בלאט 4 פון 8

Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 5:25 pm
דורך מנשה לוסטיג
מ'שרייעט נישט ווען ער פאלגט נישט, און מ'געבט נישט קיין פעטש. דאס איז די גראבע טעות. דאס גאנצע רוגזה אויף דעם דבר אח''ר איז דאס אז ער האט פארשלעפט א שיין ביסל בחורים פון די גלייכע וועג, און היינט זיי געלאזט אויפן וואסער, א טייל האט מען שוין ב''ה געראטעוועט, א טייל זענען אויף די גאסן, און דאס האט ער נישט געטון בתיאבון נאר להכעיס.

ווידער איך, בין מודה על האמת אז כ'טוה נישט אלעס און קיינער זאגט מיר גארנישט, ווייל איך ברעך נישט אויס מיינע עבירות אין צענטער פון שטעטל, און גרופיר נישט קיין בחורים און יונגעלייט פארקערט פונעם סביבה.
אויך איך האב געדאווענט אין דעם האוים, אויך ער וואלט געקענט ווייטער דאווענען אין דעם האוים, ווען נישט ער זאל מאכן דעם שטינק, און שלעפן בפומבי מענטשן אהין, וואלט גארנישט געווארן א רוגזה צווישן די הייסע..
און באמת איז דאס שוין געווען די מכה בפטיש, נאך יארן וואס ער האט ליב זיך צו רייצן, און למעשה בין איך געווען אינעם בילד און כ'ווייס די אמת. יעדע זאך האט א גבול. ווילסט פישן! נישט אקעגן די ווינט..

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 5:08 pm
דורך ראש המדברים
טעלעפאן האט געשריבן:
nescafe האט געשריבן:.דערווייל בין איך אויפן וואסער

איך זיך א חסידות וואס איך וועל קענען זאגען פאר מיין בחורל ‘ אויב די וועסט לערנען און דאווענען פלייסיג אין
די וועסט זיך אפהיטען פון עבירות, וועלן מעגליך די ראשי הקהלה דיר אויפנעמען פאר די נעקסטע רבי, נאכן 120 פונעם רבי‘ן שליט"א

1


גם אני מצטרף. איך זוך....


ביז 10 יאר צוריק איז דאס געווען די טענה פון די ליטאים, אבער ביי תלמידי בעש"ט האט מען אנדערש געהאלטן אז א קינד פון א רבי האט א קדושה מיום לידתו, אמת אז ליידער אסאך גייען נישט אויפ'ן דרך האבות, אבער דער מציאות איז אז א שיינע ביסל בנש"ק האבן זיך אפגעהאלטן צו טוען עבירות אבער נישט בגלוי אדער תשובה טוען בגלוי, ווי דער המון עם.

דער עיקר וואס מיר דארפן אריין באקן אין די קינדער איז, אן לערנען איז א מענטש גארנישט ממש גארנישט, אבער איינער וואס לערנט יומם ולילה און איז זיך ממית באהלו של תורה און ער איז א בנש"ק איז ער אין אסאך א גרעסער מדריגה ווי א פשוטער איד, ווייל זכות אבותיו מסייע, און ווי דער שפת אמת האט גענפערט איך בין געבורן אויפ'ן בארג, אבער אז א ווינט בלאזט מיר אראפ פון בארג איז אסאך ערגער ווי איינער וואס איז נישט געבורן אויפ'ן בארג, דאס דארף מען שטארק חזר'ען פאר די קינדער תורה איז נומבער איינס און טאמער איז דא תורה איז זכות אבותיו מסייעתו

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 5:46 pm
דורך ידען
בנשקלעך האבן א קדושה מיום לידתו? ווי דרייסטו זיך? איך וויל זיי טרעפן.

און זכות אבותי איז מסייעתו מיינט אויך יעדע איד וואס האט ערגעץ עלטער עלטער זיידעס וואס וועלן איהם מסייע זיין.

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 7:48 pm
דורך Shmilly

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 5:11 pm
דורך ציבעלע-קיגל
איך בין אליין א רבי

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 7:57 pm
דורך לאדיך אפ
Shmilly האט געשריבן:פאפא

וועלכע?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 12:20 am
דורך gehlungen
לאדיך אפ האט געשריבן:
Shmilly האט געשריבן:פאפא

וועלכע?


