בלאט 4 פון 6
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 3:52 pm
דורך לעקיש בעער
ס'האט זיך גארנישט געטוישט ווערט נאר ערגער פין טאג צו טאג אויב ס’נישט גענוג
קומט היינט נאכט צום אסיפת נשים אין קרית יואל פאר אלע פרויען פין ר' אהרן'ס קהילה צו פארשטערקערן די רשעות צו די מענער, ארויסברענגען ווי מיאוס’ער מ'קוקט אויס אלס מער נחת רוח פאר השי”ת.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 4:24 pm
דורך א גאסט אויף א וייל
yesiknow האט געשריבן:
נאר דאס האט מען זיי געברעינוואשט, רוב פון די בית רחל מיידלעך זענען נישט קיין מערידזש מעטיריעל - איך רעד פון אמאל, היינט קען זיין איז שוין אנדערש - זיי האבן נישט די בעסיק הבנה פון א מאן, אפילו זיי זאגן "מיי האזבענד" הונדערט מאל א טאג, די האזבענט איז א רומעיט וזהו, און זיי זענען דאס מלבש אין די רבי זי"ע אדער אין אנדערע שטותים דוק ותשכח, אבער דער בורא ווייסט דערפון, ער האט א פלאן פאר אונז אלע.
You put a "nase shamte" on all girls. so not true BH. You fell in maybe, so that does not mean all girls are like that.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 4:47 pm
דורך טאמבל סאס
.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 4:54 pm
דורך yesiknow
It's not so wet the towel
.....
You have a point that it's not ALL of them, I was referring to the vibe, the culture, the agenda, there are many exceptions to this, especially if the parents are healthy, or she has healthy friends, but in general by default, if they just follow the system without any outside influence, they will have very little feminine skin left
they are married to the Torah or to Hashem not to you.
Maybe we should take a vote in the coffee room to see if there is some truth to this.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 5:02 pm
דורך yesiknow
טאמבל סאס האט געשריבן:.
וואס איז געשטאנען דא ביטע?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 7:14 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:יהורם האט געשריבן:
טענות אויף אראנזשירטע חתונות האסטו, אבער אויף עמיצער וואס שטעלט צוזאם פופצן יעריגע מיידלעך מיט בר מצוה בחורים טאר מען נישט קיין פאראיבל האבן?
ביטע נישט פיטערן קיין פאלשע אינפארמאציע. ס'איז 7 יעריגע מיידלעך מיט כיתה ד' קינדער.
האסט נישט געקענט לאזן דיין לאגיק פארדייען א גלייכווערטל?
ביי מיר איז נישטא קיין גרויסער חילוק צווישן פופצן און דרייצן, און דער עצם פאקט אז ׳ער׳ מאכט חתונה ׳יענעמס׳ קינדער איז גענוג ביטער.
Re: פרישע יונגע כלה פרשה מיט הרב יואל ראטה
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 7:23 pm
דורך פרנס החודש
אויב איז ווען די מעשה אמת האבן די עלטערן א פשוטע מהלך
אויסניצן זייערע לעגאלע רעכטן אלס עלטערן.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:36 pm
דורך yn.NY
פרנס החודש האט געשריבן:אויב איז ווען די מעשה אמת האבן די עלטערן א פשוטע מהלך
אויסניצן זייערע לעגאלע רעכטן אלס עלטערן.
איב די מיידל איז שוין 18, האבן די עלטערן נישט קיין שום לעגאלע רעכטן מער אויף איר. סווענט זיך בלויז אין די מיידל
Re: פרישע יונגע כלה פרשה מיט הרב יואל ראטה
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:59 pm
דורך צוזאמגעדרייט
פרנס החודש האט געשריבן:אויב איז ווען די מעשה אמת האבן די עלטערן א פשוטע מהלך
אויסניצן זייערע לעגאלע רעכטן אלס עלטערן.
נישט אזוי פשוט, איינמאל דאס מיידל איז איבערגערעדט אז זי וויל דעם חתן, טראכט מען צוויי מאל איידערן גיין צו לעגאלע רעכטן.
