ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
וואלווי
שריפטשטעלער
הודעות: 3762 זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
שליחה
דורך וואלווי » מאנטאג יאנואר 10, 2022 12:21 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: ועוד. אמאל האט מען געטון ארבעט מיט בהמות, אקסן און אייזלען, אבער די פערד זענען געווען דער "קעדילעק" פון די בהמות. זיי האבן געארבעט שנעל און מיט כח, נישט אזוי ווי אקסן, וועלכע ארבעטן זייער שטאאט, אדער אייזלעך, וועלכע האבן נישט קיין סאך כח...!
והועד בבעליו וגו'
יבא בעל הפערד ויעמוד על פערדו....
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
הודעות: 20419 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:
שליחה
דורך berlbalaguleh » זונטאג מערץ 06, 2022 2:58 am
איך האב מיך דערשראקן די וואך. אלע בעקישע אנטוערס (מאדעלס) ביי דזשי. ענד דזשי. האבן פלוצלינג (ל"ע) פארלוירן זייערע קעפ...! ביז היינט פלעגט צו זיין די אנטוערס, סיי בחורים, יונגלעך, יונגעלייט אדער גאר אלטע מענטשן מיט די לעצטע סטייל געקרייזלטע אדער גאר צופלאשעטע פיאות אדער גאר יואלי פיאות .סזעהט אויס אז די רבנים (וועלכע האבן שוין נישט געהאט קיין אנדערע דאגות. ווייל ריעל עסטעיט איז א ביסל שוואך.) האבן מעורר געוועהן אז ס'פאסט נישט אז מ'זאלל ברענגען פיקטשערס פון לעבעדיגע מענטשן (מיט קעפ)...!
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
הודעות: 20419 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:
שליחה
דורך berlbalaguleh » זונטאג מערץ 06, 2022 3:02 am
דער בלאט (אין ..."ציבור" אפטיילונג די וואך (פ' פקודי)) ברענגט א העדליין וואו..."טויזנטער אידן זענען מקבל פנים פאר כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א"... און מ'זעהט קוים א מנין. אריינגערעכנט יונגלעך...!
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461 זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
שליחה
דורך קהל'ס נער » זונטאג מערץ 06, 2022 9:24 am
berlbalaguleh האט געשריבן: דער בלאט (אין ..."ציבור" אפטיילונג די וואך (פ' פקודי)) ברענגט א העדליין וואו..."טויזנטער אידן זענען מקבל פנים פאר כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א"... און מ'זעהט קוים א מנין. אריינגערעכנט יונגלעך...!
זעיט אויס אז דער עדיטער האט פארגעסן צי צישרייבן "חלק מהקהל"...
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
הודעות: 20419 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:
שליחה
דורך berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 07, 2022 9:17 pm
א געוויסער גרויסער, וועלט בארימטער אדמו"ר האט געהאט א..."קעפעידע"... נישט צו פארן מיט אל על. די איזראעלי עירליין. פאר דעים האביך נישט קיין טענות צו איהם. איך וואלט אויך נישט געפארן מיט זיי. ווען דו (סיי ווער) וואלסט געזעהן וואס איך האב געזעהן, מייניך אז דו וואלסט אויך נישט געפארן מיט זיי. אויף וואס איך האב יא א טענה צו איהם אז ער האט געהאט א ..."קעפעידע"... דוקא צו פארן מיט לופטהאנזא. די דייטשע עירליין. מיט דעם איבערגעפארבטן האקנקרייץ...! פארשטייצעך אז ער איז געפארן פוירסט קלעס. די סטוארדעס. אנטשולדיגט. נישט קיין נשים, יא.דער סטוארד איז אריינגעקומען אין די קאבינע און געזאגט (זייער העפליך). הערר ראבינער. וויר זינד אנגעקאממען נאך אוישוויץ...ביטע אויסשטייגן...!
