בלאט 4 פון 5

נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2022 10:44 pm
דורך באהעלפער
וואלווי האט געשריבן:וואס מיינסטו זעהט ער דארט?

אז גאט איז יא חרד'יש...
לכאורה! אויב מ'גייט לויט די בילדער פון 'א הילף פאר'ן קינד' גייען דתן ואבירם מיט שטאפענע היטן, און משה רבינו מיט א פלאכע ביבער הוט...
איז גאט זיכער פון ווילי...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 12:00 am
דורך דערהויבענע איד
א ענליכע אשכול וואס כ'האב געפענט:

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=15053

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 7:51 am
דורך טאמבל סאס
טאמבל סאס האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן:דו ווייסט אז פאר היטלער האט אט דאס דאס מערסטע געשטערט. אז דער פאר'כניאקטער פוילישער יודל, עקלט זיך פון א דויטשער פראפעסאר!
אבער ווען דער פארכנאקטער פוילישע אידל האט געהאט א שרעקעדיגע חלום אדער געכאפט א קדחת איז ער שוין איינמאל, אויף אלע פיהר, געלאפן צו דעם דויטשן פראפעסאר..
ואיכא דאמרי אלס געווען פוסחים על שתי סעיפים..

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 8:02 am
דורך פרנס החודש
באהעלפער האט געשריבן: און אז מיר לויפן קיין וואשינגטאן פאר אונזערע אינטערעסן, מיינט עס אז מיר ליבן זיי און שעצן זיי? אונז יודעלעך זענען אלץ געווען תוכו אכל וקליפתו זרק.
אונז זענען מיר אלץ געווען תוכו זרק וקליפתו אכל…

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 9:02 am
דורך חדשים
קל וחומר האט געשריבן:ווען א מענטש ווערט געבוירן קוקט ער אן די וועלט פון זיך ארויס, ער ווערט עלטער און זעט אז ס'דא ארומיגע קוקט ער אן דעם וועלט פון זיין צירקל/קולטור ארויס, ווערט ער נאך קלוגער קען ער אנקוקן דעם וועלט פון אנדערע סארטן פערספעקטיוון ס'טייטש אפילו פון א מענטש וואס איז מנוגד לחלוטין צו זיינע מיינונגען, ווערט ער נאך קלוגער זעט ער דעם וועלט און זעט זיך אינעם וועלטל פון א דרויסענדיגער בליק און קען זען זיינע שוואכקייטן און שטארקייטן אביעקטיוו און דערנאך קען ער זען וועלכע צירקל איז אים די פאסיגסטע זיך צו אריינגלידערן נאכן שטודירן קולטור פון א גענצליך דרויסענדיגער נייעם בליק.

ווייזט אויס אז רביה"ק האט דערגרייכט דעם העכסטן שטאפל און האט געקריגן דעם ווייטן בליק.
אויב עס איז דא אזא זאך ווי בחירה, איז דאס די וועג. צוצוקומען צו ובחרת בחיים, מוז מען אנקומען אדער כאטשיג ארבייטן צו אנצוקומען צו די שטאנד (status). וכולי האי ואולי.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 5:31 pm
דורך צוזאמגעדרייט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: אונטער'ן סיסטעם
גוטע נאמען פאר נייהויז פראדאקשאן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 9:08 pm
דורך וואלווי
אז איינער איז טאטעלי ארויסגעטשעקט פון די סיסטעם, דארף ער האלטן יום טוב שני של גליות?

