עצי שטים האט געשריבן:
די פראבלעם איז אז די ברענגסט אויך נישט קיין נומערן..
אז דו ווילסט דוקא נאדיר די דאטא פון
קרית יואל און פון סקווירא דאס איז נישט נארמאל. אפילו אויב זאל די poverty לעוול שטיין ביי 25% איז דאס נאך אלס זייער אסאך מענטשן וואס ווערן געפעילט פון דעם צולעכערטן סיסטעים. אין די קעיס פון ק"י האט מען גערעדט פון ממש בזינות, הגם די ניו יארק טיימס באריכט אויף קרית יואל איז עלף יאר אלט, בליק'נדיג אויפן לעצטן
צענזוס האבן זיך די ציפערן נישט עפעס דראסטיש געהויבן. דעמאלטס זענען טיפישע קרית יואלאא געווען עניים ואביונים, און יעצט זענען זיי בלויז אביונים...
וועסטו זיך אוודאי ארויפכאפן אויף דעם און זאגן הא הא אבער פון פאפא שטעטל, יוניאן סיטי און קענזינגטאן האסטו נישט, און דעריבער איז נישט מעגליך שבעולם צו האבן אן איידיע וואס דארטן טוט זיך פונקט... ענטפער איך אני הקטן מ'דארף נישט נעמען קיין ווילדע געס וויפיל אנדערש די ציפערן זענען אין דורכשניט, אין אנדערע סעקטעס וואס האבן מער ווייניגער די זעלבע לעבנסשטייגער און די זעלבע שוואכע ענגליש עדזשקעישן אביסל ארויף אביסל אראפ, דהיינו אין ב"פ פיר מאל שוואכער ווי די נידריגסטע סטאנדארט און אין באנדרא זעקס מאל שוואכער... ווייל די בעסטע חסידישע מוסד איז היבש אפגערוקט פון עקוויליענסי. אבער שאר, מ'טאר נאכנישט לויפן צו קאנקלוזיעס חלילה און מ'דארף ווארטן אויף סייענס, ווייל דעמאלטס גייסט עס אוודאי גלייבן... ווייל אונזערע וואוילטעיטיגע סייענס דינייערס זוכן דאך נאר דעם אמת...
עצי שטים האט געשריבן:
די טענה איז דא אז חסידישע עדוקעישן גרייט נישט אהן די קינדער צו קענען האבן געהעריגע פרנסות.
דאס איז איינע פון די טענות, נאך א טענה איז, אז עס פעלט אין גרייטקייט צו זיין א נארמאלע מענטש צווישן מענטשן, א נארמאלע מענטש מיינט, אן עטוואס געבילדעטער פערזאן אויסגעקאכט כאטשיג אין די ערשטע 3 פאזעס פון די גאנצע זיבן דרגות פון עדוקאציע, דעפינירט דורך די יו. ען. 'ס אינטערנאצינאלע סטאנדארט קלאסיפיצירונג פון עדוקאציע (א סטאנדארט וואס ווערט נאכקאפירט אין איבער 180 מדינות און שטאטן איבער די גארער וועלט) א נארמאלע מענטש מיינט איינער וואס קען רעדן די שפראך אין די לאנד ווי ער וואוינט, קענען צאמרעכענען חשבונות אן קיין רעכענערס, קענען ליינען בריוון אן א ווייב, קענען פירן לענגערע געשפרעכן מיט אגענטורן אין א פליסיגן ענגליש אנע שטאלפערונגען, קענען אויסשטעלן און שרייבן אן אייגן געמאכטע טעקסט אדער אימעיל אן קיין טייפאוס אדער גראמאטישע ערארס, און אן זיך דארפן פארלאזן אויף ספעלטשעק (א זאך וואס כ'האב מיך אנגעהויבן אפצוגעוויינען דערפון) און פאר א נויט קענען אונטערשרייבן ס'אייגענעם נאמען אין סקריפט, האבן אן אלף בית אהנונג פון סטע"ם, קענען די אלף בית פון פאליטיק