נשלח: פרייטאג אפריל 29, 2022 7:03 am
.
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=15249
איך פריי מיך צו הערן אז ס'זענען פארהאן רבנים וואס קענען עדן בן זקןברוינשטיין האט געשריבן: האָסט שוין אַמאָל געזען אַן איסור אויף עידן בן זקן? אוודאי נישט. האָבעך פאַר דיר נייעס אַז עידן בן זקן און מענדל ראטה שטייען יעצט אינעם זעלבן טעריטאָריע (אין די אויגן פון אונזערע רבנים)
@יהורם ביטע צייכן צו א לינק פון ווי די נעמסט די אינפארמאציעיהורם האט געשריבן:
דער איד איז געווען אין אמעריקע א שטיק צייט צוריק און ער האט דארטן גענומען א פסיכאדעלישן טריפ. ער מעג, יעדער מעג. אבער זינט דאן האט ער אנגעהויבן שרייבן אויף פעיסבוק איבער די מורא׳דיגע געשמאק וואס ער האט געהאט דערין, און אז ער טוט יעדן מאטיוויזירן צו נעמען אויך אזוי ווי ער האט געטון. חוץ פון זיינע שבתי צבי חזיונות וואס ער האט אויף זיך געזען און געשריבן - וואס דאס איז סתם א נעבעך אויף אים - טוט ער אויך שטארק אינדארסירן דאס נוצן דראגס, און נישט די שוואכע מאריכוואנא, נאר די העכערע מסוכנ׳דיגע סחורה.
איך בין מסכים מיט דיין נקודה, אבער למעשה איז עס צוויי וועלטן,עדן זינגט אויף העברעאיש וואס אונזער עולם פארשטייט נישט און קען נישט דערמיט קאנעקטן משא״כ אונזער בחור זינגט א היימישן אידיש .ברוינשטיין האט געשריבן:@יהורם, אמת טאַקע אַז די רבנים זענען נישט ארויסגעקומען מיט קיין איסור (ווי ווייט איך ווייס), דאס איז אָבער נישט צוליב וויבאַלד זיי האַלטן אַז ס'איז נישט אַזוי געפערליך. די שווייגעניש קומט פון אַ שטאַנדפונקט אַז דער ניגון איז אַזוי אָפגעפרעגט, אַז מען ברויך ניטאַמאָל דאס פאַרדאַמען.
האָסט שוין אַמאָל געזען אַן איסור אויף עידן בן זקן? אוודאי נישט. האָבעך פאַר דיר נייעס אַז עידן בן זקן און מענדל ראטה שטייען יעצט אינעם זעלבן טעריטאָריע (אין די אויגן פון אונזערע רבנים)
לגבי דעם וואס יהורם שרייבט אז ״ווילאנג מען וועט נישט אויסרייסן דעם סיסטעם פון ווארצל וועט זיך גארנישט רוקן״.יהורם האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:דו פיהלסט דיך ווי א פארטרעטער פון יהדות החרדית? ער פיהלט פונקט אזוי. דער וואס האט דיך געשטעלט פאר א פארטיידיגער האט אים געשטעלט אלס א קריטיקירער. דער וואס האט דיך איינגערעדט דו האסט גענוג געטוהן צו זיין א טאן גיבער האט אים געזאגט אז מ'ברויך גארנישט טוהן נאר עפענען א מויל. ס'איז פריה ספיטש אין די וועלט. אז דו וועסט אים אפשלאגן, קום ארויס ברבים אדער מאך דו דיינע אייגענע ארט.איך פיל זיך נישט ווי קיין שום פארטרעטער, איך שרייב בלויז אויף קאווע שטיבל מיין מיינונג און איך ענטפער דיר ווי א נאר, אינטערסאנט אז דו וואס שרייט וועגן פרידאם אף ספיטש האלט אז איך טאר נישט ארויסגעבן מיין מיינונג. מוזט נישט האלטן ווי מיר אבער דיין טאן מוזטו דראסטיש נידערן. כ׳גלייב נישט אז דער ניגון טרעט דיר אזוי צום הארץ.