בלאט 4 פון 37
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 11:55 am
דורך קלאר
זר זהב האט געשריבן:איך קוק עס נישט אן פאר אן אטאקע קעגן בלאט, סארי. זיי האבן געווארט א וואך מיינענדיג אז די ענד רעזאלטס וועלן שוין זיין פובליק די וואך. -- די אלע ארטיקלן וואלטן זיי געשריבן פאריגע וואך. (חוץ די מענצער בריוו)
רעדט ערוואקסען
זיי האבען געמיינט אז עס נעמט א וואך? זיי זענען היינט געבוירן?
קענסט עס אנקוקן וויאזוי די ווילסט, איך האלט אז די המון עם קוקט יא גלייך
די קענסט אפילו אנקקוען די וואלען אז וועלעסקעז האט פארלוירן?
נאר לויט דיר, וואס איז פשט וואס די גרויסע העדלייןס פין גאנצע בלעטער 'פאריגע וואך' אין דער איד?
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 11:58 am
דורך קלאר
עס איז נעריש צו מאכען א גאנצע טעמע איבער דער איד פין די וואך
איך האב עס בלויז אנגעכאפט פאר א דוגמא
נאכען ליינען דא געצילטע פאלטשע אטאקעס קעגן דער בלאט, כאילו דער איד איז עפעס בעסער
איך מיין, מען קען שוין צירוקגיין צו די נושא אין טרעפן נאך ספעלינג מיסטעיקס אין בלאט
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:09 pm
דורך זר זהב
דער איד איז סאך בעסער, סיי פון א דזשורנאליסטיק סטענפוינט און סיי מיט'ן תוכן. די נושא דא אינישט צי דער איד שרייבט פאליטיק, דאס טוט שוין דער איד די לעצטע 40 יאר. די נושא איז פארוואס אזויפיל מענער קויפן דעם בלאט ווייל די ווייב פארלאנגט עס....
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:13 pm
דורך נפתלי
זר זהב האט געשריבן:שקויעך! לאמיר קוקן, ס'שטייט 2 3 4 5 6 7 8 סוי דאס מיינט דאך 8 זייטן.....
טענו לו בחטים והודו לזכר קדשו
ער איז אפגעפרעגט ווייל ס'נאר 7 זייטן?
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:13 pm
דורך זר זהב
ווייל ס'נאר 4 אויב רעבנסטע אראפ די עדס.
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:15 pm
דורך קלאר
זייי נישט ברוגז
אבער צו ווידמען אזא קעפל מיט די ערשטע 7 זייטן צו אטאקירן אזוי גראב א קאמפעטישאן איז אסאך ערגער ווי אלע דוגמאות קעגן דער בלאט
(חוץ פין דעם וואס אלע א''ד דגמאות קען מען פינקט אזוי טרעפן אין דער איד,
איך כאפ פשוט אן א משל צו צייגן אז דיין ציהל איז בלויז פאליטיק)
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:16 pm
דורך זר זהב
זאגן דעם אמת הייסט נישט ביי מיר "אטאקירט"
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:17 pm
דורך קלאר
זר זהב האט געשריבן:ווייל ס'נאר 4 אויב רעבנסטע אראפ די עדס.
וואס זענען די עדס? זשי ענד זשי אדער א צווייטער?
וועם טראגסטו אויף א רייד?
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:17 pm
דורך קלאר
זר זהב האט געשריבן:זאגן דעם אמת הייסט נישט ביי מיר "אטאקירט"
יעדע אטאקירער טענה'ט אז ער זאגט דעם אמת
וואס האסטו מיר גענטפרט?
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:18 pm
דורך זר זהב
זאג נאר, אויב דער איד וואלט נישט געשריבן דעי וואך קיין פיפס וואלסטו ארויפגעקומען דא און זיי קאנגערטואלירט? ניין! וואלסט געטראכט/געזאגט אז זיי זענען לוזערס. יו קענט האוו איט באוט וועיס.
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:19 pm
דורך זר זהב
קלאר האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:ווייל ס'נאר 4 אויב רעבנסטע אראפ די עדס.
וואס זענען די עדס? זשי ענד זשי אדער א צווייטער?
וועם טראגסטו אויף א רייד?
נאך יעדע וואלן איז דא עדס, פארגאנגענעם וואך אינישט געווען האבן זיי עס איצט אריינגעלייגט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:24 pm
דורך נפתלי
וויסלט ווייטער פירן די שמועס איבער וויפיל זייטן ס'איז באמת דא איבער די וואלן?
אריין אין פארברענגן
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:32 pm
דורך קלאר
זר זהב האט געשריבן:זאג נאר, אויב דער איד וואלט נישט געשריבן דעי וואך קיין פיפס וואלסטו ארויפגעקומען דא און זיי קאנגערטואלירט? ניין! וואלסט געטראכט/געזאגט אז זיי זענען לוזערס. יו קענט האוו איט באוט וועיס.
