בלאט 4 פון 4

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 10:00 pm
דורך באהעלפער
פאליטיקאנט האט געשריבן:דעם @באהעלפער שפריצט שנאה געמישט מיט סקווירא טיפשות אז ס'איז געוואלדיג.

יעדער איז שלעכט און דוירכגעפוילט אחוץ סקווירא רבי.

אז מרעדט שוין, ער דערמאנט מיר פון אן אנדער סקווירא טראלל וועלכע האט כסדר געעפנט ניקים דא....
למען תדע, איך האב נישט קיין סאך מיט סקווער, אויסער אז ב' ניסן גיי איך אהין, און גראדע בין איך געווען מנחם אבל זיין יעצט, ווייל כ'בין געווען אין ניו יארק ע''פ סיבה.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 10:03 pm
דורך באהעלפער
פאליטיקאנט האט געשריבן:דעם @באהעלפער שפריצט שנאה געמישט מיט סקווירא טיפשות אז ס'איז געוואלדיג.

יעדער איז שלעכט און דוירכגעפוילט אחוץ סקווירא רבי.

אז מרעדט שוין, ער דערמאנט מיר פון אן אנדער סקווירא טראלל וועלכע האט כסדר געעפנט ניקים דא....
פונקט פארקערט, יעדע יוד איז גוט, און רוב מנהיגים זענען צדיקים, נאר ס'דא א א קופה של שרצים וואס מ'דארף באזאלצן די מארעך, אז ס'זאל זיך נישט 'נשתכח'נען זייערע ''מעשים טובים'' ווען ס'געווען המולך מצרפת עד בעלהארבער

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 3:48 pm
דורך טאהש'ער אייניקעל
באהעלפער האט געשריבן:
EiyPcw2XYAYY0GT.jpg
https://www.youtube.com/watch?v=IvCf3s3lCLU

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 8:48 pm
דורך שמן למאור
באהעלפער האט געשריבן:מפי עדות הגאון מלויאב-אומאן וואס זיינע עלטערן האבן עהם קלאר געוויזן דעם ארט.
איך האב דיר שוין אנגעפרעגט אין אישי די מקור אויף די לאנגע אנטי ברסלב מאנעפעסטא וואס די האסט אויבן געברענגט. און סך הכל איז עס עפעס א צוואה פון אן אלטער אידל אין עפעס א דערפל.
איך ווינדער זיך ווי די אלע ברסלבע מקורות מיט מעשיות מאכסטו אזוי אוועק בשתי ידים, אבער אין די זעלבע צייט קויפסטו אפ באבא מעשיות פון עפעס אן אלטע איד וואס האט פיינט געהאט ברסלב, אדער עפעס אן עדות פון הגאון מלויאב-אומאן האעווער די העק דעס איז.
אתמהה?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 8:53 pm
דורך באהעלפער
רוב דברים שטייט אויך אין די כתבי הגאון המפורסם ר' יאשע שו''ב זצ''ל, וואס האט עס אראפגעשריבן מפי האדמו''ר הראשון מסלאנים זי''ע.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 9:17 pm
דורך שמן למאור
באהעלפער האט געשריבן:רוב דברים שטייט אויך אין די כתבי הגאון המפורסם ר' יאשע שו''ב זצ''ל, וואס האט עס אראפגעשריבן מפי האדמו''ר הראשון מסלאנים זי''ע.
אדער האט דער יאשע שו"ב (איינער האט אמאל געהערט פון אים??) עס אויסגע'חלומ'ט ביינאכט..

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 9:47 pm
דורך מחצה''ק
עצי שטים האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן:רוב דברים שטייט אויך אין די כתבי הגאון המפורסם ר' יאשע שו''ב זצ''ל, וואס האט עס אראפגעשריבן מפי האדמו''ר הראשון מסלאנים זי''ע.
אדער האט דער יאשע שו"ב (איינער האט אמאל געהערט פון אים??) עס אויסגע'חלומ'ט ביינאכט..
סדא א ספר כתבי הר''י שו''ב

