בלאט 4 פון 4

נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2022 12:52 am
דורך מיליאנער
וואס איז די ענין צו גיין מיט שאפינג בעגס אויף די היטן ווען די זון שיינט? איז דאס די אינטערנעשאנעל מחאה מלבוש? אדער איז עס אפשר פאר א ספאנסער?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2022 12:44 pm
דורך א בני יואל
ענק דארפען קודם פארשטיין ווי אזוי די סיסטעם ארבעט און דערנאך וועט מען קענען פארשטיין וואס איז דעמאלטס אין אזוי אויך היינט דער פראבלעם מיט די פאבליק סקול, און אפשר דערנאך וועט מען קענען פארשטיין וואס בכלל איז געווען און איז נאך היינט די גאנצע מערכה דערמיט,

איך וועל פרובירן אביסעלע אריינגיין מער אין די דיטעילס אז מען זאל קענען פארשטיין וואס דאס איז אינוואלווד און ווי אזוי עס ארבעט.

ווען א פארפאלק האט א קינד וואס איז א ספעשיל נידס דארף ער האבען א חינוך פאר זיין קינד וואס איז די מערסטע צוגעפאסט און מען דארף האבען אסאך מער געלט ווי א רעגולער קינד, כמעט הינדערט פופציג טויזענט דאלער א יאר פאר איין קינד,
למעשה קען מען ווערן צוריקגעצאלט פין די נוי יארקע רעגירונג אויף אלעס וואס מען לייגט אריין, ווי באקאנט האט נוי יארק אוועק געלייגט די מערסטע געלטער פאר אזעלכע צוועקען, מער פין יעדע שטאט אויף די וועלט, גראדע האט פלארידע אויך אזוי אבער נוי יארק געבט אסאך מער. איז ווי אזוי עס ארבעט איז, אז די עלטערן לייגען אריין די קינד אין א מוסד וואס באשעפטיגען זיך מיט אזוינע קינדער און כלומרשט לייגן זיי אויס די געלט און סוף יאר גייט מען אין קארט פייטני מיט די BOE אין מען ווייזט זיי אז מען האט אויסגעגעבן די אלע געלטער און רוב מאל מאכט די BOE א סעטלמענט און מען באקומט צוריק כמעט די גאנצע געלט. פארשטייט זיך אלע מוסדות פארשטייען פינקטלעך וויפיל צי בעטען אז זיי זאלן ווערן אויסגעצאלט, אבער יעדע געגנט האט זייער אייגענע רולס, למשל אין ברוקלין גייט עס איינמאל א יאר, די עלטערן באקומען א צעטיל פון די BOE אז זיי האבען א סקול וואס האט א קלאס פאר אזוינע קינדער וואס למעשה האט א יעדע פאבליק סקול אזא פראגרעם פאר אזוינע קינדער, דארפען די עלטערן אראפגיין אין די פאבליק סקול וואס מען האט זיי צוגעשטעלט מטעם די רעגירונג או דערנאך וואס עס ווערט אריינגעלייגט אין די ביכער אז דעי עלטערן זענען געווען קוקען אויף די פאבליק סקול קען מען אריינשיקען פאר די BOE אלע תירוצים פארוואס זיי ווילען נישט שיקען זייער קינד זאל דארט נישט אנקומען,

נארמאלערהייט גייט עס קודם ווי מען וואוינט, מען שיקט דיך צו די נענטסטע פאבליק סקול און דערנאך וואס די עלטערן זענען דארט געווען דארף מען אויפקומען מיט אלע תירוצים אין דער וועלט פארוואס דו קענסט נישט דארטן שיקען, אבער זיי טארן נישט זאגען בשום אופן אז די ריזען איז יודישקייט ווייל די שטאט טאר נישט פרעקטיסען רעלידזשען. נאכדעם מאכען די עלטערן אפּ אז זיי גייען שיקן אין א פריוואטע מוסד און מען נעמט די BOE אין זייער אייגענע קארט סיסטעם און נארמאלערהייט גייט די BOE איין אויף א סעטלמענט און זיי זאגען אז זיי גייען באצאלן האלב אדער אביסעל מער. יעצט אויב ווילן זיי נישט סעטלען וועלן זיי זיך שלאגען מיט דיר ביזן סוף און אויב די שופט געבט ארויס זיין פסק אז דו האסט א גוטע תירוץ פארוואס דו האסט נישט געקענט שיקן צי די פאבליק סקול וואס מען האט דיר געוואלט צושטעלן וועסטו באקומען דאס גאנצע וואס די פריוואטע מוסד בעט פון דיר (פארשטייט זיך די פריוואטע מוסד האט זיך שוין גערעכנט מיט די נומבערס אז אפילו אויב מען באקומט האלב איז עס שוין באצאלט און זיי לייגן אוועק די איבעריגע געלטער אויב באקומען זיי די גאנצע פאר א יאר וואס מען גייט חלילה נישט באקומען ווייל די עלטערן האבען פארלוירן.)

אין די קלענערע דערפלעך אפּסטעיט גייט עס אנדערש אביסעל, וועגן זייערע BOE אפיסעס זענען נישט אזוי סאפיסטיקעיטעט, גייט די זעלבע שפיעל איינמאל אין אפאר יאר, ווייל זיי האבן נישט אזויפיל ארבעטער זיך צו קענען פארנעמען מיט יעדעם איינעם באזונדער.

יעצט צוריק צי קרית יואל
פון אנפאנג ווען הרב לעפקאוויטש האט אויפגעשטעלט שערי חמלה האט ער געהאט צוויי דריי קינדער און ער האט עס באצאלט פין זיין טאש, און אויך געשנארט פון אנדערע יודען. אבער ווען עס איז געווארען מער קינדער איז ער געגאנגען צי מאנרא וואדבערי סקול דיסטריקט און זיך מיט זיי אויסגעקומען אז זיי זאלען העלפן באצאלן אביסעלע פון די קאסטען. וואס דארט איז פינקטלעך פארגעגאנגען קען איך נישט ענטפערן ווייל איך ווייס נישט, אבער אזויפיל ווייס איך יא אז אלעס איז ווייטער געפארען בשלום און יעדער איז געווען צופרידען. ביז איין טאג האט דער קרית יואל ווילידזש באשלאסען אז מען קען מאכען שבת פאר זיך, און וויבאלד זיי האבען א אייגענע ווילידזש קענען סיי דאך מאכען א אייגענע פאבליק סקול און מאכען אסאך מער געלט אן דארפען צוקומען צי מאנרא וואדבערי, ווייל למעשה אלס א סקול דיסטריקט באקומט מען א געוויסע סומע א פאנד וואס מיט דעם וואס זיי דארפען אראפּ צאלען פאר פריוואטע אזוינע מוסדות אין די געגנטער האבען זיי געוואלט מאכען שבת פאר זיך, אבער מאנרא וואדבערי האט זיי געשלעפט אין קארט אריין אז זיי קענען נישט אוועקנעמען פין זייערע געלטער און מאכען שבת פאר זיך ווייל דער געזעץ איז געשריבן אז ס'קען נאר זיין איינס אין יעדע כך וכך מייל.

