וואו קומט דא אריין די פסוק?? די אידן זענען סתם אזוי נישט שולדיג דא, די אידן האבן נאר געליטן אלע יארן פון אוקריינע רשעים. ער רעדט פון די אוקריינישע גוים.
אוי איז 'דזשאן קערי' געווען גערעכט, ווען ער האט זיך אויסגעדריקט אין די ערשטע טעג פון די מלחמה, אז ער האט מורא אז די קריג זאל אוועקנעמען די וועלט'ס פאקוס פון גלאבאלע אנווארעמונג, און ווי ס'קוקט אויס איז דא פארווירקליכט געווארן די גמרא אז זינט די חורבן הבית איז נבואה איבערגעגעבן געווארן פאר שוטים, און וואס א טאג לענגער די שלאכטן ציען זיך, אלץ מער טוט די לינקע אפגאט, קלימאטן טויש, אפשטארבן.
'פוטין' האט מיט אינוואדירן 'אוקריינע', באוויזן צו מאכן, דאס וואס די רעכטע אין 'אמעריקע' שרייען שוין לאנג אז 'אייראפע' זאל טון, נעמליך זיך באפרייען פון רוסישע גאז און אויל, די EU האט זיך געטראפן געבינדען די הענט, בנוגע סאנקציעס, ווייל 'רוסלאנד' קען יעדע ליאדע מינוט צושפארן די וואלוו פון די גאז פייפ, און א האלב 'נאטא' פריזט אפ צום טויט, וויאזוי איז מען צוגעקומען צו אזא מצב, ווייל די לינקע אריבער דעם אטלאנטיק, פונקט ווי די לינקע דא אינדערהיים, גייען ראטעווען די פלאנעט דורכ'ן אפשפארן די מערסט עפעקטיווסטע קוועלער פון ענערגיע, און מ'גייט גיין גרין.
די בעיה איז אבער אז די ריינע ענערגיע איז נאך גרין רוי, און ס'נישט גענוג צו אנווארעמען דאס הויז, מוז מען צירוקגיין צו די פארפיינטע גאז אבער מ'האט דאך ציגעזאגט פאר די וויילער נישט צו, מוז מען גיין שאפינג אין אויסלאנד, צו א לאנד וואס האט נישט קיין פראבלעם צו טון וואס איז גוט פאר ביזנעס, און די בעסטע קאנידאט פאר דעם האט מען געטראפן אין די פארפרוירענע מאמע רוסלאנד, ווי דער דיקטאטור פוטין האט נישט קיינע רחמנות אויפן וועטער, און גראבט נאטירליכע גאז קוועלער אנע זיך אפשטעלן, אזוי האבן זיך די גרעסטע אייראפע'שע מאכטן געטראפן פאר'משכונ'ט צום רוסישן בער.
ווען די רעכטע אין 'אמעריקע' פון פרעזידענט טראמפ ביז סענאטאר קרוז, האבן געשריגן אז דאס איז נישט קיין גוטע פלאן, און אז ס'איז א וועג צו א קאטעסטראפע, האבן די סאציאליסטן זיך אויסגעלאכט, יעצט נאכן צאלן די העכסטע פרייז, און היסטאריע, ביים געז פאמפ איז די שמייכל אויסגעמעקט געווארן, אבער יעצט איז שוין אביסעלע שפעט, נישט צו שפעט, און דעריבער האבן די אייראפע'ר גענומען שריט זיך צו באפרייען פון די רוסישע יאך, און איינס ביי איינס האבן די לענדער געמאלדן אז זיי גייען צירוק אנהייבן גראבן פאר גאז און אויל, דאס איז אבער א פראצעס וואס נעמט א שטיק צייט, גייט מען דארפן ווארטן און לאזן 'אוקריינע' צושמעטערט ווערן, אזוי ביני לביני האט מען זיך געטראפן אז 'פוטין' געראטעוועט די וועלט פון צושמאלצן ווערן פון גלאבאלע אנווארעמונג.