בלאט 4 פון 5
Re: מענטשן וואס שלאגן כפרות מיטן סיסטעם
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 2:15 am
דורך ברוינשטיין
ר' יואל ראטא שלאגט כפרות מיטן סיסטעם!
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 3:16 am
דורך דערהויבענע איד
ברוינשטיין האט געשריבן:ר' יואל ראטא שלאגט כפרות מיטן סיסטעם!
יאפ...פארשטייט זיך אויך מיט אלע זיינע תלמידים, און אידן וואס זענען עוסק אין הפצה.
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 3:22 am
דורך דערהויבענע איד
איך וואלט געזאגט אז אסאך זינגער'ס און קאמידיענס שלאגן כפרות מיט'ן סיסטעם. איך קען נישט אנדייטן פונטקליך וואס, אבער עפעס אבויאיט ליפא, מיכאל, בערי, יואלי לעבעוויטש, און אפילו יעקב יוסף לאנגזאם, זעט אויס ווי זיי לעבן זיך אין דער אייגענע וועלטל, אן טראכטן מה יואמרו הבריות.
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 10:57 am
דורך yesiknow
מיר דאכטזיך אז זינגערס טראכטען טאג אין נאכט אין די סוגיא פון מה יאמרו הבריות
Re: מענטשן וואס שלאגן כפרות מיטן סיסטעם
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 11:07 am
דורך נעקסט לעוועל
דער גערע זינגער... נא.. כ'געדענק נישט זיין נאמען...
וואס איד געגאנגען זינגען ביי ר' שאול, האט געשלאגן כפרות מיט גער, און מיט די סטיגמא אז מקעניש פייפן אויף א חסידות
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 11:23 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
אונז אלע קענען און דארפן שלאגן כפרות מיט’ן סיסטעם: דהיינו דו קענסט ווייטער שיקען דיינע קינדער אין די סיסטעם מוסדות און אפילו טאנצען מה יפית פאר דיין רעבע - C/O - אבער דיין דעת דיין שכל ביסטו נישט מחויב צו געבן, איינס פון די עקרי העקרים וואס די סיסטעם פארלאנגט איז אז דו זאלסט נישט טראכטען אנדערש פון זיי און אלעס וואס די פירער’ס פארלאנגען איז קודש קדשים, און ווען זיי הייסען עפעס איז עס א מצוה און פארקערט איז א עבירה, אויף דעם ביסטו נישט מחויב צו בייגען דיין דעת.
#קאווע שטיבל על רגל אחת
מענטשן וואס שלאגן כפרות מיטן סיסטעם
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 11:38 am
דורך נעקסט לעוועל
נעקסט לעוועל האט געשריבן:דער גערע זינגער... נא.. כ'געדענק נישט זיין נאמען...
וואס איד געגאנגען זינגען ביי ר' שאול, האט געשלאגן כפרות מיט גער, און מיט די סטיגמא אז מקעניש פייפן אויף א חסידות
Sent from my iPhone using Tapatalk
אה .... כהאמער דערמאנט, ישראל ווערדיגער
IMG_0788.jpg
Sent from my iPhone using Tapata
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 12:31 pm
דורך קאמארנער
כ'ווייס נישט פונקטליך מיט וועלכן סיסטעם און שלאגן שלאגט ער אוודאי נישט אבער אברעימל פריד איז זיכער אן אייגענארטיגע פערזאן וואס גייט זיך זיין וועג אן געבן א דין וחשבון פאר קיינעם.
פריד איז א ערליכע איד א מדקדק בקלה כבחמורה אבער זינגט פאר מיקס און פאר פרייע אודיענץ און זינגט דואטס מיט אביב גפן און רמי קליינשטיין, מיט זיין לאנגע שטאלצע בארד ווערט ער אויפגענומען מיט ענטוזיאזם ביי די גרעסטע פרייע פלאטפארמעס און פארשפרייט ליבע און פרייד מיטן חבדסק'ן חן ביי אלע קרייזן און סעקטארן.
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:22 pm
דורך סמיילי
פארוואס רויב עולם וויל נישט זיין און די סיסטעם. אבער 90% גייט מיט די סיסטעם.
למה?
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:29 pm
דורך קהל'ס נער
סמיילי האט געשריבן:פארוואס רויב עולם וויל נישט זיין און די סיסטעם. אבער 90% גייט מיט די סיסטעם.
למה?
1. פיער פרעשור
2. פיער אוו די אנקנאון
Re: מענטשן וואס שלאגן כפרות מיטן סיסטעם
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:34 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קהל'ס נער האט געשריבן:סמיילי האט געשריבן:פארוואס רויב עולם וויל נישט זיין און די סיסטעם. אבער 90% גייט מיט די סיסטעם.
למה?