למעשה האט מען דעמאלטס איבערגעשריבן דעם געזעץ מיט די הילף פון אדער פאטאקי אדער קאומא, איך געדענק נישט פינקטליך יעצט, אין זיי זענען געווארען אפראווד אלס א אייגענע סקול דיסטריקט. איז דעמאלטס געגאנגען מאנרא וואדבערי און אנגעפאנגען א מערכה אין די קאורטס אז מען פרעקטיסט רעלידזשען אין זייער סקול דיסטריקט, און איינע פין די זאכען האבען זיי געשריגען אז עס איז דא מזוזות ביים טיר. דעמאלטס האט מען אויפגענימען דאקטער בערנאדא, אין די זעלבע צייט האט די ווילידזש פין קרית יואל קודם געברענגט נייע טרעילערס לעבן די מיידל סקול וואס מען האט טאקע נישט ארויף געלייגט דערויף מזוזות, אבער דאקטער בערנאדא האט אנגעפאנגען ארבעטן מען זאל אראפנעמען די מזוזות ביי די בילדינג דעמאלטס אויף קאהן דרייוו, און טאקע דעמאלטס האט ער אריינגעלייגט אין די צייטונגען אלע זיינע פאמפע אז ער האט אויסגעקלינט דעם באשעפער פון דעם בילדינג און געוויזען אלע פיקטשערס דערפון, און דעמאלטס איז טאקע געווען די מערכה אקעגן דעם. איך גיי נישט אריין אין די הלכה חלק דערפון, איך בין נישט קיין דיין, אבער א חילול השם איז עס געוועהן פין די גרעסטע אויף די וועלט.

למעשה פארן ברך משה האט מען נישט פארציילט וואס מען האט געשריבען אין די צייטונגען, מען האט אים נאר געזאגט אז יעדער האט א מערכה מיט די נישט געזונטע קינדער פאר גארנישט און פאר נישט נעבעך. אבער דאס אז קרית יואל איז אריין אין א נייע עפאכע הייסט דאס אין יודיש און יעצט אז זיי זענען די אייגענטומער פין א פאבליק סקול וואס מען טאר נישט רעדן און טוהן קיין שום פעולה אין יהדות, דאס האט מען אים קיינמאל נישט געזאגט, מען האט אים נאר געהעצט אז אלע האקן אקעגן די קראנקע קינדער, און דעמאלטס האט ער צוריק געהאקט ווייל ער האט נישט געוויסט און נישט געהאט קיין שום אנונג אלע אינערליכע פרטים.

למעשה די צד האוסרים זענען געווען וואס האבען געשריגען חי וקים א יוד טאר נישט האבען אזא פלאץ וואס שרייט אין לנו חלק באלקי ישראל, און זיי האבען קלאר געשריגען און געשריבען די הלכה חלק דערפון און קיינער [ווי ווייט איך געדענק] האט נישט געשריבען אפילו איין היתר מיט וואס איז עס אנדערש פון די אלע פלעצער וואס איך שרייב אנפאנג איז אז אין ערגעץ איז נישט דא א פלאץ וואס באלאנגט דירעקט פאר יודען און די יודען זענען בעל הבית פאר וועמען צו טיילען פון די פראגראמען אלע זענען אונטערגעווארפען אינטער די לאקאלע סקול דיסטריקט, יא זיי טארן טאקע נישט פרעקטיסען יודישקייט אבער קיינער קימערט זיך נישט ווייל זיי זענען פריוואטע מוסדות און זיי האבען נישט קיין שום אפמאך מיט קיינעם און קיינער קיקט ניטאמאל צי זיי האבען מזוזות אויפן טיר ווייל זיי קענען ענטפערן אז זיי זענען נישט די בעלי בתים פון די בילדינג, אבער אין קרית יואל איז די מצב גאר אנדערש אזוי ווי מען קען גיין נאכקוקען די אלע וואס האבען געשריבן די צד האיסור.

א צווייט מאל וועל איך אי"ה באשרייבען די גאנצע מערכה מיט די באסעס וואס דאס איז א פרשה פאר זיך.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2022 7:23 pm
דורך berlbalaguleh
א בני יואל: ייש"כ פאר ..."מלמד זכות זיין" אויפ'ן ברך משה. דער זכות זאלל דיר ביישטיין. נאר די אלע זאכן זענען האקענישן און קאפדרייענישן"...!

איך וועל דיר פארציילן וואס איך האב אליין געזעהן. אויסער די צענדליגער אנדערע מעשיות וועלכע גייען נאך היינט ארום.

