נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 1:22 am
אדרבה, צייג מיר אהן לינקס וואו ער אדרעסירט מיין שאלה און קלארט עס אויס. האסט געשריבן אז די ווידיא וועט מיר מאכן "אסאך" קלארער, דערווייל האט עס מיר נאר געברענגט פרישע קשיות מיט שוואכע תריצים.
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=15233
איך וואלט געלייגט די אווערנייט קוגל פאר די וויין, דערנאך מיידלעך וכו'טאמבל סאס האט געשריבן:וואס איך פארשטיי נישט איז:
פארוואס גיהנום מעג מען אויסמאלעווען כלערליי שרעקעדיגע דעסקריפשענס און פייניגונגען און גן-עדן זאגט מען נאר ס'איז עפעס וואס מ'קען זיך נישט פארשטעלן.. עפעס מער רוחניות'דיג..
אויב גיהנום קען מען דעסקרייבן אין מענטשליך-פארשטאנדיגע טערמינען פארוואס מעג מען זיך נישט מצייר זיין גן-עדן אלס א פלאץ פון גוטע וויין, מיידלעך, טשעקוזיס און אָווער-נייט קוגל? אזוי ווי די מוסלעמענער? (נאר דארט איז עס אפשר קעבּאַבּ?)
לעכטיגע דיבורים! נאך איינער איז תופס די טיפקייט?וואלווי האט געשריבן:שכר ועונש איז נישט קיין דבר והפיכו. שכר איז פאר אנשטרענגן, און דורך דעם איז מען זוכה צו נהנה מזיו השכינה בעלמא דאתי, אן נהמי דכסופא. עונש איז א העדר פון הנאה און שכר, און מ'עסט נאר בושה ברויט, כעין זה. ס'ווערט אנגערופן צוויי זאכן, אבער ס'נישט צוויי פארקערטע זאכן אזוי ווי א קוש און א פאטש, ס'איז סך הכל הנאה און העדר הנאה.שמעקעדיג האט געשריבן:מיין קשיא גייט נאך מער. פארוואס איז בכלל פאראן אזא זאך ווי עבירות? ר' חנניא בן עקשיא זאגט דאך, רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצוות, הערט גוט, ער האט געוואלט מזכה זיין די אידן, און דערפאר האט ער אונז געגעבן די תורה און מצוות! אויב אזוי וואלט ער געקענט געבן נאר רמ"ח מ"ע, אדער אפילו תרי"ג מצוות עשה - אן קיין איין ל"ת - און בכדי עס זאל זיין א עולם הנסיון זאל דער מענטש האבן שוועריגקייטן צו מקיים זיין די מצוות, און טאמער ער שטרענגט זיך פארט אן און איז עס מקיים, באקומט ער שכר, עס איז מער נישט קיין נהמא דכסופי... טאמער טוט ער עס נישט, באקומט ער נישט די גוטע שכר, און פארטיג! וואס פעלט אויס עבירות, עונשים, גיהנם, יסורים אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט, בפרט ווען אין אדם צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, יעדער ווערט למעשה נכשל, צי מיט גראבע עבירות אדער לכה"פ מיט אבק גזל, לשה"ר, עריות, וכו'. מה לי לצרה הזאת?
ממילא איז נישט שייך צו פרעגען זה לעומת זה, טוה נישט די מצות און נעם נישט שכר, ווייל נישט נעמען שכר איז די עיקר עונש ווען מ'איז נישט זוכה צו נהנה זיין מזיו השכינה, און טאקע דערפאר ווייל מ'האט זיך נישט איינגעקויפט כיסופא'לאזע ברויט אויף דעם וועלט.
דאס איז שכר ועונש, ס'איז נישט א באקס וואס ציעט ארויס שכר אדער עונש. ס'איז א חשבון פון דער סך הכל, אזוי ווי פאר חושך איז גענוג מ'זאל אויסלעשן די לייטס, מ'דארף נישט אריינשטעקן א שווארצע באלב ס'זאל ווערען פינסטער.