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 9:56 pm
דורך שמן למאור
מחצה''ק האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן:רוב דברים שטייט אויך אין די כתבי הגאון המפורסם ר' יאשע שו''ב זצ''ל, וואס האט עס אראפגעשריבן מפי האדמו''ר הראשון מסלאנים זי''ע.
אדער האט דער יאשע שו"ב (איינער האט אמאל געהערט פון אים??) עס אויסגע'חלומ'ט ביינאכט..
סדא א ספר כתבי הר''י שו''ב
און אז ס'דא א ספר מיינט אז אלעס וואס שטייט דארטן איז אמת?
ס'איז אויך דא א ספר פון מעשיות פון די גולם פון פראג פון ר' יודל ראזנבערג ע"ה.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 10:02 pm
דורך היסטאריע
באהעלפער האט געשריבן:דער קדושת לוי האט געמאכט א חרם, אז אינעם שטאט בארדיטשוב טאר קיין נאכפאלגער פון דעם כת נישט אריינטרעטן.
פונקט דער בארדיטשובער האסטו געקליבן? פונקט ער איז געווען פון די גרעסטע לוחמים קעגן דעם כת.

איינס נאך עהם איז געווען ר' פינחס'ל קאריצער, וואס האט שטארק פארפירט קעגן זיי, און געזאגט אין אסאך געלעגנהייטן, אז ס'איז מוקצה מחמת מיאוס. זייענדיג עבודה זרה
ליגענט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 2:44 pm
דורך תרמב
עצי שטים האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן:רוב דברים שטייט אויך אין די כתבי הגאון המפורסם ר' יאשע שו''ב זצ''ל, וואס האט עס אראפגעשריבן מפי האדמו''ר הראשון מסלאנים זי''ע.
אדער האט דער יאשע שו"ב (איינער האט אמאל געהערט פון אים??) עס אויסגע'חלומ'ט ביינאכט..
אין מאחורי איז דא אסאך זאפטיגע מעשיות וואס ער ברענגט אין זיין ספר, כאפ א בליק אין די אשכול פון סיפורי צדיקים בענייני מאחורי.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 5:58 pm
דורך הגיון
וואלווי האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן: רוב רובם האבן "נישט" געהאלטן פון רבי נחמן אויף די שטייגער וויאזוי ער האט גערעדט פון זיך (וועגן דעם שרייבן די ברעסלאווע געפערליך מיאוס קעגן אנדערע צדיקים).
אבער אפילו פון רבי נחמן האט מען אביסל געהאלטן טראץ טענות, האט מען פון רבי נתן בכלל נישט געהאלטן, קיינער איז נישט געפארן צו אים, קיינער ברענגט נישט פון אים, דער הייליגער סאווראנער וואס איז געוועןפון די גרעסטע צדיקים בדורו האט געהאלטן אז דאס איז אן עבודה זרה (ווייל מען ווערט מתוקן בלויז מיטן קומען וכו'), די בעלזא זענען געווען אויסגעשפראכן קעגן די גאנצע ברעסלאווע באוועגונג, שוין אפגערעדט די טשערנאבלע גזע, די ריזשינע גזע, קיינער האט נישט געהאלטן פון רבי נתן.
רבי נתן איז געווען א וואוילער איד מיט א שטארקע תמימות, אבער מען האט קלאר נישט געהאלטן פון זיינע אלע נייע אינטערסאנטע חידושים.
א. זייט ווען מיינט אלע צדיקי דורו א סימן אויף עפעס בכלל? נעם למשל ווען התאחדות האט מחליט געווען צו באגראבן די מסית ומדיח (הוא רחום יכפר) הרב י.ד. רוקח (כלשונם השפל...) האבן זיי געהאט "אלע צדיקי הדור" מיט זיך, און זייער כרוז נישט נאר ס'נישט ווערד געווען לצור ע"פ צלוחית, נאר אנגעשמיצט איעדען צלוחית, פארעקלט כח רבנים אויף די ערגסטע וועג זייט די קריג. בעלזער רב האט ריקאווערט, אבער די געמיינע התאחדות ואביזרייהו מיט זייער קול קורא'ס זענען געווארן די מערסטע ווערדסלאזע ארגיניזאציע און ארה"ב וקאנאדא.

איך זאג דאס נישט אלס מחלוקת סאטמאר בעלז, און פליז לאמיר נישט אהין גיין. ס'דא גענוג און נאך פון די קליין הייפעלע ערליכע יודען וואס וועלן אייביג דא זיין, און ווײטער זיין פאנטרעגער פון חרדיסיזם. אבער פונקט אזוי ווי מחלוקת צאנז און סדיגורא, וועפט די קאמף אויס, דער חיה בלייבט חיה, און די וואוילע אידען כשלעצמם מאכן זיך נישט משוגע און טוען וואס זיי האבן צו טוהן.