אין די תקופה פון פאר'ן סקול דיסטריקט ביניך אמאל געווען אין א געז סטעישן נישט ווייט פונ'ם רט. 208 אין מאנרא. נעבן דעם געז סטעישן איז דא א טריפה'נע מק דאנאלד'ס רעסטאראנט. איך האב געזעהן א גרופ פון (בערך 15) קינדער מיט ספעציעלע געברויכן. צווישן זיי זענען געווען 3 קינדער מיט קאפעלעך. די גוי'אישע טיטשערס זענען אריין אין דעם טריפה'נעם רעסטאראנט מיט אלע קינדער. אריינגערעכנט די אידישע. דער צער וואס איך האב דאמאלס געשפיהרט דארף איך דיר נישט זאגן. און נאכדעים וואס מ'האט ב"ה געמאכט דעם אידישן סקול דיסטריקט ביניך געווען זייער צופרידן. אלמלא, נאר פאר דעים אליינס אז אזעלכע אידישע קינדער זאללן נישט (ח"ו) עסן נבילות וטריפות האט זיך שוין געלוינט די גאנצע זאך. מיך אינטרעסירט נישט ווער ס'מאכט דא געלט אדער כבוד (אויך א פרעכער שקר מצד די מחרחרי ריב און אומפארגינערס). די אלע רבנים, צדיקים, קדושים וטהורים ווייסן נישט, אדער ווילן נישט וויסן די אמת'ע פאקטן. ס'זענען דא נאך צענדליגער מעשיות וואס זענען פארגעקומען פאר דעם סקול דיסטריקט. וואו אידן האבן זיך אויפגעגעסן פאר צער. און דער ס"ד איז בס"ד געווען די ריכטיגע ישועה...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 11:04 am
דורך א בני יואל
א שיינע מעשה וואס די האסט אליינס געזעהן אבער איך האב גרויסע שוועריקייטען צי גלייבען אז אזא מעשה האט פאסירט אין שערי חמלה אדער אפילו אין מאנרא וואדבערי סקול
איינס די לעגאלע חלק פין ארויסטראגען די קינדער עסן נישט אין א סקול
צוויי די גאנצע הלוך ילך וואס איז איוואלווד אין די ‏ logistics זיי צי טראגען מיט א באס
די רעדסט דא פין פיפצען קינדער דאס מיינט מינימום פין 3 טיטשערס דאס מיינט מינימום א מיני באס פאר אכצען מענטשען וואס גייען נישט אריין אין קיין ווען דאס מיינט אז מען האט געמאכט א געהעריגע schedule מיט א ‏ itinerary וואס דאס מיז שוין באקימען קאנסענט פין די עלטערן לעגאלערהייט אין יעדע סטאפּ דארף ווערן אראפ געשריבען
איך רעדט ניטאמאל די חלק וואס ארבעט אין יעדע פאבליק סקול מיט די head count ארויף אין אראפּ פין די באסעס
יעצט אויב רעדסטי ווען עס איז נאך געווען אינטער שערי חמלה מאכט עס סתם נישט קיין לעק מיט סענס אז איינער פין די יודישע טיטשערס זענען נישט מיטגעגאנגען אין אויך איז דארט נישט געווען קיין נישט יודישע קינדער ספעשעלי נאר דריי
אין אויב רעדסטי פין מאנרא וואדבערי סקול מאכט עס אויך נישט קיין סענס פאר אלעס וואס איך שרייב דיר פריער
אפשר רעדסטי ווען עס איז שוין יא געווען קרית יואל סקול דיסטריקט מאכט עס אויך נישט קיין סענס ווייל נאר דריי קאפלעך
לכאורה איז די מעשה נישט געשטויגען אין נישט געפלויגען
אויסער אויב האט טאקע דאקטער בערנאדא דיירעקט אינטער געשטעלט
אים כן מה הועילו חכמים בתיקנתם

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 11:04 am
דורך א בני יואל
.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 1:11 pm
דורך berlbalaguleh
איך ווייס נישט. איך וואוין נישט אין מאנרא. איך פארצייל נאר וואס איך האב געזעהן. מעגליכקייטן זענען דא א סאך. מסתמא זענען די קינדער נישט געווען פון שערי חמלה. ווייל ש.ח. האט נישט געהאט קיין נישט אידישע קינדער (לפי ידיעתי). אלא מאי איז שווער די קשיא וויאזוי די אידישע קינדער זענען אנגעקומען אהין? כ'וועיס נישט...! איין זאך איז זיכער. אז נאכ'ן סקול דיסטריקט וואלט קיין שום ערליכער איד נישט געשיקט די קינדער ערגעץ אנדערש.

א ראיה אז רוב רבנים וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט אקעגן דעם סקול דיסטריקט האבן נישט געוויסט די אמת'ע פאקטן (מעלות וחסרונות). ווייל איינער גאר א חשוב'ער רב וועלכער איז שטארק ארויסגעטרעטן אקעגן דעם ס.ד. האט געהאט 2 איינקלעך וועלכע זענען אויך געגאנגען דארט. שלא בידיעתו (דער טאטע פון די קינדער האט נישט פארציילט).

די אונטערשטע שורה איז . א טייל פון די מוחים האבן נאר געמיינט פאליטיק (כאן מצא בע"ח מקום לגבות את חובו) און א טייל האבן טאקע געמיינט לשם שמים. אבער זיי האבן נישט געוויסט די אמת'ע פאקטן פאר זיי האבן מוחה געווען...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 2:05 pm
דורך א בני יואל
אלזא ציריק צי פאקטען וואס זענען נוגע
די פארציילסט מיר מעשיות מיט א רב וואס האט מוחה געווען אין זיינע אייניקלעך זענען געגאנגען דארט דאס קימט צירוק וואס איך האב געשריבען פריער ווי אזוי די סיסטעם ארבעט סאיז מן הסתם נישט געווען קיין שום מציאות אז זיי זאלען גיין ערגעץ אנדערש אין סאיז נישט קיין שום קשיא
דער פראבלעים איז נישט צי שיקען דארט א קינד דער פראבלעים איז מיט אנפירען אזא פלאץ
ווען די זאלסט מיר פארציילען אז זיינע קינדער האבען אויפגעמאכט אזא פלאץ וואלט עס געווען א חידוש