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
הודעות: 20419 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:
שליחה
דורך berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 07, 2022 9:26 pm
נאך א מעשה('לע) וואס איך האב מיך דערמאנט. פון אן אבסורדאלן מצב. און די תמימות פון אונזערע היימישע אידעלעך (פון דעם פריער'דיגן דור. בגן עדן תהא מנוחתם...! ומעשה שהיה כך היה. איך בין געווען איינגעלאדנט צו א ..."מאדערנע"...חתונה אין א גרויסן האטעל. פארשטייצעך בתכלית הכשרות. נאר ס'איז געווען איין פראבלעם. אלטע פוילישע גוי'טעס האבן סערווירט ביי די מענער. אונזערע באטשי'ס האבן אויפגעהויבן א קול מחאה. היתכן ..."פרויען"... סערווירן ביי די מענער. דער קעיטערער האט געזאגט. גוט. איך וועל ענק צושטעללן ..."מענער"...די מענער וואס ער האט צוגעשטעלט האבן אלע געהאט פאני טעילס און אויעררינגלעך. א טייל אין די רעכטע אויער. און א טייל אין ביידע אויערן. א סימן מובהק וואס זייער אריענטעישן איז געווען. אבער די תמימות'דיגע באטשי'ס זענען געווען צופרידן...!
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
הודעות: 20419 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:
שליחה
דורך berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 07, 2022 9:33 pm
נאך א מעשה'לע: איך בין געפארן ערגעץ אין א געגנט צווישן בארא פארק און דאונטאון ברוקלין. כ'מיין פראספעקט הייטס. איך זעה א הארדוועיר סטאר. א חסיד'ישער איד מיט א טשולנט טאפ, איז דער אייגנטומער. נאר איין פראבלעים. פארנט פון סטאר האט געפלאטערט א ריזיגער פאן מיט אלע קאלירן פון רעגנבויגן. ער האט אויסעזעהן צו זיין א תמימות'דיגער איד וואס האט נישט געוויסט וואס דער פאן סימבאליזירט. אדער אפשר האט ער יא געוויסט. נאר ער האט געוואלט צוציען די רייכע (און געי) קאסטומערס...לאל
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
הודעות: 20419 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:
שליחה
דורך berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 07, 2022 9:45 pm
אלבערט איינשטיין האט געשריבן: וואלווי האט געשריבן: נאך מער פשוטער תירוץ: א מענטש איז נישט קיין מאשין. די קאר איז געווען די ערשטע פאפולאר מאשין, האט מען עס געמאסטן בעיסד אויף די יוניטס פון די לעצטע פאפולאר פאוער פאר דעם, וואס דאס געווען א פערד.
גייט אבער צוריק צו די קשיא. פארוואס ווען די קאר וואס מ'האט ערפינדן וואס האט געהאט 120 hp גערופן הונדערט צוואנציג פערדן קראפט ווען מ'וואלט עס רואיג געקענט רופן 8 פערדן קראפט?
פראפעסאר איינשטיין: דו דערמאנסט מיך א מעשה. אמאל. פאר עלעקטריציטעט איז געווען אין באנוץ, זענען מאשינען אין די גרויסע פאבריקן געלאפן מיט דאמף. סטיעם. מ'רופט עס אויך פארע. איז געקומען א תמימות'דיגער איד פון א קליין שטעטעלע אין די גרויסע שטאט לאדזש באזוכן ביי זיין יוגנט חבר. דער חבר האט געהאט א גרויסע פאבריק מיט א סאך דאמף מאשינען. ער האט ארומגעפיהרט דעם חבר אין זיין פאבריק. און ער האט באטראכט די אלע וואונדערליכע מאשינען מיט גרויס נייגער. ער האט געפרעגט זיין חבר...,וויאזוי לויפן די אלע מאשינען זאגט איהם דער חבר...מיט פארע. רופט ער זיך אן...אה, מיט פארעה. דו פרעה האסט שווער געארבעט מיט די אידן. יעצט איז מען זיך נוקם מיט דיר. דו דארפסט ארבעטן זייער שווער...!