'המפורסם' אין צריך ראיה, און די נמשל איז ר' נחמן אלס בעלזער רב, און התאחדות אלס די רוזין/טשערנאביל צד. ר' נחמן האט איינגענומען די וועלט, און מצד שני, לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז פון אסאך פון די ערליכע צדיקים פון די אנדערע רוסישע רבי'ס ווייסט מען אין די ברייטע וועלט היינט בכלל נישט צו זאגן פון זיי. פון די הונדערטע צדיקי בית טשערנאביל און רוזין ווייסט מען אויף די וועלט אפשר צוואנציג פראצענט צו זאגן ווער זיי זענען געווען אין זייער לעבן באמת, זייער השקפה און דברי תורה. פון די אנדערע איז דא ווערטליך, ספרים, עובדות און מנהגים, הייליגע ענינים, אבער אין די ברייטע וועלט פון די ארטאדאקסישע אידנטום, נעמט ר' נחמן איינע פון די טאפ סלאטס אלס משפיע צוויי הונדערט יאר לאחר פטירתו, די התנגדות פון צדיקים איז ערגעץ נישט אנגעקומען.

ב. דיין קאממענטס אויף ר' נתן צייגט אז דו האסט נישט קיין ידיעות אין היסטאריע פון ברסלב און וואס השפעת החסידות איז. די ווערטער פון ר' נתן זענען איינע פון די מערסט פארשפרייטסטע דברי תורה און די היסטאריע פון חסידות. ר' נתן איז די שרייבער פון ר' נחמן'ס תורה ובשליחתו, ער איז נישט סתם א תלמיד הכותב, נאר די עצם איבערגעבער דורך לשונו הזהב, פאר דורי דורות, חסידישע יודען, מאדערן ארטאדאקס, ספרדים, אקעדעמיקס פרייע און פרומע, א כח וואס איז זעלטן אזוי משפיע אויף כלל ישראל. ס'איז אפילו דא א מעגליכקייט צו זאגען אז ליקוטי מוהר"ן איז די מערסטע געלערנטע חסידיש ספר אויף די וועלט. דאס איז געווען ר' נתן. ער האט דעליווערד איינע פון די גרעסטע מסירת התורה אין די לעצטיגע הונדערטע יאר. די ספר ליקוטי מוהר"ן איז פון די שענסטע געשריבענע חסידישע ספרים, דאס איז די פירות פון ר' נתן, א השפעה שכמעט אין כדוגמתו.
_______________

באופן כללי, אזוי ווי אלע מחלוקת'ן איז דא אסאך פשוט'ע ענינים אין דעם חוץ פון די לשם שמים'דיגע חלק. די צדיקי טשערנאביל סיסטעם איז שוין געווען א סיסטעם דעמאלטס אויך. מ'האט זיך אויסגעשפרייט איבעראל, זיך ערלעדיגט "מגיד מישרים" פאסטענעס, איבערגענומען קהילות. ס'איז נישט קיין זלזול און די צדיקים גופא, ווייל כך הוא דרכה של תורה. די שטער איז אבער געווען אז חסידי ברסלב האבן זיך נישט געבויגן פאר די נייע סיסטעמייזד סיסטעם, האט עס נישט געקלאפט מיט די עסטעבלישמענט. די זעלבע געים ווי היינט. דאס וואס ר' נחמן שרייבט "מפורסמים" מיינט ער אונזער היינטיגע סיסטעם, וואס "רובא דרובא" (האסט ליעב מיין לשון? כ'האב עס פון דא אויפגעפיקט. ייש"כ...) פון אונז וועלן מודה זיין אז מיר ליידען היינט פון די עסטעבלישמענט סיסטעם. עכ"פ מיר זיכען אויך צו ארויסקריכן פון די סיסטעם סייד עפעקטס, און קאנשעסלי אדער סאבקאנשעסלי לעבט אין אונז די גייסט פון ר' נחמן און ר' נתן זי"ע.
@וואלווי
דו זאגסט דאס נישט אלס מחלוקת סאטמאר בעלז, און דו ערווארטסט אז קיינער זאל דאס נישט דיבאנקן? די משל איז היבש שלעכט, און למעשה גייט מען דעם ק"ק שטודירן פאר לאנגע יארן. בעלזא איז טאקע א שיינע חסידות כהיום, אבער די פירער זייערע האט א וואלקן העכער זיין קאפ. ווי הויך דו זאלסט נאר שרייען קענסטו נישט דעם וואלקן אוועקנעמען. דער ק"ק - טייל חותמים זענען טאקע מזיוף - איז למעשה גאר שטארק ווען מ'גייט דאס באטראכטן אין 100 יאר ארום.