וויסען זאלסטי צדיק אין בארא פארק מיט די יודישע מוסדות אין אזוי אויך ווילימסבורג זענען דא א געוואלד מיט יודישע היימישע קינדער וואס גייען געהעריג אין פאבליק סקול יעדען טאג אין נישט אין פריוואטע מוסדות אין יא אויך קינדער אין אייניקלעך פין גרויסע רבנים
נאר די לעצטע פיפצען יאר האט זיך אריינגעלייגט דערפין אפאר יודישע הייליגע עסקנים אין אויפגעפענט א פראגרעם אינגאנצען אימזיסט פאר אסאך פין די קינדער אין זיי פיקען אויף קינדער פין פאבליק סקולס יעדען נאכמיטאג אין ברענגען זיי צי א יודישע פראגראמען אבער ליידער נישט אלע קען מען ארויסנעמען סאיז דא וואס זייער מצב איז גאר שלעכט
יארען צירוק האב איך וואלענטירט פאר אזא ארגענעזעשען אין אויפגעפיקט פין ביי וויי אין בארא פארק קיין פלעטבוש יעדען נאכמיטאג אזוינע קינדער
די דארפסט אליין פארשטיין אפילו היינט זענען נאך אלס דא קינדער אין מאנרא וואדבערי ווייל די סקול דיסטריקט פין קרית האט נישט אלע מיני סערוויסעס (סאיז פארהאנען זייער אסאך לעוולס אין דעם)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 7:57 pm
דורך berlbalaguleh
דאס קען (אפשר) פארענטפערן וויאזוי אידישע קינדער קומען אין א געהעריגע פאבליק סקול. מיט אלע מכשולות וואס דאס ברענגט. און אויב ס'איז דא א סקול דיסטריקט וואס פארהיט פון אזאלכע און אנדערע פגיעות אין אידישקייט, דארף מען עס הייבן. און נישט מוחה זיין און פרובירן צו צוברעכן. די אלע חסרונות וואס די הייליגע אידן האבן געטראפן קומען נישט צו צו לאזן אידישע קינדער עסן טריפות און זינגען גוי'אישע קראצמעך סאנגס ביים הייליגן סדר...אזוי ווי ס'איז געשעהן מיט א קינד וואס איז געגאנגען אין די גוי'אישע פאבליק סקול...!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 8:08 am
דורך היסטאריע
דאס איז זיכער אז שערי חמלה איז געוועהן א גוטע זאך, אבער ווען א צווייטער טוט עס, וואלט ר' אהרן אויך מוחה געוועהן, ממילא קומט אים נישט בעסער.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 9:48 am
דורך א בני יואל
berlbalaguleh האט געשריבן:דאס קען (אפשר) פארענטפערן וויאזוי אידישע קינדער קומען אין א געהעריגע פאבליק סקול. מיט אלע מכשולות וואס דאס ברענגט. און אויב ס'איז דא א סקול דיסטריקט וואס פארהיט פון אזאלכע און אנדערע פגיעות אין אידישקייט, דארף מען עס הייבן. און נישט מוחה זיין און פרובירן צו צוברעכן. די אלע חסרונות וואס די הייליגע אידן האבן געטראפן קומען נישט צו צו לאזן אידישע קינדער עסן טריפות און זינגען גוי'אישע קראצמעך סאנגס ביים הייליגן סדר...אזוי ווי ס'איז געשעהן מיט א קינד וואס איז געגאנגען אין די גוי'אישע פאבליק סקול...!
קודם כל KJSD איז מחיוב לויט די געזעץ צי לערנען דעי קריקילעם אין אזוי טיען זיי
אין נאכדעם רעדסטי די זעלבע וועיג ווי די אגודה אז אויב איז יא דא א מדינת ישראל מיז מען זיי שטיצען אין זיין א חלק דערפין
יא אין טאקע דאס איז סאטמארער רביס שיטה אז נישט

Re: פרשת שערי חמלה - פאבליק סקול

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 11:48 am
דורך פרנס החודש
די שמועס צווישן בערל און אונזער בני יואלער איז מתוק מדבש!!!
[emoji8][emoji8][emoji8][emoji8][emoji8][emoji8][emoji8][emoji8][emoji8][emoji8][emoji8][emoji8][emoji8][emoji8][emoji8][emoji8][emoji14]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 1:51 pm
דורך דאס איז נישט מיך
היסטאריע האט געשריבן:דאס איז זיכער אז שערי חמלה איז געוועהן א גוטע זאך, אבער ווען א צווייטער טוט עס, וואלט ר' אהרן אויך מוחה געוועהן, ממילא קומט אים נישט בעסער.
הגם ס'איז נישט מוכרח
אבער די נקודה איז גאר גוט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 6:24 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריע: דו זאלסט טאקע וויסן אז גאט איז א סאטמער'ער...! אזוי האביך געהערט שמועסן אין מקוה...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 06, 2022 1:27 pm
דורך signout
א בני יואל האט געשריבן:ענק דארפען קודם פארשטיין ווי אזוי די סיסטעם ארבעט און דערנאך וועט מען קענען פארשטיין וואס איז דעמאלטס אין אזוי אויך היינט דער פראבלעם מיט די פאבליק סקול, און אפשר דערנאך וועט מען קענען פארשטיין וואס בכלל איז געווען און איז נאך היינט די גאנצע מערכה דערמיט,

איך וועל פרובירן אביסעלע אריינגיין מער אין די דיטעילס אז מען זאל קענען פארשטיין וואס דאס איז אינוואלווד און ווי אזוי עס ארבעט.

ווען א פארפאלק האט א קינד וואס איז א ספעשיל נידס דארף ער האבען א חינוך פאר זיין קינד וואס איז די מערסטע צוגעפאסט און מען דארף האבען אסאך מער געלט ווי א רעגולער קינד, כמעט הינדערט פופציג טויזענט דאלער א יאר פאר איין קינד,
למעשה קען מען ווערן צוריקגעצאלט פין די נוי יארקע רעגירונג אויף אלעס וואס מען לייגט אריין, ווי באקאנט האט נוי יארק אוועק געלייגט די מערסטע געלטער פאר אזעלכע צוועקען, מער פין יעדע שטאט אויף די וועלט, גראדע האט פלארידע אויך אזוי אבער נוי יארק געבט אסאך מער. איז ווי אזוי עס ארבעט איז, אז די עלטערן לייגען אריין די קינד אין א מוסד וואס באשעפטיגען זיך מיט אזוינע קינדער און כלומרשט לייגן זיי אויס די געלט און סוף יאר גייט מען אין קארט פייטני מיט די BOE אין מען ווייזט זיי אז מען האט אויסגעגעבן די אלע געלטער און רוב מאל מאכט די BOE א סעטלמענט און מען באקומט צוריק כמעט די גאנצע געלט. פארשטייט זיך אלע מוסדות פארשטייען פינקטלעך וויפיל צי בעטען אז זיי זאלן ווערן אויסגעצאלט, אבער יעדע געגנט האט זייער אייגענע רולס, למשל אין ברוקלין גייט עס איינמאל א יאר, די עלטערן באקומען א צעטיל פון די BOE אז זיי האבען א סקול וואס האט א קלאס פאר אזוינע קינדער וואס למעשה האט א יעדע פאבליק סקול אזא פראגרעם פאר אזוינע קינדער, דארפען די עלטערן אראפגיין אין די פאבליק סקול וואס מען האט זיי צוגעשטעלט מטעם די רעגירונג או דערנאך וואס עס ווערט אריינגעלייגט אין די ביכער אז דעי עלטערן זענען געווען קוקען אויף די פאבליק סקול קען מען אריינשיקען פאר די BOE אלע תירוצים פארוואס זיי ווילען נישט שיקען זייער קינד זאל דארט נישט אנקומען,

