בלאט 4 פון 4
Re: דער שיינע בחור (ברייטע אפהאנדלונג)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 10:44 am
דורך ברוינשטיין
סמבטיון האט געשריבן:דעיס אז בחורים קלערן אויף אנדערע ווי דו ריפסט עס, אין זייער עידזש, גייט אן אין די מאסן, טענהסטו אז אסאך פון די בחורים ווערן געהארגעט דעמאלטס? שווער אזוי צו זאגן, אדער ווייס איך נישט די מציאות הדברים
הונדערט פראצענט אז יא.
איך ווייס פילע ערשטהאנטיגע מעשיות, ליידער!
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 11:23 am
דורך אלבערט איינשטיין
געהאט א חבר מיינע אין ישיבה יארן צוריק, ער האט געהייסן צו ג-ט און צו לייט, געלערנט האט ער בערך 14 שעה א טאג.
איין טאג האט א צווייטע בחור אין די ישיבה ווי איך האב געלערנט איהם געשטופט צו טוהן אביסל מעשה נבלה.... מקוה.. פארטאגס..
זייט דעמאלס איז מיין חבר געווארן גענצליך אנדערש, געלערנט האט ער קוים זינט דעמאלט.
צו איז דאס אריינגערעכנט קאליע געמאכט פאר לייף ווייס איך נישט, אבער דאס איז וואס איך האב מיטגעהאלטן.
Re: דער שיינע בחור (ברייטע אפהאנדלונג)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 11:28 am
דורך ברוינשטיין
ביי די מיידלעך איז דאס אויך דא?
אויב יא איז דאס אויף אזא פארנעם?
איז די קאנסעקווענצן ביי זיי דער זעלבער?
(איך רעדט פון מיידלעך\ווייבלעך צווישן זיך.
נישט מיט מענער)
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 11:35 am
דורך רביה''ק זי''ע
וואס גייט טאקע פאר מיט מלכה לייפער?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 11:37 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:צו איז דאס אריינגערעכנט קאליע געמאכט פאר לייף ווייס איך נישט אבער דאס איז וואס איך האב מיטגעהאלטן
דאס איז די נקודה: מ׳כאפט נישט וואס א קליינע נערוו אין מוח קען אלץ אנמאכן און אנווערטשאפטן א גאנץ לעבן. יעדע קליינע און אפגערעדט גרויסע עפיזאד פון די ענינים האט א מעידזשער עפעקט אויפן לעבן, נאר מ׳געוויינט זיך צו און מ׳מיינט אז דאס בין איך, און שוין.
ס׳דא בחורים וואס זענען טאקע יא מצליח צו לעבן מיט א ווייב - אבער - בלויז זיך נישט גט׳ן הייסט גלעבט?!
מענטשן לעבן אפ א גאנץ לעבן ׳קראנקערהייט׳ און ווייסן ניטאמאל אז עפעס פעלט זיי....
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 11:41 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
ברוינשטיין האט געשריבן:ביי די מיידלעך איז דאס אויך דא?
אויב יא איז דאס אויף אזא פארנעם?
איז די קאנסעקווענצן ביי זיי דער זעלבער?
(איך רעדט פון מיידלעך\ווייבלעך צווישן זיך.
נישט מיט מענער)
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
לא ראינו אינו ראיה, אבער כ׳מיין אז ס׳איז ווייט נישט די ציפערן ווי ביי די מענער...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 2:20 pm
דורך קידוש
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:געהאט א חבר מיינע אין ישיבה יארן צוריק, ער האט געהייסן צו ג-ט און צו לייט, געלערנט האט ער בערך 14 שעה א טאג.
איין טאג האט א צווייטע בחור אין די ישיבה ווי איך האב געלערנט איהם געשטופט צו טוהן אביסל מעשה נבלה.... מקוה.. פארטאגס..
זייט דעמאלס האט מיין חבר געווארן גענצליך אנדערש, געלערנט האט ער קוים זינט דעמאלט.
צו איז דאס אריינגערעכנט קאליע געמאכט פאר לייף ווייס איך נישט, אבער דאס איז וואס איך האב מיטגעהאלטן
בשעת'ן ליינען דערמאן איך מיך אלץ בחור איז אויך געווען א מתמיד וואס האט געלערענט שעות אויף שעות ביז איין טאג האט עס געקראכט, שפעטער איז מען געוואר געווארן
BTW די געוועזענע מתמיד זיצט נאך היינט אין שיעור ד', פרעגט נישט פארוואס.