די לעבנסשאפונג פון ר' נחמן איז זייער פארהוילן. און וויפיל עס איז נאר געשריבן געווארן געבט דאס זייער אן ענגן בליק איבער זיין באגריף. ער איז אוועק זייער יונג, ער איז געווען זייער קלוג, זייער געריבן, אבער האט זיך צו'אמפער'ט מיט אפאר גרויסע רבנים בשעתו. און נאך מער צו'אמפער'ט האט זיך זיין תלמיד מוהרנ"ת.

צו שרייבן אז ר' נחמן האט איינגענומען די וועלט איז ווי צו זאגן אז ר' מרדכי שטיינער האט איינגענומען די וועלט.

רבי פיני דונער האט מיט עטליכע יאר צוריק געגעבן א הערליכע שמועס איבער די יונגע לעבן פון רבי נחמן, די בעסטע וואס כ'האב נאר אמאל געהערט. לויט אים איז די סיבה פארוואס רבי נחמן איז אזוי קאנעקטעט מיט זיינע חסידים, וויבאלד דער רבי האט זיך פונקט אזוי געמיטשעט מיט נסיונות. אנדערש ווי אנדערע רבנים וואו די מעשה וואס די חסידים דערציילן איבער זייער רבי'ן איז אז זיי זענען געווען קדושים מבטן ומלידה, און געקענט ש"ס ביי די 9 יאר וכו' וכו', איז רבי נחמן געווען א צדיק וואס איז געווען זייער קלאר מיט זיינע נפילות און ירידות, און שטארק גערעדט איבער דעם וויאזוי זיך אויפצוהייבן, שבע יפול צדיק וקם. און דאס איז וואס האט רעזינירט אזוי שטארק מיט מענטשן.

בלייבט אבער איבער צו וויסן אויב אנדרערע רבי'ס האבן געהאט די זעלבע געשיכטע, נאר רוב פון זיי זענען אוועק אויף די עלטער, ווען די רתיחת הדמים האט שוין נאכגעלאזט. ווידער רבי נחמן איז אוועק אין די סאמע ברען פון רתיחת הדמים, און מעגליך אויב וואלט ער נסתלק געווארן שפעטער וואלט ער גערעדט פון אנדערע זאכן.

ווי שטארק די נעפל איז ארום רבי נחמן איז די נעפל נאך מער ארום רבי נתן.

אויב וואלט רבי נחמן פארמאגט נאך אזא סארט תלמיד, אפשר וואלטן ברסלבער תורות געהאט אן אנדערע מושג?

האט רבי נחמן געזאגט טאקע אלע תורות?

וויפיל פון די תורות זענען איבערגעטריבן געווארן דורך רבי נתן, אדער וויפיל זענען פארלוירן געגאנגען ביים אראפשרייבן?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 7:10 pm
דורך מחצה''ק
עצי שטים האט געשריבן:
מחצה''ק האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן:רוב דברים שטייט אויך אין די כתבי הגאון המפורסם ר' יאשע שו''ב זצ''ל, וואס האט עס אראפגעשריבן מפי האדמו''ר הראשון מסלאנים זי''ע.
אדער האט דער יאשע שו"ב (איינער האט אמאל געהערט פון אים??) עס אויסגע'חלומ'ט ביינאכט..
סדא א ספר כתבי הר''י שו''ב
און אז ס'דא א ספר מיינט אז אלעס וואס שטייט דארטן איז אמת?
ס'איז אויך דא א ספר פון מעשיות פון די גולם פון פראג פון ר' יודל ראזנבערג ע"ה.
פרעגטס צי מען האט געהערט פון עם איז די תירוץ יא

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 10:03 pm
דורך שמן למאור
מחצה''ק האט געשריבן: פרעגטס צי מען האט געהערט פון עם איז די תירוץ יא
אודאי האט מען געהערט פון אים, @באהעלפער האט נישט אויסגעטראכט דא קיין נאמען. מיין פוינט איז אז ער איז נישט קיין מוראדיגע באקאנטע פערזענליכקייט, און לאו דוקה א פארלעסליכע מקור.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 9:50 pm
דורך הגיון
A tale pf two stories

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 9:50 pm
דורך הגיון
.