סוי, דאס אז די בלאט רייסט זיך נישט אויף די וואך איז ווייל זיי האבען געטוישט זייער מיינד אז עכט האט וועלעסקעז פארלוירן?
דער איד מעג שרייבן וויפיל זיי ווילן
זיך אויפרייסן ווי קליינע קינדער אויף אזא פארנעם איז א בלויזע סעמפל אז זיי זענען היבש מער קינדעריש פין דער בלאט
אמת, זיי לייגן מער גיפט אין ליצנות, וואס דערקענט זיך אויף די ליינער אבער דאס איז בלויז א מיינוס
אגב,
איך זעה נישט פארוואס די ארבעטס אזוי שווער צו פארטיידיקען ענקער צייטונג
איך זעה נישט אז די ארונים זאל אזוי שטארק וועלן פארטיידיקען זייער צייטונג
די ס''ה
ביידע האבען גיטע אין נערישע שרייבער
ביידע קענען אטאקירן איינעם דעם צווייטען
אין ביידע האבען זיך וואס מתקן צו זיין
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:38 pm
דורך זר זהב
דער בלאט האט זיך אויפגעריסן לעצטע וואך, דער איז האט געווארט אויף מער אקוראטע רעזאלטס. -- איך פארטיידיג נישט 'מיין' צייטונג, ס'נישט מיין מער ווי ס'דיין. דאס יא איך בין אויפגעוואקסן מיט'ן איד פונעם וויגעלע, (30 יאר) אפשר קען איך עס טאקע יא רופן "מיין". און ס'נישטא וואס צו פארטיידעקן דעם איד, מער ווייניגער זענען זיי אויף גוטע רעלסן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:42 pm
דורך זר זהב
שקויעך קארל!
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:49 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
קארל האט געשריבן:עס שרייבט מיר איינער אין אישית אז ער ווייסט פאר א פאקט אז מיין "אטאקע אז ארטיקלען גייען אריין [אין דעם 'בלאט'] אן קיין הגהה איז טאטאל פאלש." ער שרייבט אז "יעדעס ווארט ווערט איבערגעקוקט דורך כאטש איין מגיה און צומאל מער."
נו, דאס וואס איך האב געשריבן אז "דער בלאט" איז נישט מגיה זייערע ארטיקלען ווייס איך נישט פאר א פאקט, איך בין דאך נישט איינגעשטעלט דארטן, איך קען נאר רעדן פון דעם אימפרעשאן וואס "דער בלאט" גיט. עס וואונדערט מיר, צום ביישפיל, וועלכער מגיה האט דורכגעלאזט די
Obama Farting Doll, וואס איז אויבן צוגעברענגט געווארן. אין לויף פון די יארן האב איך שוין געשיקט א סך בריוו און ארטיקלען צו אלע רעדאקציעס, און זייער הגה האב איך געזען בחוש. בעת "דער איד" האט די שטערקסטע הגהה אויף שפראך און גראמאטיק און "די צייטונג" אויף דעם תוכן, ווערן זאכן געדרוקט אין דעם "בלאט" ככתבם וכלשונם, מיט שינויים נאר ווען עס האט א שייכות מיט די רעדאקציע'ס פאליטישע מאטיוון.
גוט ארויסגעברענגט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:52 pm
דורך עס עפעס
לאמיר אוודאי נישט פארגעסן אז אין די זעלבע צייט פון דער איד'ס אטאקעס און פולע זייטן מיט פאליטיק, האט דער בלאט די וואך די ערשטע בלעטער ברייט געדעקט דעם העלט קעיר אורטייל, מיט פארשידענע אינטערעסאנטע באקסעלעך און אינפארמאציע
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:53 pm
דורך זר זהב
איך גלייב אז דער איד האט זיך נישט וואס צו שעמען מיט זייערע באריכטן איבער נאציאנאלע און וועלטליכע נייעס'ן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:55 pm
דורך עס עפעס
עס שרייבט מיר איינער אין אישית אז ער ווייסט פאר א פאקט אז מיין "אטאקע אז ארטיקלען גייען אריין [אין דעם 'בלאט'] אן קיין הגהה איז טאטאל פאלש." ער שרייבט אז "יעדעס ווארט ווערט איבערגעקוקט דורך כאטש איין מגיה און צומאל מער."
נו, דאס וואס איך האב געשריבן אז "דער בלאט" איז נישט מגיה זייערע ארטיקלען ווייס איך נישט פאר א פאקט, איך בין דאך נישט איינגעשטעלט דארטן, איך קען נאר רעדן פון דעם אימפרעשאן וואס "דער בלאט" גיט. עס וואונדערט מיר, צום ביישפיל, וועלכער מגיה האט דורכגעלאזט די Obama Farting Doll, וואס איז אויבן צוגעברענגט געווארן. אין לויף פון די יארן האב איך שוין געשיקט א סך בריוו און ארטיקלען צו אלע רעדאקציעס, און זייער הגה האב איך געזען בחוש. בעת "דער איד" האט די שטערקסטע הגהה אויף שפראך און גראמאטיק און "די צייטונג" אויף דעם תוכן, ווערן זאכן געדרוקט אין דעם "בלאט" ככתבם וכלשונם, מיט שינויים נאר ווען עס האט א שייכות מיט די רעדאקציע'ס פאליטישע מאטיוון.