אויב יו"ט שני איז אלס מסורת אבתינו איז ער דאך ארויס פון סיסטעם, און אויב אלס טעמא דאתי לקילקולא, איז דאך דאס שוין לאנג נישט שייך. תיקו.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 9:13 pm
דורך מרדכי מרדכי
עס איז מיר זייער שווער צי ענטפערן אויף אזא שאלה.
א חלק בין איך יא און א חלק נישט
פון איין זייט שיק איך נישט צי מיין קהלה'ס מוסדות
פון די אנדערע זייט בין איך כמעט פולי אין מיט די אנדערע זאכן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 9:29 pm
דורך וואלווי
דעמאלטס ווען די ביסט און דיין קהלה דארפסטו יא האלטן די צוויי טעג אלס מסורת אבתינו. אבער ווען די קומסט אהיים דארפסטו נאר האלטן כמעט אלעס ווייל די ביסט נאר כמעט אין די סיסטעם, טאקע ווייל שמא אתי לקלקולי

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 10:12 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יום טוב שני דארף מען האלטן סייווי ווייל אין חוץ לארץ האט מוצאי יום טוב נאך קדושת יום טוב ווייל לויט'ן גוי'אישן רעכענונג ענדיגט זיך די טאג אינמיטן נאכט און די קדושה צושפרייט זיך אויפ'ן גאנצן מארגענדיגן טאג. מאנכע מיינען אז יום טוב שני איז עפעס ווייניגער הייליג ווי די ערשטע טאג יום טוב ווען באמת איז עס נישט ריכטיג כדלעיל, דאס וואס ס'שטייט אז די צווייטע טאג יום טוב האט א דין פון א מנהג איז פשוט ווייל די קדושה פון איין טאג איז צוטיילט אויף צוויי טעג מילא איז עס שוואכער, און דערפאר על פי האמת האבן ביידע טעג טאקע א דין פון א מנהג. (באמת היינטיגע צייטן האט יעדע דאורייתא א דין פון א דרבנן, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך.)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 12:12 am
דורך yesiknow
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יום טוב שני דארף מען האלטן סייווי ווייל אין חוץ לארץ האט מוצאי יום טוב נאך קדושת יום טוב ווייל לויט'ן גוי'אישן רעכענונג ענדיגט זיך די טאג אינמיטן נאכט און די קדושה צושפרייט זיך אויפ'ן גאנצן מארגענדיגן טאג. מאנכע מיינען אז יום טוב שני איז עפעס ווייניגער הייליג ווי די ערשטע טאג יום טוב ווען באמת איז עס נישט ריכטיג כדלעיל, דאס וואס ס'שטייט אז די צווייטע טאג יום טוב האט א דין פון א מנהג איז פשוט ווייל די קדושה פון איין טאג איז צוטיילט אויף צוויי טעג מילא איז עס שוואכער, און דערפאר על פי האמת האבן ביידע טעג טאקע א דין פון א מנהג.

לפי ידיעתי איז דאס נגד כל הפוסקים ודי בזה לילה טוב.

(באמת היינטיגע צייטן האט יעדע דאורייתא א דין פון א דרבנן, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך.)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:20 am
דורך דאנקבאר
איך בין מוחה קעגן אלע ליצנות׳דיגע רייד וואס ווערן דא געפויקט!
און מיט דעם האב איך יוצא געווען ידי חובתי

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:24 am
דורך שמן למאור
דאנקבאר האט געשריבן:איך בין מוחה קעגן אלע ליצנות׳דיגע רייד וואס ווערן דא געפויקט!
און מיט דעם האב איך יוצא געווען ידי חובתי
גיידיר צירוק צו אייוועלט. קאטשקע נישט אהן דא מיט ליידיגע מחאות און פאשקעוויל סטיל פראזן.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:27 am
דורך מתבודד
דאנקבאר האט געשריבן:איך בין מוחה קעגן אלע ליצנות׳דיגע רייד וואס ווערן דא געפויקט!
און מיט דעם האב איך יוצא געווען ידי חובתי
זיי מוחה שטיל שטיל! וועקסט יעדעם אויף! מ’קען אויך יוצא זיין מיט א שטילע געלע מחאה.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:28 am
דורך דאנקבאר
עצי שטים האט געשריבן:
דאנקבאר האט געשריבן:איך בין מוחה קעגן אלע ליצנות׳דיגע רייד וואס ווערן דא געפויקט!
און מיט דעם האב איך יוצא געווען ידי חובתי
גיידיר צירוק צו אייוועלט. קאטשקע נישט אהן דא מיט ליידיגע מחאות און פאשקעוויל סטיל פראזן.
די מחאה איז ב״ה אנגעקומען צו די ריכטיגע אויערן!
א דאנק פארן וויסן לאזן… :P