טאמבל סאס האט געשריבן: דו האסט טאקע א מיאוסע פעדער אבער א פיסקל (און א חוש פאר נגינה) האט ער א בעסערס און למעשה, על אפך ועל חמתך ראָקט זיין ניגון און ווער ס'האט ער עס, הערט עס לכה"פ צוויי מאל. מיין קליינע טאכטער האט געבעטן זי וויל עס איבערהערן! כ'האב פאר דיר נייעס, קיינער וואס הערט עס (חוץ אפאר אומפארגינערס, דזשעלעס פיפל און מענטשן וואס פיהלן אז זיי זענען אן עמבאָדימענט פון די סיסטעם און ווער ס'האט געטשעפעט מיט זיי האט געטשעפעט מיט די סיסטעם) טראכט אז דער אינגערמאן רעדט סתם אין די וועלט אריין.קודם כל בנוגע דיין קאמפלימענט איבער מיין מיאוס׳ן פעדער, א דאנק (כ׳גלייב אז מיינע לייקס האבן זיך געשאפן צוליב די מיאוס׳קייט דערפון). ס׳זעט אויס ווי דו מיינסט אז איך האב א פראבלעם מיט דעם אז זיין ניגון ״ראָקט״ איבעראל. להוי ידוע אז איך בין זייער פרייליך פאר אים, מצדי זאל עס האבן א מיליאן וויו׳ס און אויף יעדן מאביל פורים זאל עס ״ראָקן״ און אין אלע ישיבות זאל מען עס זינגען.
אויב האסטו עווער געליינט וואס מיינע שטעלונגען זענען וואלסטו זיכער נישט געהאט די העזה מיר צו באשולדיגן אלס א סיסטעם פארטיידיגער. דער אינגערמאן רעדט ליידער טאקע אין די וועלט אריין און דערפאר רעג איך זיך. איך האלט אז אזא ניגון איז א גרינגשעצונג אין יעדן מענטש וואס פארמאגט אביסל שכל. הארציג איז עס נישט, ראמאנטיש איז עס נישט, ארטיסטיש איז עס נישט, קונצליך איז עס נישט, מוזיקאליש איז עס נישט. עס איז פשוט א פארגרוילטער מעלאדיע מיט אפאר נארישע גראמעלעך ארויפגעווארפן ׳באזונדערליך׳.טאמבל סאס האט געשריבן: נישטא קיין רויעך אהן א פייער. אז דאס שלום בית און דאס ליבע-לעבן ביי דיר און ביי דיינע חבירים איז פיין, וואויל פאר דיר און פאר זיי. ס'איז אבער נישט קיין סוד אז הונדערטע מענטשן מאכט מען חתונה ביים ציבור החרדי אזוי ווי ער מאלט אויס און אז די א.ג. "סיקרעט" וואס מיר פארקויפן אז יעדע זיווג וואס איז נישט אראנזשירט וועפט צום סוף אויס איז אן עקספייערטע שטיקל הערינג וואס איז אפילו נישט גוט אויף שלש סעודות צומאכן. און כמעט יעדע גרוש/ה אדער פארזעצטע/ר ל"ע וואס האט אמאל געהאט א חלום צו זיין א גרוש/ה קען זיך אידענטיפיצירן מיט אסאך פון די דעטאלן וואס ער פארציילט בנוגע זיין מיטמאכונג דורכאויס דעם פראצעס.ווען מענדל ראטה האט זיך געלאזט אינטערוויו׳ען אין די מאמענט א שטיק צייט צוריק, האב איך מיטגעפילט מיט אים זייער שטארק. ווען ער האט געשריבן אויף פעיסבוק איבער זיין מעשה האט עס מיר זייער בארירט. איך קען גענוג קאפל׳ס וואס ווייסן נישט ווי ליבע הייבט זיך אן, און מען האט זיי חתונה געמאכט אינאיינעם און אנגעזאלצן מיט קינדער אזוי אז זיי זענען געפאנגען אויפן לעבן.
אבער...