פאלש דורכאויס! יעדער ארטיקל ווערט איבערגעקוקט פאר איר שפראך, גראמאטיק, אינהאלט, פאקטן, ציפערן וכו וכו. איך קען דיר דאס זאגן אלס א פאקט וואס כ'ווייס.
איי וועסטו פרעגן וועגן די טעותים וואס ווערן דורכגעלאזט און די פילע פארשעמנדע מיסטעיקס וואס זענען דא, דער ענטפער איז אז זיי האבן נישט די ריכטיגע מגיהים.
מגיהים זענען אבער דא, און נישט נאר פאר פאליטיק.
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:56 pm
דורך נפתלי
רעדסט אזוי פון די אבאמא פארטינג דאלל אין איינער פרעגט נאך ציניש וואס 21 איז בגמטרי'. האסט אפשר געגוגלט צו זעהן וואס דאס איז?
דא האסטו
http://www.youtube.com/watch?v=iEcXYb2xNSA
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 1:04 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
עס עפעס האט געשריבן:פאלש דורכאויס! יעדער ארטיקל ווערט איבערגעקוקט פאר איר שפראך, גראמאטיק, אינהאלט, פאקטן, ציפערן וכו וכו. איך קען דיר דאס זאגן אלס א פאקט וואס כ'ווייס.
איי וועסטו פרעגן וועגן די טעותים וואס ווערן דורכגעלאזט און די פילע פארשעמנדע מיסטעיקס וואס זענען דא, דער ענטפער איז אז זיי האבן נישט די ריכטיגע מגיהים.
מגיהים זענען אבער דא, און נישט נאר פאר פאליטיק.
אויב זענען יענע מגיהים, דארף מען טוישן די דעפיניציע פון מגיה.
מיט אזעלכע קארעקשאנס ווער דארף נאך טעותים.
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 1:07 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
[די תגובה האב איך געשריבן אין דעם פאפא-בריוו אשכול. כ'האב זיך נאך דעם געכאפט אז זי באלאנגט דא.]
וואס שייך זשורנאליזם און נארמאלקייט, שטייט "דער איד" אויף בערך דער זעלבער מדריגה ווי דעם "בלאט". "דער איד" איז אבער סך בעסער ווי דעם "בלאט" וואס שייך דעם שרעקליכן עם-הארצות מיט וואס "דער בלאט" איז אנגעפילט. (כ'האב שוין לאנג נישט געזען קיינע פון די צוויי. איך שרייב עס אויפ'ן סמך פון ווען כ'האב דורכגעקוקט די צוויי לעצט.)
ביידע זענען מיסט. "דער איד" איז אפשר נאך ראוי לאכילת כלב. "דער בלאט" איז דאס אויך נישט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 3:37 pm
דורך שמעלקא
קארל וויל רעדן בלויז פון דזשורנאליזעם און דעריבער מיין איך אז דער איד עכ"פ די וואך גייט בכלל נישט אריין אין די קאטאגאריע.
א צייטונג וואס קומט ארויס - איבערהויפט בלויז איין מאל א וואך - דארף דעקן די נייעס וואס האט פארנומען די אויבן אן איבער די וואך. אויפן אויבן אן קומט די הויפט נייעס דערנאך ווייטער אראפציר די איבעריגע קלענערע נייעס. אנשטאט דעם האט דער איד די וואך געווידמעט די ערשטע ווייסעך וויפיל בלעטער בלויז פאר א פראפאגאנדא קונטרס, און ארום גערעדט איבער אלטע נייעס וואס די זעלבע צייטונג האט שוין פאריגע וואך ברייט געדעקט.
קיין פרישע נייעס אין דעם הינזיכט איז נאך עכט נישט דא ווייל מער רעזולטאטן איז נישט ארויס געקומען, און אויב איז יא דא עפעס פרישס קומט עס אין א קעסטל א שטייגער ווי קרישקעלעך פון די וואלן נישט קיין פולע אויפרייס זייט נאך זייט ווי כאילו ס'האט יעצט פאסירט עפעס אין לויף פון די וואך זינט די פאריגע איד איז ארויסגעקומען.
עפעס האט געמוזט דרוקן פאר די אנפירער פון דער איד אז זיי האבן געשפירט פאר וויכטיג אזוי ארויס צו גיין פון די גלייזן און אוועק שטיפן אלע הויפט נייעסן פאר אביסל פראפאגאנדא.