ווער רעדט נאך אז זי וועט זיין א מיידל וואס האט אפגעלאזט א שידוך, דאס איז פיל אַרגער אינעם סיסטעם.
Re: פרישע יונגע כלה פרשה מיט הרב יואל ראטה
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 9:10 pm
דורך פרנס החודש
זיי קענען קלאגן יואלי ראהט אין געריכט פארן זיך מישן אין די ענינים פון יוגענטליכע.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 10:22 pm
דורך זיידענע העמדל
זעהסט דאך אז זיי טוען עס נישט אלע מאי מוז זיין אדער הייבט זיך די מעשה נישט אהן אדער איז די מעשה ווייט נישט אזוי געפערליך ווי געוויסע דא אויף קאווע שטיבל זוכען עס אראפצולייגן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 6:17 am
דורך שמעקעדיג
יהורם האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:יהורם האט געשריבן:
טענות אויף אראנזשירטע חתונות האסטו, אבער אויף עמיצער וואס שטעלט צוזאם פופצן יעריגע מיידלעך מיט בר מצוה בחורים טאר מען נישט קיין פאראיבל האבן?
ביטע נישט פיטערן קיין פאלשע אינפארמאציע. ס'איז 7 יעריגע מיידלעך מיט כיתה ד' קינדער.
האסט נישט געקענט לאזן דיין לאגיק פארדייען א גלייכווערטל?
זיכער האב איך עס געלאזט, אין בין געגאנגען ע"פ דרכו. די שאלה איז פארוואס האסטו נישט געלאזט דיין לאגיק פארדייען נאך א גלייכווערטל העכער דיינס!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 1:37 pm
דורך היסטאריע
נאך פרעגן און הערען, איך ווייס נישט דער מעשה ביי דער ספעציפישער כלה, אבער וואס מען טוט יא דארט איז, אז די מיידלעך וואס זענען זיינע חסידים, רעדט מען אליינס מיט זיי וועגן א שידוך מיט א בחור, און דערנאך רעדט מען צו די עלטערען אז זיי זאלען מסכים זיין. פארשטייט זיך אז ווען דער מיידל דריט א קאפ אז דאס איז וואס זי וויל, ווערט שווער פאר די עלטערען צו זאגן ניין, און זיי זענען בלית ברירה מסכים. דאס איז אין די פעלער וואס איך ווייס בפירוש.
וואס וואלט געשעהן אױב די עלטערען זענען נישט מסכים? אין ווייס נישט, עס קען זיין אז איז דא מעשיות פין אזעלכע וואס מען איז געגאנגן קעגן די עלטערען. און לאו דוקא פין יונגע מיידלעך, דער מיידל קיין שוין זיין עלטער פין אכצען.
איז ירא הקהל וישפוט. עס וועלען אפשר זיין אזעלכע וואס וועלען זאגען, בעה, ער גייט סך הכל קעגן דער נארישע סיסטעם, ווער זאגט די עלטערען דארפען האבן א דעה אויף דער שידוכים פין די קינדער?
אמת, אבער מען נוצט אויס דער מיידל. ד.ה. דער מיידל ווייסט נישט מימינה לשמאלה, און האט חתונה ווייל זי איז עקסיידעט וכו', און האט נישט קיין שום וועג פין טראכטען אויב עס איז באמת גוט פאר זי.
גראדע אין די פעלער וואס איך ווייס, זענען די עלטערען בדיעבד לכתחילה צופרידן מיט דער שידוך.
אבער וויל איינער עס זאל געשעהן ביי זיין טאכטער?
וואס וואלט ר' יואליש ראטה געזאגט ווען איינער רעדט צו זיין טאכטער זאל חתונה האבן מיט א לא יוצלח?
עס מאכט זיכער אהן היבש עגמת נפש און שלאפלאזע נעכט פאר די עלטערען.
בקיצור עס איז אפשר דא פנים לכאןַ ולכאן, עס איז נישט געפערליך שלעכט, אבער דאך א מהלך פין טרעטען אויף די הרגשות פין עלטערען.
