תורה? רעליגיע? אידישקייט? דאס איז ענדערש א קאָלט וואס איז געגרינדעט געווארן דורך א דיקטאטאר וואס האט א שטארקער פחד פון קאנקורענץ. ער באטראכט זיך אליינס און זיין קליקע פאר די אמתע אידן - און כלל ישראל פון דער אנדערער זייט זענען אלע אפיקורסים…

דערמיט האט ער זיך אליינס אויסגעשלאסן פון כלל, זיך אליין און אויך יעדן וואס גלייבט אין זיין תורה.
.
ער אליין האט ניט געגלייבט אין זיינע תורות , ווי רבי ברוכל מונקאטשער זצל האט שוין אנגעמערקט, נאכמער , ער האט צום רבין אליין געזאגט: ״איך האב אייך זייער ליב, סאטמארער רב, ווייל… איר אליינס זענט נישט קייו סאטמאר חסיד!״…
פונקט ווי יעדער מוסלעמענער דארף נעמען אחריות אויף מוכאמאדס תורה, אזוי דארף יעדער חסיד וואס פאררופט זיך אויף זיין נאמען, און מוז נעבעך שיקן די קינדער אין די מוסדות הקדושים, זיך מאכן אליינס א שטיקל חשבון הנפש, וועגן דעם וואס ער איז געצוואונגען מקריב צו זיין די קינדערלעך פארן פאלשן אפגאט ׳מולך׳ = מלכות סאטמאר!

דער כתב סופר ווייזט אויף אז אן עבירה וואס דער שכל האט פארבאטן איז אפילו הארבער ווי אן עבירה וואס גאט האט פארבאטן!

( דער רבי זאגט טאקע אין נאמען פון רמב״ם אז מענטשליכקייט און אָרנטלעכקייט וואס נעמט זיך נישט פון בארג סיני האט ניט קיין שום ווערט ניט פאר אידן און ניט פאר גויים!
וועגן דעם דאזיגן עם הארצישן גרייז - אן אנדערש מאל אם ירצה השם.)

פאר די אלע מעשים מתועבים וואס דער רבי זכיסעיוגענעליינע… האט אנגעפירט במשך זיין גאנץ לעבן דורך זיינע געטרייע הינט (פארשטייט זיך אלץ לשם שמים) פאדערט זיך טאקע א פארסמטע הארץ. אויף א חלק פון זיי האט די משנה אפגעפסקנט ״אין לו חלק לעולם הבא״.

רבי חיים ליבערמאן זל האט נישט געהערט וועגן די פורים תורה פון די פתיחה אין די ישיבה (תשיט) אבער זיין אינטואיציע האט אים נישט גענארט ווען אינעם זעלביגן יאר האט ער געשריבן: ״ מיט חוצפה און גאווה האבן זיי געפאנגען די תורה צו רעדן אין איר נאמען״, און אז ״די גרעסטע פארברעכן פון סאטמאר איז דאס וואס זיי האבן געטוהן צו די אייגענע קינדער״ (דער רבי און דער שטן).

אויב אויף הרב קוק זצל האט דער חפץ חיים געזאגט אז ער איז ״א גאון וואס רעדט עם הארצות, א צדיק וואס רעדט אפיקורסות״ קען מען דאס זיכער זאגן אויף רבי יואליש. (הגם אז לגבי די טיטלען פון גאון און צדיק איז נאך א שטיקל ספק!).


Sent from my iPad using Tapatalk

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 11:20 pm
דורך petrishke
איך וואלט נישט גערעדט אזוי שארף
אבער די זאך איז ווערד אויסצוקלארן, און זיך נישט נאר'ן, אין וועמען גלייבט מען, וועמען טראסט מען, כלומר; וואס ווילן מיר דערגרייכן לבסוף, פאר די תוצאה פון חינוך פאר די דורות ווייטער.
זיכער נישט לייקענען די פאקט, אז באשמוצן יענעם דאס איז תורה ויראה, און בארעדן רבנים מאכט דיך פאר רשכבה''ג.

Re: Who to trust ? ווער איז באגלייבט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 12:39 am
דורך פרנס החודש
איך וואלט זייער געגליכן אויב איינער קען באשרייבן ווי אזוי די מהלך המחשבה פון די טשאלמעס האט זיך אנגעקלעבט אין סאטמאר.

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 12:48 am
דורך petrishke
כ'וואלט געגליכן איינער זאל מיר מסביר'ן, וויאזוי סאטמאר שעמט זיך נישט צו רופן ר' יואליש מיט'ן טיטול ''רבן של כל בני הגולה'' - ווען רוב פונעם כלל ישראל האט דווקא נישט מיט עהם און זיין שיטה געהאלטן בכלל.

יו נעים איט!

Re: Who to trust ? ווער איז באגלייבט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 12:59 am
דורך פרנס החודש
על שם העתיד.... אז אלע וואס וועלן זיך קלאמערן צו די מסורה וועט עס זיין נאר דורך זיין השפעה.

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 1:04 am
דורך שמעון וואלף
חברה,
מיין שעצונג פאר סאטמאר איז זייער לימיטעט, ווי מ'קען זיך איבערצייגן פון מיינע תגובות, אבער עפעס גריצעלט מיר ווען איך ליין די אשכול. ס'קוקט מיר אויס ווי אנגעווייטיגטע אידן האבן געטראפן א פלאץ זיך אויסצוגעבן און מ'פאקט אויס די באגאזשן וואס האט נישט קיין הענט און נישט קיין פיס.
ס'דא אסאך ביקורת וואס מ'קען אויסשמועסן איבער סאטמאר רב און זיין קהילה, און מ'קען דאס דורכטון אויף א העכערע לעוול.

Re: Who to trust ? ווער איז באגלייבט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 1:12 am
דורך פרנס החודש
נו אדרבה! פארוואס זענען די סאטמארע אזוי אנגעווייטאגט?


Sent from my SM-G930V using Tapatalk

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 1:12 am
דורך petrishke
שמעון וואלף האט געשריבן:חברה,
מיין שעצונג פאר סאטמאר איז זייער לימיטעט, ווי מ'קען זיך איבערצייגן פון מיינע תגובות, אבער עפעס גריצעלט מיר ווען איך ליין די אשכול. ס'קוקט מיר אויס ווי אנגעווייטיגטע אידן האבן געטראפן א פלאץ זיך אויסצוגעבן און מ'פאקט אויס די באגאזשן וואס האט נישט קיין הענט און נישט קיין פיס.
ס'דא אסאך ביקורת וואס מ'קען אויסשמועסן איבער סאטמאר רב און זיין קהילה, און מ'קען דאס דורכטון אויף א העכערע לעוול.

סאטמאר האט אויך געארבעט מיט אזא העכערע לעוול וואס דו וואונטשט דיך פון אונז?

Re: Who to trust ? ווער איז באגלייבט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 1:15 am
דורך פרנס החודש
טאקע דא דארף מען זען נישט אריינצופאלען אינעם זעלבען גרוב

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 6:27 am
דורך petrishke
פרנס החודש האט געשריבן:טאקע דא דארף מען זען נישט אריינצופאלען אינעם זעלבען גרוב

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

מיר שטעלן ווארענוג טאוולען דא...