דאס איז נוגע שכר ועונש וואס איז בעיקר אויף יענע וועלט. וואס איז נוגע גוטס און שלעכטס אויף דעם וועלט איז דאך אלעס נאר א דמיון. דארט ווי מ'מוטשעך זיך איז אלס נישט עסען נהמי דכסופא, דארט ווי ס'גייט צו גוט איז צופיל נהמי דכסיפא, עכ"פ, מ'איז ביזי עדזשאסטען אלעס ביז מ'גייט ארויף נעקסט לעוועל אנגעטוהן מיט א קיטל.
קוק עס אן אזוי, די שכר ועונש מיינט נישט קיין סך פאר א מענטש אויף דעם וועלט. ס'פיינע התעוררות אז מ'זאל זיין וואויל און פרובירן זיך האלטן אין פלאץ. אבער קיינער גייט נישט פארקויפן זיינע שבת נאכמיטאג שלאף טאמער מ'אפערט עם די זכות פון תורה אין א כולל אין קרית ספר. אפאר טאלער וועט מען געבן, אבער די אלע לעכטיגע הבטחות פון יענע וועלט בדרך כלל רירט נישט קיין סך אויב מ'וויל נאר קומען ווייזען חביבות מצות און שכר. די זעלבע פארקערט, די עונשים דערשרעקן די מענטש אבער ס'מוז נישט מיינען אז סוף טאג איז עס קובע אין א מענטש למעשה, און מ'דארף נישט קיין ראיות צו דעם ווייל די ראשית חכמה אין שאנק אינדערהיים, האלט נישט צירוק א מענטש אין א שוואכע מינוט אין די קאריביען. אויף דעם וועלט איז שכר ועונש א התעוררות, און חוץ אז די מענטש ליידט צרות צרורות, וועט די התעוררות שנעל אויסוועפן. די זעלבע פארקערט, אז ס'גייט איינעם גוט וועט ער לויבן און דאנקען, אבער נאר צו דאנקען אויף מופתים ביי יענעם גיבט מען נאכנישט קידוש. די ווארט איז אז שכר ועונש איז באמת נישט אויף דעם וועלט, און די ראלער קאוסטער פון דעם וועלט איז נאר דאס, א ווינט מיט אביסל אפס ענד דאונס. די עיקר איז אבער נאר הנאה אויף יענע וועלט.
די ערשטע פסוק וואס דו ברענגסט איז פון די איינציגסטע פסוקים אין גאנץ תנ"ך ווי עס ווערט בכלל מרומז די ענין פון עפטערלייף. עס שטייט נישט שכר אדער עונש, בלויז אז די רוח גייט צוריק צום באשעפער וואס האט עס באשאפן.נפה האט געשריבן:איך וויל צוצייכענען צו די פתיחת האשכול אז אין תנ"ך ווערט עולם הבא דערמאנט אבער עונש אויף יענע וועלט ווערט נאר דערמאנט אין אביגיל'ס ווערטער צו דוד (דארט איז אויך דא אנדערע פירושים) וואס דאס שטימט מיט שמן למאור'ס פארשלאג אז עונש בעולם הבא איז נאר אן אמונה הכרחית און נישט במציאות.
אדער אין מי אני'ס ווערטער "א שקר קדוש"
וועלכע יום הדין? וועלכע פסוק רעדסטו פון?נפה האט געשריבן:ואי תימא אז גיהנם דארף מען פאר שנים כשני אחאב, אדער ווייל דער מענטש וועט זאגן שב שני הוא כפנא וכו', קענסטו נאך אלץ בלייבען מיט דער פחד פון די יום הדין הגדול והנורא וואס שטייט יא אין פסוק?
בבלי ע"ז סה, א:טאמבל סאס האט געשריבן:וואס איך פארשטיי נישט איז:
פארוואס גיהנום מעג מען אויסמאלעווען כלערליי שרעקעדיגע דעסקריפשענס און פייניגונגען און גן-עדן זאגט מען נאר ס'איז עפעס וואס מ'קען זיך נישט פארשטעלן.. עפעס מער רוחניות'דיג..
אויב גיהנום קען מען דעסקרייבן אין מענטשליך-פארשטאנדיגע טערמינען פארוואס מעג מען זיך נישט מצייר זיין גן-עדן אלס א פלאץ פון גוטע וויין, מיידלעך, טשעקוזיס און אָווער-נייט קוגל? אזוי ווי די מוסלעמענער? (נאר דארט איז עס אפשר קעבּאַבּ?)