נארמאלערהייט גייט עס קודם ווי מען וואוינט, מען שיקט דיך צו די נענטסטע פאבליק סקול און דערנאך וואס די עלטערן זענען דארט געווען דארף מען אויפקומען מיט אלע תירוצים אין דער וועלט פארוואס דו קענסט נישט דארטן שיקען, אבער זיי טארן נישט זאגען בשום אופן אז די ריזען איז יודישקייט ווייל די שטאט טאר נישט פרעקטיסען רעלידזשען. נאכדעם מאכען די עלטערן אפּ אז זיי גייען שיקן אין א פריוואטע מוסד און מען נעמט די BOE אין זייער אייגענע קארט סיסטעם און נארמאלערהייט גייט די BOE איין אויף א סעטלמענט און זיי זאגען אז זיי גייען באצאלן האלב אדער אביסעל מער. יעצט אויב ווילן זיי נישט סעטלען וועלן זיי זיך שלאגען מיט דיר ביזן סוף און אויב די שופט געבט ארויס זיין פסק אז דו האסט א גוטע תירוץ פארוואס דו האסט נישט געקענט שיקן צי די פאבליק סקול וואס מען האט דיר געוואלט צושטעלן וועסטו באקומען דאס גאנצע וואס די פריוואטע מוסד בעט פון דיר (פארשטייט זיך די פריוואטע מוסד האט זיך שוין גערעכנט מיט די נומבערס אז אפילו אויב מען באקומט האלב איז עס שוין באצאלט און זיי לייגן אוועק די איבעריגע געלטער אויב באקומען זיי די גאנצע פאר א יאר וואס מען גייט חלילה נישט באקומען ווייל די עלטערן האבען פארלוירן.)

אין די קלענערע דערפלעך אפּסטעיט גייט עס אנדערש אביסעל, וועגן זייערע BOE אפיסעס זענען נישט אזוי סאפיסטיקעיטעט, גייט די זעלבע שפיעל איינמאל אין אפאר יאר, ווייל זיי האבן נישט אזויפיל ארבעטער זיך צו קענען פארנעמען מיט יעדעם איינעם באזונדער.

יעצט צוריק צי קרית יואל
פון אנפאנג ווען הרב לעפקאוויטש האט אויפגעשטעלט שערי חמלה האט ער געהאט צוויי דריי קינדער און ער האט עס באצאלט פין זיין טאש, און אויך געשנארט פון אנדערע יודען. אבער ווען עס איז געווארען מער קינדער איז ער געגאנגען צי מאנרא וואדבערי סקול דיסטריקט און זיך מיט זיי אויסגעקומען אז זיי זאלען העלפן באצאלן אביסעלע פון די קאסטען. וואס דארט איז פינקטלעך פארגעגאנגען קען איך נישט ענטפערן ווייל איך ווייס נישט, אבער אזויפיל ווייס איך יא אז אלעס איז ווייטער געפארען בשלום און יעדער איז געווען צופרידען. ביז איין טאג האט דער קרית יואל ווילידזש באשלאסען אז מען קען מאכען שבת פאר זיך, און וויבאלד זיי האבען א אייגענע ווילידזש קענען סיי דאך מאכען א אייגענע פאבליק סקול און מאכען אסאך מער געלט אן דארפען צוקומען צי מאנרא וואדבערי, ווייל למעשה אלס א סקול דיסטריקט באקומט מען א געוויסע סומע א פאנד וואס מיט דעם וואס זיי דארפען אראפּ צאלען פאר פריוואטע אזוינע מוסדות אין די געגנטער האבען זיי געוואלט מאכען שבת פאר זיך, אבער מאנרא וואדבערי האט זיי געשלעפט אין קארט אריין אז זיי קענען נישט אוועקנעמען פין זייערע געלטער און מאכען שבת פאר זיך ווייל דער געזעץ איז געשריבן אז ס'קען נאר זיין איינס אין יעדע כך וכך מייל.

למעשה האט מען דעמאלטס איבערגעשריבן דעם געזעץ מיט די הילף פון אדער פאטאקי אדער קאומא, איך געדענק נישט פינקטליך יעצט, אין זיי זענען געווארען אפראווד אלס א אייגענע סקול דיסטריקט. איז דעמאלטס געגאנגען מאנרא וואדבערי און אנגעפאנגען א מערכה אין די קאורטס אז מען פרעקטיסט רעלידזשען אין זייער סקול דיסטריקט, און איינע פין די זאכען האבען זיי געשריגען אז עס איז דא מזוזות ביים טיר. דעמאלטס האט מען אויפגענימען דאקטער בערנאדא, אין די זעלבע צייט האט די ווילידזש פין קרית יואל קודם געברענגט נייע טרעילערס לעבן די מיידל סקול וואס מען האט טאקע נישט ארויף געלייגט דערויף מזוזות, אבער דאקטער בערנאדא האט אנגעפאנגען ארבעטן מען זאל אראפנעמען די מזוזות ביי די בילדינג דעמאלטס אויף קאהן דרייוו, און טאקע דעמאלטס האט ער אריינגעלייגט אין די צייטונגען אלע זיינע פאמפע אז ער האט אויסגעקלינט דעם באשעפער פון דעם בילדינג און געוויזען אלע פיקטשערס דערפון, און דעמאלטס איז טאקע געווען די מערכה אקעגן דעם. איך גיי נישט אריין אין די הלכה חלק דערפון, איך בין נישט קיין דיין, אבער א חילול השם איז עס געוועהן פין די גרעסטע אויף די וועלט.