א ניגון ׳איך וויל ליב האבן א מיידעלע׳ גייט גארנישט אויפטון. און נישט נאר דאס, עס גייט אויך נישט העלפן אז בחורים זאלן טראכטן בעפארן חתונה איבער ליבע. ווילאנג מען גייט דעם נארישן סיסטעם נישט אויסרייסן פון ווארצל וועט זיך גארנישט רוקן. אויב מענדל ראטה האט באשלאסן אז ער וויל יעצט רייטן אויף דעם אפענעם וואונד פון כלל ישראל זאל עס אים וואויל באקומען, אבער קיין שטורעם האט ער נישט אנגעמאכט.טאמבל סאס האט געשריבן: נארוואסדען, פריערט האב איך נישט געהאט צוגעהערט צו עני פון זיינע אינטערוויאוס. יעצט טראכט איך, ווען ער מאכט ווען די ניגון אליינס און גיבט נישט קיין אינטערוויאוס וואלט אים/עס יעדער ליב געהאט. די צארן מיין איך איז מחמת די הטפת מוסר. נו, ליפא, מיט אונגאר מיט אילאוויטש און פאלקאוויטש און אלע וויטשע"ס א.א.וו. געבן נישט קיין מוסר דרשות?? פארוואס מוז ער זיין אנדערש? ומה יעשה הבן אז ער גלייכט דוקא מער א מיידעלע ווי אווערנייט קוגל מיט אוה"ח אין ליל שיש רעסטאראנט, דאנערשטאג ביינאכט אויף א גגנב'טע ניגון.. אבער נאך אלעמען, אזוי צו אזִי, וואס פארשטייט אן OTD?איך וויל זאלסט פשוט פארשטיין וויאזוי דער ניגון האט זיך אנגעהויבן. אזוי וועסטו כאפן בכלל פארוואס איך רייס אזוי אראפ זיין ניגון.
איין טאג, מיט בערך א חודש א האלב צוריק האט מענדל ראטה געשריבן אויף זיין סטאטוס אז ער וויל ארויסגעבן א ניגון אויף ליבע, אבער זיינע יחצ״נים (מארקעטערס) לאזן אים נישט. אפאר וואכן דערנאך האט ער ארויסגעלייגט א קליפ ווי ער זינגט א שטיקל אין סטודיא, דארט האט ער געשריבן אז ער גייט עס למעשה יא ארויסגעבן. (יעדע בר דעת האט פארשטאנען אז די ערשטע פאוסט ווי ער שרייבט אז ער גייט עס כלומר׳שט נישט ארויסגעבן איז געווען אן הקדמה דערצו... דערנאך האט ער ארויסגעגעבן דעם אלבום ארט, און חול המועד האט ער ארויסגעגעבן דעם ניגון. א טאג נאכן ארויסגעבן דעם ניגון האט ער שוין געשריבן אז ער וואונדערט זיך וואו דער איסור איז. ער האט ארויסגעקוקט דערויף בכליון עינים און גארנישט איז געווארן דערפון.
קודם האסטו דעם סדר וויאזוי דער ניגון איז ארויסגעקומען. און יעצט וועל איך דיר פארשטיין געבן פארוואס דער מענטש איז נישט פעהיג און טאר נישט טיילן קיין דעות פאר מענטשן, און זיכער נישט פאר קיין יונגע בחורים.
דער איד איז געווען אין אמעריקע א שטיק צייט צוריק און ער האט דארטן גענומען א פסיכאדעלישן טריפ. ער מעג, יעדער מעג. אבער זינט דאן האט ער אנגעהויבן שרייבן אויף פעיסבוק איבער די מורא׳דיגע געשמאק וואס ער האט געהאט דערין, און אז ער טוט יעדן מאטיוויזירן צו נעמען אויך אזוי ווי ער האט געטון. חוץ פון זיינע שבתי צבי חזיונות וואס ער האט אויף זיך געזען און געשריבן - וואס דאס איז סתם א נעבעך אויף אים - טוט ער אויך שטארק אינדארסירן דאס נוצן דראגס, און נישט די שוואכע מאריכוואנא, נאר די העכערע מסוכנ׳דיגע סחורה.
