בלאט 4 פון 110

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 1:25 pm
דורך שמואל הלוי
ברוך דיין אמת!

וואס איז געשען? הארץ אטאקע? (איך ווייס אז ער איז געווען א הארץ ליידענדער מענטש)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 1:35 pm
דורך שעפטל
מו"ה ר' אברהם מאיר יעקב ווייזער ע''ה (מסתמה בשעת'ן אויספירן א שידוך...)
לוי' 7:15 פאר'ן ביהמ"ד הגדול קרית יואל, אויפן וועג צום ביה"ח קר"י

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 1:37 pm
דורך שמואל הלוי
עטליכע וואכן צוריק (הארט פאר די דריי וואכן) האט ער חתונה געמאכט א קינד

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:06 am
דורך חד גדיא
איך האב אלע יארן געזעהן אין מעלות די היכי תימצא'ס פון "הרה"ג בעל אסוך שמן שליט"א". איך האב קיינמאל נישט געוויסט ווער דאס איז. יעצט האב איך געליינט אין דער בלאט א באשרייבונג אויף אים. ער האט געהייסן הרב שלמה אהרן ווינער און ער איז נפטר געווארן לעצטע וואך.

אין אייוועלט שרייבט טהור עיניים:
פאריגע וואך פרייטאג איז נפטר געווארן אין מאנסי א איד, א צדיק נסתר, איך זאג נסתר ווייל כאטש מען האט געוויסט אז ער איז אן ערליכער איד און א תלמיד חכם האט אבער רוב המון עם נישט געהאט קיין השגה אין די גרויסקייט פון דעם איד.

דער איד האט געהייסט ר' שלמה אהרן ווינער זצ"ל. ר' שלמה אהרן איז געבוירן אין אמעריקא מיט אכציג יאר צוריק, און איז געווען א תלמיד אין תורה ודעת און אין בית מדרש עליון אין מאנסי, ווי ער איז שוין געבליבן וואוינען. ר' שלמה אהרן איז געווען בקי בכל מכמני תורה, מיט בערך דרייסיג יאר צוריק האט ער ארויסגעגעבן א ספר אסוך שמן, א ספר אין וועלכן א ווייזט אביסל ארויס זיין גדלות בתורה, אבער אויסער אין דעם ספר האט מען דאס אין ערגעץ נישט געקענט זעהן. אויפגעפירט האט ער זיך ווי א איש פשוט מאוד, זיך באהאלטן זיינע מדרגות און מעשים טובים, אלס אנגעשטעלט אזא פנים פון א בטלן. ער פלעגט אסאך שרייבן תורה'דיגע עניינים אין דעם "מעלות" אויסגאבע, און ווען די משפחה האט אים אמאל געפרעגט אז עס פאסט נישט צו שרייבן אין מעלות, שיק עס כאטש צו די תורה'דיגע קובצים, האט ער געענטפערט אז אין די מעלות וועלן עס אסאך מער מענטשן זעהן ווי אין די תורה'דיגע קובצים.

אזוי האט ער זיך געפירט כל ימיו, נישט געוואוסט וואס דאס מיינט כבוד, שטענדיג געווען בהצנע לכת מיט א שטארקע זיסקייט. ער האט געלעבט מיט די תורה און השקפה פון זיינע רבי'ס, און האט געהאט גאר שטארקע קנאי'שע נויגונגען, וועלכע ער האט - לדבריו - קונה געווען פון ר' ראובן גראזאווסקי זצ"ל.

ר' שלמה אהרן איז געווען אן איידעם ביי הרה"ח ר' אברהם זיינוויל גערטנער ז"ל, דער לעגענדארער עסקן און חסיד'ישער איד ווען האט מערערע מאל מקדש געווען שם שמים מיט זיין ערליכע הנהגה אין יענע יארן אין אמעריקא.

באמת קען מען נאך אסאך שרייבן איבער ר' שלמה אהרן, אבער איך האב נישט צופיל צייט, נאר אזויווי איך האב געזעהן אז מען האט דאס נאך בכלל נישט דערמאנט דא, האב איך געוואלט דא מעלה זיין דעם זכרון פון אזא חשוב'ן תלמיד חכם און עובד ה'.

יהא זכרו ברוך ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

וואס נאך ווייסט דער עולם וועגן אים? דא זעה איך אז ער איז געוועהן אן אמעריקאנער איד, אבער אין בלאט שטייט אז ער איז נקבר געווארן אין "בית החיים פון סאטמאר החדש אין טאון אוו מאנרא". וואס האט ער געהאט מיט סאטמאר?

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 3:42 pm
דורך הדד בן בדד
ער האט זיך בכלל געהאלטן נאנט קיין סאטמאר, און איינער פון זיינע זוהן איז גבאי אין סאטמאר (רז"ל) ביהמ"ד סאוט 8, פארדעם האט מען אים געלייגט דארט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:55 am
דורך חד גדיא
ווי האט זיין שייכות מיט סאטמאר אויסגעקלאפט? און איז ער געווען א שארפער אנטי אדמו״ר מהר״א?