למעשה פארן ברך משה האט מען נישט פארציילט וואס מען האט געשריבען אין די צייטונגען, מען האט אים נאר געזאגט אז יעדער האט א מערכה מיט די נישט געזונטע קינדער פאר גארנישט און פאר נישט נעבעך. אבער דאס אז קרית יואל איז אריין אין א נייע עפאכע הייסט דאס אין יודיש און יעצט אז זיי זענען די אייגענטומער פין א פאבליק סקול וואס מען טאר נישט רעדן און טוהן קיין שום פעולה אין יהדות, דאס האט מען אים קיינמאל נישט געזאגט, מען האט אים נאר געהעצט אז אלע האקן אקעגן די קראנקע קינדער, און דעמאלטס האט ער צוריק געהאקט ווייל ער האט נישט געוויסט און נישט געהאט קיין שום אנונג אלע אינערליכע פרטים.

למעשה די צד האוסרים זענען געווען וואס האבען געשריגען חי וקים א יוד טאר נישט האבען אזא פלאץ וואס שרייט אין לנו חלק באלקי ישראל, און זיי האבען קלאר געשריגען און געשריבען די הלכה חלק דערפון און קיינער [ווי ווייט איך געדענק] האט נישט געשריבען אפילו איין היתר מיט וואס איז עס אנדערש פון די אלע פלעצער וואס איך שרייב אנפאנג איז אז אין ערגעץ איז נישט דא א פלאץ וואס באלאנגט דירעקט פאר יודען און די יודען זענען בעל הבית פאר וועמען צו טיילען פון די פראגראמען אלע זענען אונטערגעווארפען אינטער די לאקאלע סקול דיסטריקט, יא זיי טארן טאקע נישט פרעקטיסען יודישקייט אבער קיינער קימערט זיך נישט ווייל זיי זענען פריוואטע מוסדות און זיי האבען נישט קיין שום אפמאך מיט קיינעם און קיינער קיקט ניטאמאל צי זיי האבען מזוזות אויפן טיר ווייל זיי קענען ענטפערן אז זיי זענען נישט די בעלי בתים פון די בילדינג, אבער אין קרית יואל איז די מצב גאר אנדערש אזוי ווי מען קען גיין נאכקוקען די אלע וואס האבען געשריבן די צד האיסור.

א צווייט מאל וועל איך אי"ה באשרייבען די גאנצע מערכה מיט די באסעס וואס דאס איז א פרשה פאר זיך.
ס'איז אינטערסאנט ווי מ'קען קומען כמעט 30 יאר שפעטער און טוישן די מציאות וואס די מערכה דעמאלטס איז געווען, די פרשה פין די מזוזות איז געווען שוין טיף אין די מערכה, די אלע רבנים וואס זענען שוין פון פריער געווען קעגן ברך משה האבען מלחמה געהאלטן מיט שערי חמלה אסאך פריער ווי די מזוזות פרשה, נאכמער, די אנטי ברך משה פראקציעס זענען אפען געשטאנען בראש מיט די קלאגע קעגן שערי חמלה אויף וואס בערנאדוי האט געדארפט אראפנעמן די מזוזות, דער ברך משה זצ''ל האט פיין געוויסט פין די מזוזות אין אפילו מסביר געווען די היתר דערפון ברבים.

איך ווייס נישט אויב דו אליינס ביזט מסלף די מציאות אדער זאגסט נאך איינעם אבער כ'מיין ס'איז נעריש צו טוהן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 06, 2022 1:28 pm
דורך signout
היינט צו טאגס ווען ס'שטעלט זיך ארויס די היפאקראטיע דערפון, ווען יעדע העד סטארט, דעי קעיר וכו' האבן די זעלבע הלכה ווי א פאבליק סקול לגבי דערמאנען דעם שם ה' פראבירן זיי צו טוישן כאילו די מערכה האט זיך אנגעהויבן ביי מזוזות וואס דער ברך משה האט ניטעמאל געוויסט, א מין ליצנות.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 4:31 pm
דורך א בני יואל
יעצט מיט די גאנצע פרשה מיט אינדארסען קאנדידאטן וואס זענען משכב זכר און משחיתים, און אויך ווי אזוי דער דאזיגער קדוש וטהור מרחם (בלשון סגי נהור) האט אינדארסירט איינעם סתם פאר אפאר דאלער ווען די היפאקרעסי שרייט קולות וברקים פון אלע זייטען, קימט ווידער ארויס וואס די אלע קדושי עליון יענע טעג האבען קלאר איינגעזעהן נאך דעמאלטס וואס דער גייט נאך אנווערטשאפטען איין טאג,
ניין דער פראבלעם איז נישט ס'הייבט זיך אן מיט א אייז קריעם אין עס ענדיגט זיך מיט א פיצא,
דער פראבלעם איז זייער סימפל: מען פארקויפט דעים חינוך פאר א פייפּליין אין פאר אפאר פארשטינקענע דאלער.
מען וועט דיר מסביר זיין מיט עלף הינדערט תירוצים פארוואס ס'איז יא מותר, אבער די פאקטן גייען אייביג צוריקשטויסן אין פנים אריין.

די קומענדיגע דורות וועלן אייביג פרעגען וואס האבען אינזערע זיידעס געטוהן
און מען וועט ענטפערן וואס הייסט, דער קרית יואלער האט געהאט זיין אייגענע פאבליק סקול מיט הונדערט אין זיבן תירוצים פאר אפאר דאלער, און נאכדעם האט ער אינדארסט שמוציגע סדום געזעץ געבערדיגע קאנדידאטען ווייל ער האט געקענט מאכען אפאר דאלער, און געלט ביים קדוש וטהור קומט פאר אלעמען.
ווער ווייסט וואס די נעקסטע שקאצעריי גייט זיין.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 9:00 pm
דורך מיליאנער
כ'האב געוויסט אז מ'גייט איין טאג איינזען אז די אלע קדושים זענען געווען גערעכט, כ'האב אבער נישט געגלייבט ס'עט פאסירן אזוי שנעל.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 9:34 pm
דורך [NAMELESS]
פון וואס טענה'ט מען זיך דא?