דאס איז איינע פון די הויפט סיבות וואס עס איבלט מיר אז ער טיילט דעות, בלאזט אויף סערות, און פארפאסט ניגונים. אן אומסטאבילער משוגענער וואס אנשטאט גיין צו א טעראפיסט זיך היילן איז ער פארנומען איבערמאכן די וועלט.
יעצט ווענד איך זיך צו דיר @טאמבל סאס און איך זאג דיר, אז אויב דו וועסט ווידעאמאל אטאקירן מיר און מיין פעדער, אנשטאט זיך באציען לגופו של ענין, איז די דעבאטע פארטיג דאהי. איך קען רעדן און זיך טענה׳ן מיט דיר אבער עס מוז זיין אויף א נארמאלן פארנעם. אויב דו שפירסט אז דו ביסט נישט אומשטאנד מוזטו נישט ענטפערן.
https://www.facebook.com/10000973099502 ... 296392987/עמקות המחשבה האט געשריבן:@יהורם ביטע צייכן צו א לינק פון ווי די נעמסט די אינפארמאציעיהורם האט געשריבן:
דער איד איז געווען אין אמעריקע א שטיק צייט צוריק און ער האט דארטן גענומען א פסיכאדעלישן טריפ. ער מעג, יעדער מעג. אבער זינט דאן האט ער אנגעהויבן שרייבן אויף פעיסבוק איבער די מורא׳דיגע געשמאק וואס ער האט געהאט דערין, און אז ער טוט יעדן מאטיוויזירן צו נעמען אויך אזוי ווי ער האט געטון. חוץ פון זיינע שבתי צבי חזיונות וואס ער האט אויף זיך געזען און געשריבן - וואס דאס איז סתם א נעבעך אויף אים - טוט ער אויך שטארק אינדארסירן דאס נוצן דראגס, און נישט די שוואכע מאריכוואנא, נאר די העכערע מסוכנ׳דיגע סחורה.
טאמבל סאס האט געשריבן:עס קוקט נישט אויס אז דער דעבאטע וועט צולאנג אנהאלטן ווייל יהורם איז זייער באליידיגט אז כ'האב באליידיגט זיין פעדער. וחוץ מזה, האט ער נישט געלאזט קיין סאך זאכליכע שטאף ביים לעצטען באמאכאכץ ציוואס כ'זאל מיך דארפן ערנסט באציען. טענו לו בחיטים והודו לי בשעורים. כ'רעד פון א ניגון קומט ער מיט דראגס און שבתי צבי. מיך גייט נישט אן וואס מנדל טוט דורכן טאג, פון מיר אויס זאל ער טראגן א זאָק אויפ'ן קאפ פון צופרי ביז ביינאכט און זיין היי ווי א קייט. איך פיהל נישט דעם סיסטעם'ס פארטרעטער אין מחליט זיין וואס ברענגט יא אדער נישט א גוטע נאמען פאר די סיסטעם און אויך נישט גאט'ס פארטרעטער אין אבשאצן וועמענ'ס ניגון זאל מעגן מחנך זיין ("טאר נישט טיילן קיין דעות פאר מענטשן..") אונזערע קינדער און וועמענ'ס נישט (מצידי קיינער פון זיי). מיר זענען אלע אינדיווידועלן און מיר האבן אונזערע אייגענע טשויסעס צומאכן פאר אונז און פאר אונזערע קינדער (אלס אינדיווידועלן..) און גראדע האלט איך אז "א ניגון איך וויל ליב האבן א מיידעלע" וועט יא אויפטוהן! (אז דו ווילסט אונזערע חילוקי דעות רעדוסן צו נאר די גאנץ לעצטע נקודה, און צוריקציען פון די רעסט, קען מען שלום מאכן..) ווי אויך האלט איז אז ס'איז פערצופאל יא א שיינער תנועה און גוט דערליווערט.
