בלאט 4 פון 12

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:29 am
דורך שיח ושיג
הרב איינגעמיירעט, איך גיי מיך נישט אריינלאזן אין א לענגערע אריכות אויף יעדעס ווארט וואס די האסט געשריבן צו עס איז אמת אדער נישט. די שאלה איז אבער, וואס מאכט עס אויס ביי דיר? די פילסט ווי די קענסט נהנה זיין פון דעם מענטש טראץ די אלע פראבלעמן וואס די האסט געשריבן?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:39 am
דורך משכיל
ראה בספר בינת נבונים תשע"ב מכתב שכתב ר' יצחק לעב. לר' ברוך רבינוביץ ומה שהשיב לו.י

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:10 am
דורך טעלעפאן
פאר אינטערעסאנטקייט, וואסערע פירות האט זיין ישיבה אויפן ריכטיגן-בעסטן דרך ארויסגעגעבן?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:10 am
דורך משה געציל
ווי ליה להאי שופרא מלא כשרון! ער איז נעבעך אריינגעפאלן אין א מצב וואס ציט אים צו עקסטרעמיזם אבער מיט אן אייגענארטיגן מהלך וואס איז אוממעגליך צו פרעדיקטירן. לדוגמא; עירוב אין ווילאמסבורג - ער רעגט זיך אויף די וואס פירן א קאמף דערמיט. געווענליך א מענטש וואס ציט צו עקסטרעמיזם רעכנט זיך צווישן די לוחמים. אבער נישט ר' יצחק. אים קען מען בשום אופן נישט פאראויסשאצן.

ווי אויך לעבט ער לדעתי אין עולם הדמיון. ער זעט זיך זיצן אין פרעשבורג על כסא הרבנות, און פירט מלחמות מיט די נעאלאגען. איי ער וואוינט דאך אין א פארשטיפטע ווינקל וואס במשך ווינטער זענען זיינע איינציגסטע צוהערער די פאר אידן וואס קומען א שבת צו טאבאק'ן?! די נעאלאגישע קהילה פון וואס ער רעדט, באשטייט בס"ה פון א רב מיט אפאר אלטע באטשיס וואס ווייסן ניטאמאל וואס נעאלאגיש און ארטאדקסיש באדייט?!

עס איז נישט משנה. זיין קאפ באטראכט די פאר טאבאק אורחים, ווי הונדערטער אידן וואס זענען זיך געקומען ווייקן בצילו. און די אנדערע קהילה זעט ער ווי א טעמפל וואס זייער איינציגסטער ציל איז צו פארכאפן זיינע טויזענטער אנהענגער אין די משכיל'ישע ווינט וואס בוזשעוועט דארטן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:08 am
דורך טעפל
משה געציל נאך דיין אנאליז שמעקט מיר יעצט אראפארען זעהן די זאך פון די נאנט..

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:36 pm
דורך שיח ושיג
די אמת איז אז מ'דארף טוישן די קעפל פונעם אשכול "ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א רב דקהל יראים וואודרידזש", ווי ער זאגט מיר אלס אז ער איז נישט רב אין וואדרידזש נאר אין זיין ביה"מ, אין אויך נישט "אב"ד" ווייל ער האט נישט קיין בית דין, נאר "רב הקהילה וביהמ"ד"

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:37 pm
דורך מורינו הרב
פשי, ר' יצחק לעבאוויטש דרייט זיך דא אין שטיבל? - היינט קען מען שוין גארנישט וויסן...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:39 pm
דורך שיח ושיג
מורינו הרב האט געשריבן:פשי, ר' יצחק לעבאוויטש דרייט זיך דא אין שטיבל? - היינט קען מען שוין גארנישט וויסן...

ער דרייט זיך נישט דא, אבער איך וועל אים איבערגעבן אלעס וואס מ'רעדט דא...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:41 pm
דורך משה געציל
הארץ און גערן. קענסט אים איבער געבן אז משה געציל פון קאווע שטיבל האלט אז ער לעבט און עולם הדמיון.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:43 pm
דורך שיח ושיג
משה געציל האט געשריבן:הארץ און גערן. קענסט אים איבער געבן אז משה געציל פון קאווע שטיבל האלט אז ער לעבט און עולם הדמיון.

איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז וועגן דעם טארסטו נישט רעדן אקעגן אים, אדרבה פונעם ריבוי הדעות וועט ארויסקומען א קלארקייט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:43 pm
דורך איך אויך
געבט אויך איבער זיין ריאקציע.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:45 pm
דורך מורינו הרב
פרינט אים ארויס דעם אשכול (אדער שיק אים א לינק - הא קנאוס), און זאל ער אפשרייבן א לענגס און א ברייטס מיט זיין מיינונג, און מען וועט עס מפרסם זיין דא.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:46 pm
דורך שיח ושיג
מורינו הרב האט געשריבן:פרינט אים ארויס דעם אשכול (אדער שיק אים א לינק - הא קנאוס), און זאל ער אפשרייבן א לענגס און א ברייטס מיט זיין מיינונג, און מען וועט עס מפרסם זיין דא.