רבא אמטי ליה קורבנא לבר שישך ביום אידם אמר ידענא ביה דלא פלח לעבודת כוכבים אזל אשכחיה דיתיב עד צואריה בוורדא וקיימן זונות ערומות קמיה א"ל אית לכו כה"ג לעלמא דאתי א"ל דידן עדיפא טפי מהאי א"ל טפי מהאי מי הוה א"ל אתון איכא עלייכו אימתא דמלכותא אנן לא תיהוי עלן אימתא דמלכותא א"ל אנא מיהא מאי אימתא דמלכותא איכא עלי עד דיתבי אתא ההוא פריסתקא דמלכא א"ל קום דקבעי לך מלכא כי נפיק ואזיל א"ל עינא דבעי למיחזי לכו בישותא תיפקע א"ל רבא אמן פקע עיניה דבר שישך אמר רב פפי איבעי ליה למימרא ליה מהאי קרא בנות מלכים ביקרותיך נצבה שגל לימינך בכתם אופיר אמר ר"נ בר יצחק איבעי ליה למימרא ליה מהכא עין לא ראתה אלהים זולתך יעשה למחכה לו.
איך זע אז איך האב פארפאסט די אשכול. איך וועל דיך פראבירן צו ענטפערן בקוצר מילים, בעזהשי"ת.שמן למאור האט געשריבן: ער רירט דא בכלל נישט אהן מיין קשיא איבער וויאזוי גיהנם מאכט בכלל סענס פאר א כל יכול וואס איז א גוטער. און אז זיין גאנצע פלאן פון דרך הטוב להטיב גייט נישט ווי געפלאנט נאך וואס רוב וועלט קומט למעשה אהן צו גיהנם.
עס איז ליידער דא גאנצעטע שטעט און ארץ ישראל וואס זענען פריי אינגאנצן, און עס איז בכלל נישטא דארטן קיין עצירת גשמים אדער א הינגער.
אין חז"ל ווערט עס טאקע גאר אסאך מאל דערמאנט, אין תנ"ך, כמעט וואס נישט. די פסוק וואס דו ברענגסט קען מען לערנען אז עס מיינט בעולם הזה. אזוי ווי די רמב"ן זאגט טאקע:טשעסטער האט געשריבן:כהאב נישט קיין צייט יעצט נאכצוברענגן אלע מאמרים בתורה ובחז"ל איבער די נושא פון גיהנום.
די ערשטע אין פרשת בראשית (ד,ז) הֲל֤וֹא אִם־תֵּיטִיב֙ שְׂאֵ֔ת וְאִם֙ לֹ֣א תֵיטִ֔יב לַפֶּ֖תַח חַטָּ֣את רֹבֵ֑ץ וְאֵלֶ֙יךָ֙ תְּשׁ֣וּקָת֔וֹ וְאַתָּ֖ה תִּמְשׇׁל־בּֽוֹ׃
איך גיי מיר נישט באציען דא צו נארישע אפיקורסישע געדאנקן פון אזאלכע וואס ווילן טון כל מה שישר בעניהם און זיך מחזק זיין אז עס וועט זיי נישט שאטן.
און בכלל, אוודאי שטייט עס, ווייל עס איז דאך אן אמונה הכרחי.לפתח ביתך חטאתך רובץ להכשילך בכל דרכיך.
1) עעם. יא, איך וואוין אויף דער וועלט.טשעסטער האט געשריבן: איך וועל אויף דעם קעפל צוריקפרעגן א קשיא
1) איז טאקע דא א וועלט?
2) איז טאקע דא א קאר?
3) איז טאקע דא א טראק?
4) איז טאקע דא א מענטש?
5)איז טאקע דא א "קאווע שטיבל"?
אם סארי, אבער אויב איז טאקע אמת וואס דו זאגסט אז אויב וואלט די באשעפער איינגעהאלטן דאס וואס ער שרייבט אין זיין תורהפרייוויליג האט געשריבן:דו פרעגסט אז: עס דא ליידער דא גאנצעטע שטעט און ארץ ישראל וואס זענען פריי אינגאנצן, און עס איז בכלל נישטא דארטן קיין עצירת גשמים אדער א הונגער. וואס האסטו געמיינט, דער אייבערשטער גייט צונעמען די בחירה? אויב מענטשן וואלטן פארשטאנען אלעס אין די בריאה, אויב מענטשן וואלטן געזען אלעס וואלט מען פארשפארט אלע פארמעסיס אין דער וועלט - אויס יסורים, אויס וועלט, אויס אלעס.שמן למאור האט געשריבן: ער רירט דא בכלל נישט אהן מיין קשיא איבער וויאזוי גיהנם מאכט בכלל סענס פאר א כל יכול וואס איז א גוטער. און אז זיין גאנצע פלאן פון דרך הטוב להטיב גייט נישט ווי געפלאנט נאך וואס רוב וועלט קומט למעשה אהן צו גיהנם.