לערן דיך שוין אויס אז נישט יעדער וואס מאכט א שטיקל ארט איז עס דוקא אויף לקנטר אדער א געגן-רעאקציע. ווי כאילו נאר כדי ער זאל קריגן א איסור. ס'ארא נארישקייטן צורעדן. אז ער זאגט אזוי אין די סטאנציעס מיינט ער צו דרוקן ווי ווייט אזא ניגון איז קאנטראווערסיעל (און דאס בין איך מודה עס איז). אז ער וואלט געהאט א הוא אמינא אז די אוידיענץ וועט עס נישט גלייכן אדער וועלן זיך אפשרעקן פון אן איסור וואלט ער עס אוודאי נישט געמאכט. און דאס אז "מען קומט נישט ארויס קעגן אים" גייט אים מסתמא אן א לאך אין קאפ. מענטשן אינדרויסן פון וויליאמסבורג אינטרעסירט נישט וואס זלמן לייב פיללאפ קאַטשקעט. און אפי' אויך נישט דער אנדערער זלמן..
איך האב נישט געזאגט דו מעגסט נישט אויסדרוקן דיין מיינונג, נאר כדי אז מענטשן זאלן נישט פארבלענדעט ווערן פון דיין שפראך אדער נישט מערקן די לעכער אין דיינע ארגומענטן און מיינען אז די אינטעליגענציע האט בפה אחד דן געווען דעם ניגון צו די מיסט-קאסטן האב איך געוואלט פרובן שטעלן אן אפווארוף. אפילו אויב נישט אזוי קלוג, אדער געשליפן, געשריבן ווי דיינס, כאטשיג אזוי מיאוס ווי דיינס..
https://103fm.maariv.co.il/programs/med ... a-_RnYkQWUשאלתיאל האט געשריבן:עטענשאן רייזע זעצט פאר מיט סוקסעס..
https://youtu.be/PC9O2TWRJZ8
https://youtu.be/mm-BxwF4kKw
דער פרנס רעדט צום זאך...פרנס החודש האט געשריבן: מיט א בליק אין היסטאריע זעט מען דאס די מיסטישע חברה זענען זייער גוט צונוצגעקומען אויפן שלאכטפעלד קעגן רעליגיעזע ראדיקאליזם... די עיקר סיבה פון די התנגדות צו קבלה און חסידות איז דאך דאס. זיי האבן געוואונען מיט חסידות וואס איז ליידער אויסגעליידיגט געווארן פון יעדעס ביסל מיסטישקייט שוין ביים דריטן דור תלמידי בעל שם. אבער אפשר קען מען עס צוריקברענגען היינט אז מאריכואנא איז שוין לעגאל... נישט אז איך ציל דערצו, נאר אויב השכלה איז אוממעגליך דאן כאטש חסידות.
ברעיקינג ניוז, כ'ווייס נישט אין וועלכע בתים מדרשים דו דרייסטעך, אבער וואו איך גיי און וואו איך שטיי רעדט מען דערוועגן. אלעס אויפגעקלערטע בחורים און יונגעלייט האבן א מיינונג, א שיטה, דער זאגט ער איז משוגע אינגאנצן, דער צווייטער זאגט אז ער איז דער העלד פונעם יארהונדערט א.א.וו. אויף יעדע וואטסעפפ גרופ האט מען צוקייעט די ניגון, און ביי יעדע קופקע האט מען גערעדט דערפון.יהורם האט געשריבן: ער וויל אז אין אלע בתי מדרשים זאל זיך רעש׳ן דערוועגן[/justify]
נעה נאר אונז ווייסן, ווייל אונז זעמיר טשילד.צקון לחש האט געשריבן:איך פריי מיך צו הערן אז ס'זענען פארהאן רבנים וואס קענען עדן בן זקןברוינשטיין האט געשריבן: האָסט שוין אַמאָל געזען אַן איסור אויף עידן בן זקן? אוודאי נישט. האָבעך פאַר דיר נייעס אַז עידן בן זקן און מענדל ראטה שטייען יעצט אינעם זעלבן טעריטאָריע (אין די אויגן פון אונזערע רבנים)
פרנס החודש האט געשריבן:צום פינטל, צו לאכן פון מענדל ראהט איז ווי צו שפעטן פון א קינד וואס לערנט זיך צו גיין.