Re: פרישע יונגע כלה פרשה מיט הרב יואל ראטה
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 6:29 pm
דורך פרנס החודש
טרעטן אויף די הרגשות פונעם סיסטעם. די עלטערן גייט עס אויך אן נאר וויל די סיסטעם זאגט אז עס איז זייער ״רעכט״ צו אפווארפן אדער ווייטער גיין מיט שידוכים פאר זייערע קינדער.
יעצט פון יואלי ראהט׳ס בליק וואס וואלסטו געוואלט ער זאל טון אנדערש? ער האט א געלונגענע שידוך אבער ער ווייסט אז די עלטערן וועט עס נישט שמעקן?
Re: פרישע יונגע כלה פרשה מיט הרב יואל ראטה
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 6:32 pm
דורך פרנס החודש
הגם פיל מאל גייט ער להכעיס זיך אנפייפן אויף די עלטערן , למשל ווען די עלטערן בעטן א טאג זיך איבערצוטראכטן, וועט ער זאגן ״ די ווארט איז היינט נאכט, מיט ענק אדער אן ענק.״ ווייל נאך אלעם זיכו ער דאך נאר קאנטראל און מאכט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 7:13 pm
דורך היסטאריע
בקיצור, ער גייט קעגן די עלטערען, און יעצט דארף מען אים טראסטן אז דער שידוך איז גוט.
וואלסטו אמאהל געוואלט איינער זאל מאכן דער דיסיזשענס פאר דיינע קינדער? עס איז זיכער אן עוולה. זיין א מחרחר ריב און אנדרייען מחלוקת צווישן עלטערען און קינדער איז געפערליכע עבירה, אפגעזעהן צו אונזער "סיסטעם" איז גערעכט אז עלטערען מאכן די שידוכים פין זייערע קינדער לפי רצונם. ר' יואליש האט זיכער נישט דער רעכט צו מאכען שידוכים לפי רצונו.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 8:10 pm
דורך איך אויך
די מער זיינע שלוחים 'פארענטפערן' עם די ערגער סאונד עס.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 6:16 pm
דורך באהעלפער
כ'בין נייגעריג ווער ס'גייט עהם ממשיך זיין...
Re: פרישע יונגע כלה פרשה מיט הרב יואל ראטה
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:37 pm
דורך פרנס החודש
איינע פון זיינע קינדער . Mark my words
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 8:14 pm
דורך משה'לע קליין
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:דאס אז אין סאטמאר האט מען נישט ליעב ר' יואל רוטה שליט"א איז נישט קיין נייעס
און אפילו אויב די מעשה וואס מ'האט אויבן געשריבען איז אמת וואס איז דער פראבלעים מיט דעים דע כלה איז א בת דעת און קענט אליין באשליסען מיט וועם זי האט חתונה און אז די עלטערן שטימען נישט צו האט עס נישט צוטאהן מיט ר' יואל רוטה
טאקע דערפאר וואס א 15 יעריגע מיידל קען אליין באשליסן וואס צו טון מוז מען זיכער מאכן אז אלע מח שווענקער ווערן פארשטילט און פארדרייען נישט קיין מוחות, לב טהור האט אנגעהויבן מיט 18 יעריגע חתנים וואס זענען שוין לכולי עלמא בעלי דעה.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 11:27 pm
דורך באהעלפער
פרנס החודש האט געשריבן:איינע פון זיינע קינדער . Mark my words
שרייב נאכנישט אונטער, ווייל די היסטאריע צייגט אז קיין איין ברעסלעווע ראש האט נישט געהאט קיין ממשיך פון זיינע קינדער. יו נעים איט!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 12:37 am
דורך Nanach
באהעלפער האט געשריבן:פרנס החודש האט געשריבן:איינע פון זיינע קינדער . Mark my words
שרייב נאכנישט אונטער, ווייל די היסטאריע צייגט אז קיין איין ברעסלעווע ראש האט נישט געהאט קיין ממשיך פון זיינע קינדער. יו נעים איט!
גראדע איז יא דא ר’ אברהם בן ר’ נחמן טולטשינער
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 12:46 am
דורך באהעלפער
און ער האט קינדער?