דאס איז שוין צו א אלטע מחלוקה'לע, כ'דענק נישט מיין זיידע זאל רעדן דא אין אמעריקע פון די היימישע סאקמערע קריגעריי וואס איז פארגעקומען אין די תר"פ יארען, אלטע פאליטיק מעג אויך האבן אן עקספרעישן דעיט ...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 11:11 am
דורך נחום הסופר
א בני יואל האט געשריבן:יעצט מיט די גאנצע פרשה מיט אינדארסען קאנדידאטן וואס זענען משכב זכר און משחיתים, און אויך ווי אזוי דער דאזיגער קדוש וטהור מרחם (בלשון סגי נהור) האט אינדארסירט איינעם סתם פאר אפאר דאלער ווען די היפאקרעסי שרייט קולות וברקים פון אלע זייטען, קימט ווידער ארויס וואס די אלע קדושי עליון יענע טעג האבען קלאר איינגעזעהן נאך דעמאלטס וואס דער גייט נאך אנווערטשאפטען איין טאג,
ניין דער פראבלעם איז נישט ס'הייבט זיך אן מיט א אייז קריעם אין עס ענדיגט זיך מיט א פיצא,
דער פראבלעם איז זייער סימפל: מען פארקויפט דעים חינוך פאר א פייפּליין אין פאר אפאר פארשטינקענע דאלער.
מען וועט דיר מסביר זיין מיט עלף הינדערט תירוצים פארוואס ס'איז יא מותר, אבער די פאקטן גייען אייביג צוריקשטויסן אין פנים אריין.

די קומענדיגע דורות וועלן אייביג פרעגען וואס האבען אינזערע זיידעס געטוהן
און מען וועט ענטפערן וואס הייסט, דער קרית יואלער האט געהאט זיין אייגענע פאבליק סקול מיט הונדערט אין זיבן תירוצים פאר אפאר דאלער, און נאכדעם האט ער אינדארסט שמוציגע סדום געזעץ געבערדיגע קאנדידאטען ווייל ער האט געקענט מאכען אפאר דאלער, און געלט ביים קדוש וטהור קומט פאר אלעמען.
ווער ווייסט וואס די נעקסטע שקאצעריי גייט זיין.
אביסל בארואיגונג פילן קען העלפן פאר אזוינע גרויסע פירצות

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 3:34 am
דורך berlbalaguleh
נחום הסופר: ניין. נישט אין בני יואל...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 10:15 pm
דורך חיים יעקב
ווער איז מודה די פראטעסט תשעה באב גייט נאך געהעריג אן יעדע יאר

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 11:26 am
דורך גאלד
כ'ברענג אהער א אינפארמאטיווער ציטאט פון וואס כ'אב געשריבן 8 יאר צוריק איבער אונזער נושא דא, וישמע חכם ויוסף לקח,
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 64#p194564


@עפל סיידער כ'זעה האסט עפעס א קפידה נישט צו דעבאטירן די נושא דירעקט נאר בשלילות און סארקאסטיש, מסכים, היות איך זיך שוין מיט לעכט איינער וואס איז גרייט צו אויסשמועסן דער נושא, העלעך נעמען וואס מ'געבט מיר,

איז אזוי, ראשית וויל איך אויפמערקזאם מאכן אז דער עצם ווארט "סקול דיסטריקט" מיינט לגמרי נישט דער עצם המוסד, דער בנין די שטאב וכדומה,
די ווארט "סקול דיסטריקט" הייסט א געגנט א מחוז, א ראיאן,
ווען מ'האט זיך געשלאגן אין געריכט, איז אינגאנצן נישט געווען דער מדובר דער עצם הקמת המוסד, לא מינהו ולא מקצתו, דער מדובר איז געווען צו די סטעיט מעג ע"פ הקאנסטעטוציע אנערקענען מחוז קרית יואל אלס א געגנט בפני עצמו וואס זאל פירן איר אייגענע ווירטשאפט, זה הוא
אין אנדערע ווערטער דאס האבן א אייגן סקול דיסטריקט איז נאך נישט מחייב צו עפענען דער עצם מוסד, והא ראי' ס'נישטא קיין פובליק סקול פאר געזונטע קינדער אין קרית יואל, טראץ וואס זיי זענען בארעכטיגט דערצו,
יעצט אזוי, דאס פארלאנגען אז קרית יואל זאל זיין א דיסטריקט בפני עצמו, זעה איך נאך נישט ווי אפי' לפי שיטת האוסרים זאל זיין א פראבלעם, ס'וואלט דאך פונקט אזוי געקענט זיין אז קרית יואל וואלט אטאמאטיש אן קיין אינטערווענצן ווען געווארן א אייגען דיסטריקט מחמת רבוי אוכלוסין, אזוי איז דער געזעץ לויט די מספר איינוואוינער שניידט מען אויס א דיסטריקט, און קיינער צווינגט דיר נישט צו שיקן אדער פארלאנגען א פובליק סקול.

דאס הייסט ס'עכט נישט שייך צו זיין קעגן די "סקול דיסטריקט", ווייל ס'איז א דבר שאין בו ממש,

העמיר גיין א שטאפל ווייטער, איינמאל קרית יואל איז א דיסטריקט בפני עצמו, איז כל תושבי הקריה וואס וויל סיי וועלכער סארט סערוויסעס פון די "ניו יארק סטייט בארד אוו עדיוקעשן", מוז נישט זיין דוקא בעצם גיין אין א פובליק סקול, ס'קען זיין צענדגליגע סארט סערוויסעס, וואס אידן מכל השיכטן בכל רחבי ניו יארק ניצן שטענדיג מאז עד הלום, ווי למשל באסעס, טעראפיסטס, טוטערס, וכדומה וכדומה, מוז מען זיך ווענדן צו די דיסטריקט ווי יעדער וואוינט, און אין קרית יואל איז דאס די KJ סקול דיסטריקט,

האט זיך געמאכט אז מאנכע תושבי קרית יואל האבן פארלאנגט א געוויסער סערוויס פון די סטעיט, אזא מין סארט סערוויס וואס אלע פרומע אידן ברחבי ניו יארק געניסן שוין לאנגע יארן צום גוטן, דהיינו ספעציעלע הילף פאר אינוואלידע קינדער, האט דער סטעיט בארד אוו עדיוקעשן אהערגעשטעלט א בנין מפואר פונקט ווי אלע דיסטריקטס אין די סטעיט, אזוי ווי אין וומ"ב, בארא פארק, פלעטבוש, מאנסי וכדומה,
און ווי שאר הדיסטריקטס האבן זיי איבערגעגעבן די ווירטשאפט פאר די מנהיגים פונעם יענעם דיסטריקט, פערצופאל אין קרית יואל זענען זיי פרומע אידן, אבער די אינטערשטע שורה איז, די זענען אלע ארבייטער פון די סטעיט, פונקט ווי איינער זאל ארבעטן ביי די מעדיקעיד אפיס אדער ביי די פאסט אפיס, דאס אלעס געהער פאר די רעגירונג,

