בלאט 4 פון 4
נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 5:08 pm
דורך ברסלבער
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Edx9D2yaOGs[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 9:07 pm
דורך שמעקעדיג
שטארקע דיבורים!
ווער איז דאס? איך וויל אים לאדענען צו די שבת שובה דרשה אין מיין שול.
מה שלא יעשה השכל יעשה "הזמן"!
נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 9:16 pm
דורך געפילטע פיש
ער איז פון
קאלעדזש הומאר,
געווענליך זענען זיי נישט אזוי ערענסט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 9:24 pm
דורך יידל
אפילו א לץ זאגט אויך אמאל אן ערנסט ווארט...
נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 9:26 pm
דורך ברסלבער
ער זאגט גאר שטארקע ווערטער. זעהט אויס אז נאכן פארברענגען אזויפיל מיט זייערע לאכעדיגע ווידיאס איז ער געקומען צום שכל אז די צייט רינט אים ארויס פון אונטער די הענט.
אן אינטערעסאנטע זאך זעהט מען אויף די ווידיא אז די זייגער אויפן וואנט אונטערן בעל דרשן דרייט זיך אויף פארקערט. איך ווייס נישט אויב דאס איז בכוונה מרמז צו זיין אז ער וויל צוריק געוואונען די טייערע צייט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 9:42 pm
דורך ישמעאל הכהן
איך וואלט געוואלט האבן זיין זייגער. ער פארדינט צייט
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2018 11:05 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 12:08 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
זייער גוט! נאך בעסער איז אז די אזוי גערופענע עסקנים און צאדיקים קענען גארנישט טוהן עס אפצושטעלען
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 10:00 am
דורך רבינו לוי בר גרשום
לאדיך אפ האט געשריבן:איך האב אזא חקירה: צו פאסט זיך "איכא דרכא אחרינא" אויף א פילטער? דאס הייסט, מ'זאגט פאר א מענטש, אז דו ניצט די אינטענעט אן א פילטער, איכא דרכא אחרינא, א פילטער, און דערפאר נקרא רשע. (מיין שאלה איז, ווייל פון די גמרא איז משמע אז איכא דרכא אחרינא איז געזאגט געווארן אויב מ'וועט 8זיכער* דורכפאלן, און נישט אויב *מ'קען* דורך פאלן.)
די טענה פין "דרכא אחרינא" אויפן אינטערנעט איז א טענה וואס ווערט געניצט ביי רוב פונעם היימישן ציבור אבער לשיטתי האט דאס נישט קיין שום שייכות סיי השקפה'דיג אין סיי הלכה'דיג. "דרכא אחרינא" ניצט מען נאר ווען עס איז "במציאות" דא א פראבלעם (אין די דוגמא פין די גמרא פרויען ביים וואסער) משא"כ אויפ'ן אינטערנעט ווי עס איז גארנישט דא "במציאות" נאר עס ווענדט זיך אינעם מענטש וואס דרוקט די קנעפלעך
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 10:20 am
דורך הקטן
ביז זייער גערעכט, אבער אסך רבנים-דיינים וואס האבן זייער אינפערמאציע פין דימיון און פין עסקנים פארשטייען אז די "אינטערנעט" איז א חפצא של טומאה או היינו די "דרכא אחרינא" אדער שבת גוים.
אויך אויב זאל איך זאגן אז א גרויסער חלק פין די צייט וואס מען איז גולש פאלט-מען-דארך- מיט דריקען די נישט ריכטיגע קנעפליך (א חלק פין די דימוין און עסקנים, און ביי א חלק אמת) אפשר קען מען אויך זאגן איכא דרכא אחרינא, ווערט בעט דיך קוקען אויף די פרויען ביים וואסער.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 1:03 pm
דורך יין שרף
להלכה זאגט תוס' אז איכא דרכא אחרינא נקרא רשע איז נאר ווען ביידע דרכים זענען שוים, אויב אבער איז איין דרך לענגער/שווערער מעג מען דארט דורכגיין, (כמדומה רק בעצימות עיניים).
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 2:04 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אודאי איז די אינטערנעט א גוטע זאך, בעסער פון גוט. ווען נישט די אינטערנעט וואלטן
אזא מין זאך נישט געקענט עקזיסטירן, זיי וואלטן בכלל נישט געהאט קיין ווארט.
#ומלאההארץדעהאתהשם.
#ויעשוכולםאגודהאחתלעשותרצונךבלבבשלם.