עס איז ליידער דא גאנצעטע שטעט און ארץ ישראל וואס זענען פריי אינגאנצן, און עס איז בכלל נישטא דארטן קיין עצירת גשמים אדער א הינגער.
וואלט געווען אויס בחירה, דאן זאל ער עס נישט שרייבן אין זיין תורה. פארוואס שרייבט ער אז ער גייט טון זאכן, און דערנאך קען ער עס נישט טון ווייל דאס וועט אוועקנעמען די בחירה?דער באשעפער האט געשריבן:השמרו לכם פן יפתה לבבכם וסרתם ועבדתם אלהים אחרים והשתחויתם להם וחרה אף ה' בכם ועצר את השמים ולא יהיה מטר והאדמה לא תתן את יבולה ואבדתם מהרה מעל הארץ הטבה אשר ה' נתן לכם.
די האסט כנראה נישט ארויס די ציל פון דעם אשכול דא, מען טוט דא נישט אדורך קיין קאנעקשן מיט געפילן צו גאט, מען טוט דא אדורך דעם פאקטישן מציאות צו עס איז דא א גיהנום צו נישט. דאס אז מען זאל נישט לייגן קיין געוויכט דערויף האבן שוין די תלמודי בעש"ט אויסגעלערנט. אבער דאס אז מען וועט צוטיילן גרויסע צער פאר די רשעים, איז א זאך וואס קיינער לייקנט נישט. פולע מאמרי חז"ל זענען פול דערמיט, צואה רותחת, די מעשה פון די שווארצע וואל ביי די לאך פון קורח, מצננן לו גיהנום, ועוד ועוד...פרייוויליג האט געשריבן: ווי אנדערע האבן שוין געשריבן געפינט זיך די גיהנם אויף דער וועלט. I for one, קען נישט משיג זיין וויאזוי א מענטש קען מאכן א קשר מיט זיין קריעטער, ווען מען האט אים אויסגעלערנט אז דער באשעפער גייט אים הענגן אויף זיין צינג און אים בראטן אויף מערדערליכע קוילן. ווער וואלט געוואלט דינען אזא ג-ט? די ערוואקסענע ג-ט ווייסט אז דער ראשית חכמה דיסקריפציע אויף גיהנם איז געווען וויאזוי מען האט מעניש געווען מענטשן אין זיין דור. מענטשן קענען נישט אויסוואקסן די די 15 יעריגער ג-ט, נישט קיין וואונדער מענטשן קענען נישט דאווענען.
יעצט ליין איבער מיין תגובה, וועסטו זען ווי מיין גאנצע תגובה איז א דירקעטער ענטפער צו די קשיא.שמן למאור האט געשריבן:די נושא דא איז, צו איז דאס בלויז אן אמונה הכרחי. היות גאט איז דאך כלו טוב, קען ער דאך ממש נישט מאכן באשעפענישן אדער נשמות ליידן.
אויב ליינסטו אונזערע היסטאריע אנגעהויבן פון יהושע און שופטים ביז נאך די שואה, שטעלט זיך ליידער אלעס ארויס מיט א מורא'דיגע פונקטליכקייט.שמן למאור האט געשריבן:אם סארי, אבער אויב איז טאקע אמת וואס דו זאגסט אז אויב וואלט די באשעפער איינגעהאלטן דאס וואס ער שרייבט אין זיין תורהדער באשעפער האט געשריבן:השמרו לכם פן יפתה לבבכם וסרתם ועבדתם אלהים אחרים והשתחויתם להם וחרה אף ה' בכם ועצר את השמים ולא יהיה מטר והאדמה לא תתן את יבולה ואבדתם מהרה מעל הארץ הטבה אשר ה' נתן לכם.