יעצט, עס ברויך אונטערגעשטראכן ווערן זייער וויכטיג, אז אפי' אלימלא די ווילעדש וואלט זיך אנטזאגט פון אדמיניסטרירן די סקול ווירטשאפט, וואלט דער סטעיט ווען געווען געצווינגען צו אויפנעמען א שטאב פון אינדרויסן קרית יואל, דאס מיינט א אייגענע סקול אין קרית יואל וואלט געווען אזוי צו אזי, די חילוק וואלט נאר געווען ווער די באצאלטע אדמיניסטראטורן זאלן זיין פרומע אידן אדער גוים,

השתא דאתיין להכי איז קלאר, דער עצם סקול דיסטריקט איז נישט שייך צו זיין דערקעגן ס'א דבר שאין בו ממש, דער בנין און די שטאב איז אויך נישט שייך צו זיין דערקעגן ווייל דאס איז מיוסד און תחת בעלות הסטעיט, און דאס איז נתייסד נאר צו סערווירן די איינוואוינער וואס ברויכן ציקומען צו די סערוויסעס נישט צו סערווירן די מנהיגי הקרי',

בלייבט נאר איבער, אויב איז בכלל דא א שאלה, איז נאר צו א איד מעג אנעמען א פאסטן פאר די בארד אוו עד, ווייל אויב ארבייטסטו פאר די בארד אוו עד ביסטו דיך מחייב זיך צו האלטן צו די סטעיט געזעצן, וואס איז אונטער די קאנסטיטוציע, וואס פארבאט צו שטיצן אדער שטערן רעליגיע,

כידוע, עס זענען דא פילע פרומע לייסענסד איינגעשטעלטע אידן ברחבי ניו יארק פאר די בארד אוו עד וואס זיי ארבעטן אין באקומען געהאלט פון די בארד אוו עד, די אידן וואלטן לכאורה אריינגעפאלן אין די זעלבע שאלה, מאי שנא?

יעצט צו די עצם שאלה,
דאס וואס מאנכע זאגן אז מ'האט געדארפט סיינען פאפירן אויף "דברי כפירה והודאה למינות" דאס איז פשוט אומעגליך זאל זיין אמת, ווייל די אמעריקאנער רעגירונג האט אונטער קיין שום אומשטענדן די קאנסטוטציענאלע רעכט צו כופה זיין סיי וועלכער בירגער זאל כופר זיין אדער מודה זיין און סיי וועלכער רעליגיע אנשוינונג, דאס פלעגן די טרויעריגע קרייציגלער מיט די אינקוויציע טאן רח"ל, און היינט די אלא אכבאר'ניקעס, אמעריקא איז נתייסד געווארן אויף די יסודות אז יעדער האט א רעכט צו גלייבן וואס ער וויל, עס רופט זיך "פרידאם אוו רעלידשן", וואס יא, די רעגירונג מעג פארלאנגען אז מיט "אונזער געלט" טארסטו נישט שטיצן רעליגיע, ווייל מיר דארפן שטיין אינדרויסן, אבער קיינמאל טארן זיי נישט כופה זיין וואס דער יחיד זאל גלייבן,

דאס וואס מאנכע טענה'ן אז מ'טאר נישט דארט מזכיר זיין שם ה', איז אויך נישט אמת, פשוט אלס מציאות וואס איז גלוי לכל יעדער קען דארט אריינגיין און זעהן במו עניו ווי מ'איז מזכיר דארט שם ה' רעגלמעסיג, אונטער כלערעליי לעגאלע אויסריידן און תירוצים כידוע ואכמ"ל, אזש עס קוקט אויס ווי סיי וועלכער אידישער חדר, און שם ה' ווערט נתגדל ונתקדש,

חילול השם איז אויך נישט שייך ווייל פונקט פארקערט, די רעגירונג ווילן דוקא למען השם זאלסט נישט כופר זיין אדער מודה אין עפעס, און צוליב דעם האט מען טאקע באשיינפערליך נישט געזעהן אין ערגעץ אין די גוי'אישע פרעסע אז די קרית יואל'ע האבן נאכגאלזט פון זייער רעליגיע, אדרבא מ'האט נאר פארפירט פה אחד אז דאס איז א רעפונירטער שפיל צו שטיצן רעליגיע, וואס נאר צוליב דעם איז עס אנגעקומען צום סופרים קאורט, און שמו יתברך איז טאקע נתקדש געווארן,

(אנדערש ווי למשל אין בני ברק ווי די איזראעלישע מידיע האט באריכטעט אז די זאליס האבן נאכגעלאזט פון זייער התנגדות צו ציונות, נאר א משל)

אין לאמיר שוין יא זאגן אז אפשר איז יא דא א שאלה פון אנעמען א פאסטן ביי די בארד אוו עד, מסכים,
איז צוויי זאכן, איינס דער פראבלעם איז א יחידישע שאלה, ס'האט נישט מ'קיין מייסד זיין א מוסד, ווייל קיין איד איז נישט מייסד גארנישט,
צווייטנס, לכל היותר קענסטו זאגן יש מקום לחוש, והמחמיר תבוא עליו ברכה, ווייל ווי ערווענט קיין חילול השם איז נישטא ווייל איין הבריות מרננין, ביסט נישט מודה אדער כופר אין גארנישט, ממילא ווילסט זיין פרום און שטראק מחמיר זיין, געזונטערהייט, נעם נישט אן דארט קיין פאסטן,
אבער ווי פאר א שווארץ יאר האסטו די רעכט ע"פ יושר, ע"פ תורה, ע"פ נימוס, ע"פ שכל הישר, צו פארשרייען יענעם אלס "כופר", "מעמיד צלם",
דאס איז אדער דום און נערוון קראנק אוואו צימערמאן, אדער איינער וואס איז פשוט מיסאינפאמירט,