Re: דער שיינע בחור (ברייטע אפהאנדלונג)
נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 1:16 am
דורך פרנס החודש
אזויכע נארישקייטן צו רעדן אז מ'שפילט זיך אביסל ארום און מ'ווערט
חרוב אויפן לעבן אז איינער באצווינגט איינעם איז אמת . אבער מיט הסכמה?! און וועגן דעם ווערן געי (וואס איז א דמיון כשלעצמו )?!
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
Re: דער שיינע בחור (ברייטע אפהאנדלונג)
נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 1:17 am
דורך ברוינשטיין
פרנס החודש האט געשריבן:אזויכע נארישקייטן צו רעדן אז מ'שפילט זיך אביסל ארום און מ'ווערט
חרוב אויפן לעבן אז איינער באצווינגט איינעם איז אמת . אבער מיט הסכמה?! און וועגן דעם ווערן געי (וואס איז א דמיון כשלעצמו )?!
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
איך האב נישט געשריבן אז זיי האבן מסכים געווען.
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
Re: דער שיינע בחור (ברייטע אפהאנדלונג)
נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 1:18 am
דורך פרנס החודש
איך שרייב איבער די אלגעמיינע רוח אין די נישט היימישע גאס
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
Re: דער שיינע בחור (ברייטע אפהאנדלונג)
נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 1:21 am
דורך פרנס החודש
שרייב נישט קיין מיאוסע זאכן
מנהל
נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 8:31 pm
דורך דערהויבענע איד
פרנס החודש האט געשריבן:אזויכע נארישקייטן צו רעדן אז מ'שפילט זיך אביסל ארום און מ'ווערט
חרוב אויפן לעבן אז איינער באצווינגט איינעם איז אמת . אבער מיט הסכמה?! און וועגן דעם ווערן געי (וואס איז א דמיון כשלעצמו )?!
כ'האף דו פארשטייסט אז רוב נארמאלע מענטשן האלטן נישט ווי דו, און סה''כ קענסטו אויפרעגן מענטשן ווען דו זאגסט אזוי.
גיי מאך מינומים ריסירטש, פרעג עני מענטש וואס האט שוין גענומען א פראפעסינאלע קלעס אויף די נושאים וועסטוו געוואר ווערן זאכן. פון אויסהערן אפאר מקווה שטיפערס און חתן רבי'ס וועסטו נישט וויסן די פשוט'ע מציאות.
נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 12:06 am
דורך yesiknow
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:ברוינשטיין האט געשריבן:ביי די מיידלעך איז דאס אויך דא?
אויב יא איז דאס אויף אזא פארנעם?
איז די קאנסעקווענצן ביי זיי דער זעלבער?
(איך רעדט פון מיידלעך\ווייבלעך צווישן זיך.
נישט מיט מענער)
לא ראינו אינו ראיה, אבער כ׳מיין אז ס׳איז ווייט נישט די ציפערן ווי ביי די מענער...
יתכן אז ביי מיידלעך איז נישטא אזויפיל געלעגענהייטן, זיי האבן נישט קיין דארמעטארי פון 13 - 20, ווי אויך איז נישטא קיין טבילת עזרא יעדן צופרי, און בכלל זיי וועלען זיין מער איינגעהאלטן און ווארטן אז די צווייטע (ערשטע) אנדערע זאל אנפאנגען, ענישיעטען בלע"ז, ממילא איז דאס נישט אזוי שכיח בפועל, אבער בענין איז עס פונקט אזוי דא ואכמ"ל.
Re: דער שיינע בחור (ברייטע אפהאנדלונג)
נשלח: מאנטאג יאנואר 10, 2022 8:05 am
דורך נעקסט לעוועל
ברוינשטיין האט געשריבן:ביי די מיידלעך איז דאס אויך דא?
אויב יא איז דאס אויף אזא פארנעם?
איז די קאנסעקווענצן ביי זיי דער זעלבער?
(איך רעדט פון מיידלעך\ווייבלעך צווישן זיך.
נישט מיט מענער)
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
לענ״ד איז דעי גאנצע לעסביע״ן איידיע נישט מער ווי א בלויזע אילוזיע (אדרבה אויב בינעך נישט גערעכט, ביטע אויפמערקן)
און בכלל זיי האבן ווייט נישט די תאווה אזוי ווי מענער
און על פי דרך הטבע נעמט זיי אסאך לענגער צי ווערן אנגעהיצט, ממילא איז עס כמעט נישט שייך
Sent from my iPhone using Tapatalk