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:37 am
דורך שמן למאור
עס וואלט געווען ראטזאם אז דו זאלסט נעמען אפאר מינוט און אדורכליינען די תקנות פון שטיבל. מיט אזא עטיטוט וועסטו זיך גאנץ שנעל טרעפן אויסגעשפארט פון קאווע שטיבל.
יא אונז האבן אויך א צענזור, טאקע נישט קיין צענזור קעגן טראכטן אפען און ברייט אזוי ווי עס איז פארהאנען אין אייוועלט, אבער א טראלל וואס קאטשקעט סתם אהן אשכולות, און איינער וואס ווייסט נישט זיינע גרעניצן, טרעפט זיך געווענטליך גאנץ שנעל אינדרויסן.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:40 am
דורך מתבודד
רואיג רואיג, געב אים נאך א טשענס, ערי’ז נאך ניי. ס’נעמט אביסל צייט...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:44 am
דורך שמן למאור
מתבודד האט געשריבן:רואיג רואיג, געב אים נאך א טשענס, ערי’ז נאך ניי. ס’נעמט אביסל צייט...
דער טראללט אוועק אויף כוחות.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:46 am
דורך [NAMELESS]
עצי שטים האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן:רואיג רואיג, געב אים נאך א טשענס, ערי’ז נאך ניי. ס’נעמט אביסל צייט...
דער טראללט אוועק אויף כוחות.
זעהט מיר אויס ווי גלגול פון חכמת שלמה, קוק אן זיין אוועטאר

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:48 am
דורך מתבודד
עמקות המחשבה האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן:רואיג רואיג, געב אים נאך א טשענס, ערי’ז נאך ניי. ס’נעמט אביסל צייט...
דער טראללט אוועק אויף כוחות.
זעהט מיר אויס ווי גלגול פון חכמת שלמה, קוק אן זיין אוועטאר
געטראכט די זעלבע! ברוך שכוונתי.
נאר קוקט אויס די כח המעצר איז אים שוואך געווארן אויפ’ן עלטער...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 2:00 am
דורך דאנקבאר
עמקות המחשבה האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן:רואיג רואיג, געב אים נאך א טשענס, ערי’ז נאך ניי. ס’נעמט אביסל צייט...
דער טראללט אוועק אויף כוחות.
זעהט מיר אויס ווי גלגול פון חכמת שלמה, קוק אן זיין אוועטאר
מיין אוועטאר בילד ברענגט איינפאך ארויס די אידישע מידה פון זיין ״דאנקבאר״.

למשל א לאנד ווי איראן וואס שלאגט זיך קעגן די מלכות המינות ימ״ש, דארפן מיט ארויסברענגען שעצונג אויף זייער קאמף, די איראנער שטייען דאך אין שפיץ מיטן מלחמת השם בעמלק, זיי קעמפן קעגן אונזערע קעגענער - די ציונים.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 2:14 am
דורך מתבודד
דאנקבאר, טעיק עי טשיל פיל.

קיינער דא איז נישט אינטרעסירט צו מכבד זיין די איראנער.
קיינער אפרישיעט נישט תגובות פון מחאות אינמיטן א געשמאקן שמועס. (דא א באזונדערע מחאות אשכול)
יעדער ווייסט אז ס’איז דא וואס האלטן אנדערש פונעם ראב”ד כלפי קברים, דאך איז קיינער נישט אינטרעסירט אין קיין מערכות.
אז די פילסט פאר וויכטיג מודיע זיין פירצות וכדו’ פאר כלל ישראל, גייסטו אין אייוועלט האבן א גרעסערע אודיענס. די ”ריעל סטאף- אידישקייט” איז דארט, נישט דא.

מיט דעם בין איך יוצא כבדהו וחשדהו.
הצלחה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 2:15 am
דורך דאנקבאר
.