איך קלער דערפון, א גוטער פלאן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:13 pm
דורך אויס מענטש
משכיל האט געשריבן:ראה בספר בינת נבונים תשע"ב מכתב שכתב ר' יצחק לעב. לר' ברוך רבינוביץ ומה שהשיב לו.י

קענסט ארויף לייגן א לינק

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:36 pm
דורך גנדי
reb yitschok lebovits(woodridge rabbi) goinng nuts

http://youtu.be/OLGYhabvLWs

I tried to embed the vide here, but didnt work, can anyone help

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:42 pm
דורך ונבנתה העיר
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=OLGYhabvLWs[/youtube]

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 10:53 am
דורך שיח ושיג
דברי הספד והערכה אויף הרה"ג ר' ישראל יצחק דאמב זצ"ל 718-906-6428 #4 #86

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 9:02 pm
דורך berlbalaguleh
שיח ושיג האט געשריבן:דברי הספד והערכה אויף הרה"ג ר' ישראל יצחק דאמב זצ"ל 718-906-6428 #4 #86

איך ווייס נישט וואס די דברי הערכה זענען געווען אבער איכ'ל געיבן מיין אייגענע הערכה פון דעים ביסל אינפארמעישן וואס כ'האב געהערט און געליינט. ס'איז אוועק א יוד וואס איז געווען א תלמיד פון גרויסע רעבעס (אין לערנען און חסידות) וואס האט געהאט א לויזע צונג און האט בארעדט און באשמוצט אלע רביים ואדמורי"ם בכלליות. און האט זיך אויסגעדרוקט אויף א זייער נישט שיינעם און איידעלען אופן. ער האט אללעס געפסל''ט און א יעדן געאסר'ט. און אליין האט ער פארקויפט און געהאנדלט מיט צלמים און כל מיני עבודה זרה. ער האט געגעבן צדקה אויך. ספעציעל פאר די נטורי קרתא צוועקן. אויפ'ן חיצוניות פון גוף האט ער נישט אויסגעזעהן ווי איינער וואס פאסט תעניתים משבת לשבת. ער האט געקענט זיין פריינטליך אויכעט אויף א פערזענליכן אופן און ר'איז (מסתמא) געווען א בעל מכניס אורח אויך..

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 11:20 am
דורך שיח ושיג
ס'איז נישט דא דעס פלאץ צו רעדן פון הרב דאמב עס דארף זיין פאר דעם א באזונדערע אשכול, אבער כדי נישט צו נענש ווערן אויף הערן ווי מ'איז מבזה א יוד א ת"ח מופלג ויחיד מומחה בעניני יהדות מיז איך מוחה זיין. אז עס איז דא זאכן וואס די האלסט אנדערש ווי אים ווערט ער נישט פסול, אין מ'דארף אים נישט אזוי אראפרייסן. פרעג דיך נאך אביסל ווער ער איז געווען, אויסער די חלק הפאליטיק אין אוועקמאכן אנדערע.

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 12:14 pm
דורך berlbalaguleh
שיח ושיג האט געשריבן:ס'איז נישט דא דעס פלאץ צו רעדן פון הרב דאמב עס דארף זיין פאר דעם א באזונדערע אשכול, אבער כדי נישט צו נענש ווערן אויף הערן ווי מ'איז מבזה א יוד א ת"ח מופלג ויחיד מומחה בעניני יהדות מיז איך מוחה זיין. אז עס איז דא זאכן וואס די האלסט אנדערש ווי אים ווערט ער נישט פסול, אין מ'דארף אים נישט אזוי אראפרייסן. פרעג דיך נאך אביסל ווער ער איז געווען, אויסער די חלק הפאליטיק אין אוועקמאכן אנדערע.

אויב דער חלק הפאליטיק רעכנט אריין באשמוצן און שעלטן אלע גדולי ישראל, דאן פאלן אוועק אלע אנדערע מעגליכע מעלות. פונקט אזוי ווי זיי בארימען זיך וואספארא מכניס אורח משה הירש איז געווען. וואספארא אפענע שטוב ער האט געהאט , וואו צענדליגע בעלי תשובות האבן זיך געדרייט א יעדן שבת. דאס אלעס פאלט אוועק אויב דער צענטראלער פערזענליכער התנהגות טויג נישט. קושן זיך מיט א מאסן מערדער און בארעכטיגן זיינע מעשים תעתועים וועגט איבער אלע מעלכע אנדערע מעלות וואס ר'האט אפשר געהאט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 5:15 pm
דורך שיח ושיג
ארויסגעקומען א קונטרס "שנו מדותי" פון הרב יצחק לעבאוויטש, מלוקט פון שיעורים וואס ער האט געזאגט אויפן סאטמאר רב זצ"ל

נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 5:23 pm
דורך ישמעאל הכהן
מאכסט א טעות, זיין ספר איז אויפן סאקמאר רב

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 12:00 am
דורך ידען
ווארט פון הרה"ג וואדרידזשער רב לכבוד די יארצייט
סאטמאר רב האט איבער געלאזט א תורה שלימה פון תורות און שיחות און זיינע חסידים האבן געמאכט פון דעם שטותים מיט לאקשען
דער ליבאוויטשער האט איבער געלאזט שיחות, מאמרים, שטותים מיט לאקשען און זיינע חסידים האבן געמאכט פון דעם א תורה שלימה