1. פיער פרעשור
2. פיער אוו די אנקנאון
דו מיינסט צו זאגן פיער אוו די קנאון! נישט די אנקנאון' שידוכים, מוסדות, וכו'
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
Re: מענטשן וואס שלאגן כפרות מיטן סיסטעם
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 5:50 am
דורך פרנס החודש
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:סמיילי האט געשריבן:פארוואס רויב עולם וויל נישט זיין און די סיסטעם. אבער 90% גייט מיט די סיסטעם.
למה?
1. פיער פרעשור
2. פיער אוו די אנקנאון
דו מיינסט צו זאגן פיער אוו די קנאון! נישט די אנקנאון' שידוכים, מוסדות, וכו'
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
ניין, דווקא די unknown די סיבה פ"וו מענטשן קענען נישט איבערקומען די אזויגערופענע פראבלעמען מיט מוסדות וכולהו, איז וועגן א טיפערע fear of the unknown.
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:05 am
דורך קאמארנער
איך האב אריינגעטראכט אביסל און איך וויל שלאגן כפרות מיטן שלאגן כפרות מיטן סיסטעם.
ווער זאגט אז 'שלאגן כפרות מיטן סיסטעם' איז דאס בעסטע? איך זעה אסאך א גרעסערע חכמה אין מענטשן וואס שלאגן נישט כפרות מיטן סיסטעם נאר טרעפן זייער אייגענע אייגענארטיגע פלאץ אינערהאלב די סיטעם. אראפצוווארפן א עול איז אסאך גרינגער ווי צו אויפבויען זיך און טרעפן די ריכטיגע באלאנס אינערהאלב די 'סיסטעם'.
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:09 am
דורך קרעטשמער
מנשה ליסטיג איז אן אינטרעסאנטע מענטש וואס איז געהעריג אין אונזער סיסטעם, אבער נאך ווי א סיסטעם און טוט וואס ער וויל. ער איז א הייסע חסיד פון זיין רבי'ן און שישקעט ווען איינער רעדט בשעת'ן טיש, און אינדרויסן איז ער א אקטיאר אויף מאוויס און גיבט אינטערוויאס פאר פרייע וועבזייטעלעך, גיבט ארויס ביכער וואס איז מסתם מער פאפולער אין די פרייע וועלט ווי ביי אונז חסידים. פאוסט געהעריג אויף פעיסבוק און טוויטער. (און געוויסע פאוסטס וואס מען וועט נישט זען ביי נארמרלע פרומע חסידים)
עס איז ביי מיר א שוערער וויאזוי אזא פארמאכטע און קאנטראלירטע פלאץ ווי סקווירא לאזט אים טוהן וואס ער וויל.
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:18 am
דורך נעקסט לעוועל
קרעטשמער האט געשריבן:מנשה ליסטיג איז אן אינטרעסאנטע מענטש וואס איז געהעריג אין אונזער סיסטעם, אבער נאך ווי א סיסטעם און טוט וואס ער וויל.
דעיס איז עקזעקטלי וואס @קאמארנער זאגט.
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:25 am
דורך געדאנקן
ר' יואל אשר לאבין
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:32 am
דורך נעקסט לעוועל
געדאנקן האט געשריבן:ר' יואל אשר לאבין
וואס טוט ער?
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:48 am
דורך היכי דמי
מרדכי צבי (מארדי) גץ - א גרויסע ביזנעסמאן און בעל צדקה, אינוואלווד אין עטליכע ארגאניזאציעס און דאך האט ער גענומען א לינקע אקטיוויזם אויף סאשעל מידיע און זאגט וואס ער האלט אן מורא פון סיי וועם. ער כאפט צוריק פון אלע זייטן אבער שטעלט זיך נישט אפ. אינטערסאנט צו אנמערקן אז ער האט בר מצוה געמאכט צוויי וואכן צוריק און עס איז געוען געדעקט אין אלע אויסגאבעס אפילו אין די עקסטרעמע דער בלאט איז געווען א נייעס באריכט איבער די בר מצוה.
ליפא שמעלצער - געשלאגן די סיסטעם מיט א גרויסע שטעקן ווי קיינעם בעפאר! ער איז עד היום הזה פארהאסט ביי רוב פרומע חסידים אויף די היסטארישע טוישונגען וואס ער האט געברענגט אין אונזער געמיינדע ספעציעל אין די מוזיק אינדוסטרי. ער האט געכאפט די פעטש פאר אלע היינטיגע זינגער. ער האט זיי געעפענט די וועג צו פולע זאכן וואס איז אמאל נישט געווען בנמצא ביי אונז ווי מוזיק ווידאוס, קאנצערטן, אא"וו. (קען זיין איך בין נישט גערעכט אבער עכ"פ מיין קליינטשיגע מיינונג גיבט אים אויך די קרעדיט פאר פולע טוישינגען אין די קליידונג אינדוסטרי ווי ער איז געווען א נחשון אריינצוברענגן געוויסע סטילס וואס איז היינט א נארם ווי למשל: סאמעט אויף די בעקיטשעס, פענסי טלית בייטלעך, פענסי בעקיטשעס, איך האב א קאזין א באם וואס איז נאך סטאק מיט די באמישע זאכן פון ווען ער איז געווען אין ישיבה, און עד היום הזה ווען ער גייט צו G&G בעט ער פאר א ליפא בעקיטשע... )
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 12:38 pm
דורך קאמארנער
דער געץ האט מיך פארלוירן מיט די קאראנע מסירות זיינע. אן עקל.