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 10:52 pm
דורך געפילטע פיש
ניעל ארמסטראנג זי"ע

בילד

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 11:07 pm
דורך שמואל הלוי
אין מאנסי איז דעם שבת נפטר געווארן העסקן ר' יעקב הורוויץ ז"ל.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 11:17 pm
דורך שמואל הלוי
געפילטע פיש האט געשריבן:ניעל ארמסטראנג

קוקט אויס ווי די לבנה קלאגט אויף די ביטערע אבידה. די לבנה איז פארכמורעט, און מיר האבן נישט געקענט מאכן קידוש לבנה.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 11:57 pm
דורך gehlungen
שמואל הלוי האט געשריבן:אין מאנסי איז דעם שבת נפטר געווארן העסקן ר' יעקב הורוויץ ז"ל.

Picture please

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:08 am
דורך שמעקעדיג
שמואל הלוי האט געשריבן:אין מאנסי איז דעם שבת נפטר געווארן העסקן ר' יעקב הורוויץ ז"ל.

א שרעקליכע אבידה פאר מאנסי. פון די גרעסטע עסקנים אין שטאט. אומצאליגע אידן ארויסגעהאלפן.
לוויה איז 12 אזייגער מוצש״ק.
יהא זכרו ברוך!

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:31 am
דורך [NAMELESS]
אין אייוועלט שרייבט איינער אז זיין זוהן מאכט חתונה מארגען. איז עס אמת??
ליינער האט געשריבן:בד"ה
זיין זון הרב אשר ישעי' האראוויץ פון ק"י מאכט חתונה א קינד מארגען

טוב ללכת לבית אבל מלכת אל בית משתה, באשר הוא סוף כל האדם והחי ייתן אל לבו

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:37 am
דורך שמואל הלוי
ראשעקאל האט געשריבן:אין אייוועלט שרייבט איינער אז זיין זוהן מאכט חתונה מארגען. איז עס אמת??
ליינער האט געשריבן:בד"ה
זיין זון הרב אשר ישעי' האראוויץ פון ק"י מאכט חתונה א קינד מארגען

טוב ללכת לבית אבל מלכת אל בית משתה, באשר הוא סוף כל האדם והחי ייתן אל לבו

פארוואס זאל עס נישט אמת זיין? קלערסט אז יענער שרייבט ליגנט?

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:50 am
דורך gehlungen
שמואל הלוי האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:אין אייוועלט שרייבט איינער אז זיין זוהן מאכט חתונה מארגען. איז עס אמת??
ליינער האט געשריבן:בד"ה
זיין זון הרב אשר ישעי' האראוויץ פון ק"י מאכט חתונה א קינד מארגען

טוב ללכת לבית אבל מלכת אל בית משתה, באשר הוא סוף כל האדם והחי ייתן אל לבו

פארוואס זאל עס נישט אמת זיין? קלערסט אז יענער שרייבט ליגנט?

He didn't mean if its true he meant to say that the tragedy is even worse for the family

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:12 am
דורך שמואל הלוי
gehlungen האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:אין מאנסי איז דעם שבת נפטר געווארן העסקן ר' יעקב הורוויץ ז"ל.

Picture please

קרעדיט "פארדינט" פון איי וועלט

בילד

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 2:08 am
דורך [NAMELESS]
א בעסערע בילד

טעות

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 2:54 am
דורך שמעקעדיג
דער צווייטער בילד קוקט עפעס נישט אויס ווי אים.

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:07 am
דורך הדד בן בדד
עס קוקט נישט אויס ווי ער ווייל עס איז נישט ער.

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:58 am
דורך שרייבער
ראשעקאל האט געשריבן:אין אייוועלט שרייבט איינער אז זיין זוהן מאכט חתונה מארגען. איז עס אמת??
ליינער האט געשריבן:בד"ה
זיין זון הרב אשר ישעי' האראוויץ פון ק"י מאכט חתונה א קינד מארגען

טוב ללכת לבית אבל מלכת אל בית משתה, באשר הוא סוף כל האדם והחי ייתן אל לבו

יא ער מאכט חתונה די וואך

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:47 pm
דורך וואוינט אין ב.פ.?
ער מאכט חתונה היינט נאכט

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 2:00 pm
דורך שמעקעדיג
שרעקליך. וואספארא פנים האט א חתונה ווען דער מחותן קען נישט זיין דארט.
דאס מיינט שבר על שבר.

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 2:48 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:שרעקליך. וואספארא פנים האט א חתונה ווען דער מחותן קען נישט זיין דארט.
דאס מיינט שבר על שבר.

א טאטע פון א חתן מעג מסתמה זיין ביי די חופה/ סעודה וכו'

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:30 pm
דורך שמעקעדיג
מיט די בגדי שבת?
און וואס איז מיטן טאנצן מצוה טאנץ מיט די ערשטע טאכטער?