The other one

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 9:38 am
דורך gehlungen
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:איך בין אליין א רבי

I am really not jealous at all

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 11:06 am
דורך דולה ומשקה
gehlungen האט געשריבן:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:איך בין אליין א רבי

I am really not jealous at all


ווען איהר גייט כאפען אייער MID-AGE CRISIS גייט איהר שוין יענעם איינמאל גוט מקנא זיין.

אלענפאלס, אויב איז מען אליין א רבי געהערט מען נישט צו קיין חסידות?
ווי אזוי האט די ליבאוויטש'ע רעבעצין חי' מושקא ע"ה געזאגט: "דער טאטע'ס טלית און תפילין באלאנגט צו די חסידים, ווייל דער טאטע זעלבסט באלאנגט פאר די חסידים". ס'איז א טיף ווארט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 6:15 pm
דורך מ גפני
ר' מוטה פראנק

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 7:14 pm
דורך פאזעטיוו
ראדזין

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 2:11 pm
דורך קאווע טרינקער
מ גפני האט געשריבן:ר' מוטה פראנק

פון פעיסבוק?
מה טיבו?
וואס איז זיין דרך?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 2:59 pm
דורך שעפטל
ספינקא
(לאמיך זעהן ווער ס'גייט די ערשטע טרעפן וועלעכע - הינט: ארץ ישראל אריינגערעכנט)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 3:04 pm
דורך שמואל הלוי
ספינקא בני ברק?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 3:52 pm
דורך שעפטל
מוז נישט זיין טאקע פון אר"י, די אויסוואל איז נאר גרעסער...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 4:00 pm
דורך שמואל הלוי
מיי נעקסט געס; ר' אייזיק מספינקא (תולדות צבי)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 4:48 pm
דורך שעפטל
שמואל הלוי האט געשריבן:מיי נעקסט געס; ר' אייזיק מספינקא (תולדות צבי)

כ'ווייס נישט צו כ'מעג אזוי שרייבן, אבער האסט מיך פארשעמט!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 5:34 pm
דורך שמואל הלוי
אוי וויי איך בעט דיך שנעל איבער, און גלייכצייטיג ציטער איך שוין צו גיין ווייטער טאמער איך וועל דיר ווייטער פארשעמען.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 6:58 pm
דורך shas
ברסלב

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 3:19 pm
דורך שמואל הלוי
שעפטל האט געשריבן:ספינקא
(לאמיך זעהן ווער ס'גייט די ערשטע טרעפן וועלעכע - הינט: ארץ ישראל אריינגערעכנט)

איך בין שוין אינגאנצן צומישט...

פון דא איז משמע אז דו ביסט א בעלזער גאר.

ווידער פון דא און די נאכפאלגענדע תגובות איז משמע אז דו ביסט א סאטמארער (מהר"א)

דאס איז אבער זיכער אז א באבוב'ער ביסטו נישט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 3:40 pm
דורך שעפטל
שמואל הלוי האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:ספינקא
(לאמיך זעהן ווער ס'גייט די ערשטע טרעפן וועלעכע - הינט: ארץ ישראל אריינגערעכנט)

איך בין שוין אינגאנצן צומישט...

פון דא איז משמע אז דו ביסט א בעלזער גאר.

ווידער פון דא און די נאכפאלגענדע תגובות איז משמע אז דו ביסט א סאטמארער (מהר"א)

דאס איז אבער זיכער אז א באבוב'ער ביסטו נישט

:lol:

יעצט אזוי ווי דו שרייבסט עס איז מיר טאקע בייגעפאלן אז ס'קען טאקע זיין ביי איינעם אלע דריי.... (נישט ביי מיר גראדע..)
א חסיד פון בית יצחק (ר' אביש) וואס זיין רבי איז א חסיד פון סאטמאר (מהר"א) און ר' אביש איז געווען פון די ערשטע רבנים לעצטענס וואס זענען געגאנגן צו בעלזא...

(שוואך??? )

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 8:15 pm
דורך מ גפני
קאווע טרינקער האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:ר' מוטה פראנק

פון פעיסבוק?
מה טיבו?
וואס איז זיין דרך?

נישט נאר אויף פעיסבוק, מען קען הערן און זען זיינע דרשות און אויסערגעווענטליך בע'טעמ'טע שמועסן אויף קול הלשון אדער דא http://www.mota.breslev.org

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:35 pm
דורך itsnotme
רבינו יואל ראטה שליט"א