(און א געוויסע וועג האט ער און זיינס גלייכן מיך צוריקגעשטיפט צו די הענט פון די 'סיסטעם'. מיט אזוינע אויבערחכמים ווייס איך שוין נישט וואס איז בעסער..)
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 12:07 am
דורך אונטער חכם
טאמבל סאס האט געשריבן: איך האב מיך באקענט מיטן ברייערוואד קרעמל דורכן וואטשן די לעצטיגע נייע 'דיפרענט פערספעקטיווס' יוטיוב טשענל. הילאריוס.
וואסערע טשענעל? אפשר געסטו א לינק?
וואס מיינט שלאגן כפרות?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:22 pm
דורך ויש לומר
אין מיינע אויגן איז די גרעסטע לויב ווערטער וואס מען קען זאגן אויף א מענטש איז אז ער איז אן originalist!
רוב מענטשען זענען פראגמארירטע ראבאטן, בבחינת "זאג מיר אין וועלכע חדר די האסט געלערנט אין איך וועל דיר זאגן וואס די האלסט".
איינער וואס טראכט אליין איז אן אמת'ן ארגענעלן מענטש.
ער קויפט נישט וואס יעדער קויפט,
אבער קויפט זאכן וואס קיינער קויפט נישט,
ער גייט נישט וואו יעדער גייט,
אבער גייט וואו קיינער גייט נישט,
ער טראכט נישט וואס יעדער טראכט און עס גיסט זיך אריבער אויף אלע זיינע מעשים טאג טעגליך.
שלאגן כפרות מיטן סיסטעם מיינט נישט זיין א מוצלח,
ניין עס מיינט נישט ברעכן אלע גדרים און הגבלות,
אין אויך נישט מוצא חן זיין ביי אנדערע.
עס מיינט אליין מחליט זיין וואס איך טו, טראכט, און זאג.
קוק ארום אין דיין סביבה וועסטו זעהן אפאר (שטילע) מענטשען וואס גייען זיך זייער וועג און לעבן אן אמת'דיג לעבן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 10:43 pm
דורך קל וחומר
קאמארנער האט געשריבן:דער געץ האט מיך פארלוירן מיט די קאראנע מסירות זיינע. אן עקל.
(און א געוויסע וועג האט ער און זיינס גלייכן מיך צוריקגעשטיפט צו די הענט פון די 'סיסטעם'. מיט אזוינע אויבערחכמים ווייס איך שוין נישט וואס איז בעסער..)
געץ האט מיר דווקא געטראפן אין קאראנע.
לחרוב עולמי יצאתם? חזרו למערתכם.
א מגפה בושעוועט, רבנים שווייגן, און אפאר רעבעלעך מאכן מנינים צו פארשפרייטן די מגפה.
הלוואי זאלן מיר האבן נאך צען אזאנע געץ'ן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 11:46 pm
דורך קאמארנער
זאג מיר, נאר מניינים פארשפרייטן קאוויד אדער אויך ספארט, שווימען, קאנצערטן, נאכט קלובס, ביטשעס און נאך?
איר זענט ערנסט סטאק, האלא! ווער פארשפרייט מגיפות? אלעס איז אפען ברייט, יעדער חוזק'ט אפ פון די רעגולאציעס וואס טוישן זיך יעדער מינוט הכל כפי וואס די מידיע פולעוועט און וואס עס לוינט זיך פאליטיש, היינט איז יעדער מודה אז בעצם ווייסן מיר נישט גארנישט איבער דעם קאוויד און אלע טאפן א וואנט. אלא מאי, נעם אזא בעלזער רבי מיט א ווייטע בליק וואס האט דאס שוין גלייך איינגעזען פון אנפאנג און געשטאנען פעלזן פעסט אז די מוסדות און בתי מדרשים דארפן בלייבן אפן פונקט ווי די גויים זענען געשטאנען פעסט אויף זייערע נאכט קלובס, און די פאר נעבעכדיגע געצלעך זענען געבליבן אפגעחוזקט נאכטאנצנדיג די 'הייליגע' רעגולאציעס וואס טוישן זיך און א ליאדע מינוט, ווען ס'ווענדט זיך ווען אין זיי וואלטן אונז אלע נאך געווען פארהאקט אינדערהיים מיטן מאסק איבערן נאז..