צו קענען שטימען אויף די אייגענע מיינונג און פארשטאנד און נישט ווייל עפעס א שילד אין די גאסן פאדערט אויף צו שטימען מיט א בלאק וואוט, וויסן וואס מיינט ווערטיקל און וואס מיינט ענגלס, וואס איז א דיימענשן און וואס איז א פערימיטער - נישט ווייל איין טאג גייט ער אויסשטייגן אן ארכיטעקט, נאר פשוט ווייל ס'העלפט צו צום לעבן דאס צו קענען סתם צו פארשטיין וויאזוי די וועלט ארבעט (ניין, נישט פון קיין עפפ אויף א טעלעפאן, נאר טאקע פון זיך אליין ווייל די ברעין איז נאך די בעסטע עפפ) פונקט ווי מ'לערנט אסטראנאמיע צו פארשטיין די ליכו חמה און ווען ס'איז א שנת העיבור, גארנישט מיט געלט זאכן. סתם אומשולדיגע פרומע ידיעות פון די אינטערסאנטע וועלט. בנוגע פרנסות, מ'קען דאך נישט אלעס פארזעהן וויאזוי איטליכער סטודענט'ס לעבן גייט אויסקוקן אויף די האר, פאר דעם דארף מען טאקע לערנען מער און אוודאי נישט ווייניגער צו פארזיכערן ס'זאל זיין א דבר השוה לכל נפש. ס'איז דא נאך צענדליגע זאכן וואס איך קען דא צולייגן איך בין שוין פשוט מיד פון עס איבערקייען אין יעדע תגובה... ווייל דער וואס וויל עס שטארק וויסן, ווייסט עס שוין, און ווער נישט וועט זיך ווייטער מאכן טעמיש...
עצי שטים האט געשריבן:
אויף דעם ברענגט פערלאוויטש זיין אייגענע עקספיריענס און פון אסאך אנדערע, אז ער פארדינט יא גאר שיין און גאר אסאך מאכן פיין פרנסה אין די היימישע קאמיוניטי.
פיין, אבער וואס האסטו פון דעם? האסט דאס נישט געוויסט ביז יעצט? איך פארשטיי נישט. לאמיר דיר אזוי פרעגן: איזי ענגלענדער לעבט אויף פוד סטעמפס? און זיינע נאנטע פריינט און קליענטן יא? איז דען פון דעם געדרינגען וואס די דורכשניטליכער אינגערמאן וואס הארעוועט אין משנת יונה מאכט א יאר? הענס מיין משל פון קים דזשאנג אן.. אז מ'קוקט אויף אים איז דאך געדרינגען אז יעדער אין זיין לאנד האט וואס ער האט, אזוי סאונדט פערלאוויטש. טשעריפיקן אינפאו יו קוק ווי רייך הערשל שרייבער איז, איז נישט קיין חכמה און אויסער א נפחה לייגט עס גארנישט צו.
עצי שטים האט געשריבן:
ער ברענגט טאקע נישט קיין נומערן מיט סטאטיסטיקס ווייל כ'ווייס נישט צו ס'איז דא.
אזוי זאגסטו, און איך זאג, די סיבה איז אז א מענטש וואס איז נישט דא צו האבן אן אויפריכטיגע וויכוח נאר צו נפחה'ען פראפאגאנדע מיט איינזייטיגע טאלקינג פוינטס, דארף נישט קיין פאקטן, ווייל בייעס קומט מיט מיט יעדע מוח, און דעריבער קען איך אים קומען אפפרעגן ווייל כ'האב שוין ברוך השם דורכגעטוהן פאלאסיס און קאגניטיווע בייעסעס און איך רוף אים אויס אויף דעם פאר א סיבה. ווייל כ'ווייס אז נישט אזוי געווינט מען א דיבעיט. אז מ'קען די כללים פון לאגיק - וואס איז כדאי צו לערנען מיט יעדן קינד אין חדר און אין שולע - ווייסט מען פארוואס זיינע ווערטער ארבעט נישט מיט אביעקטיוויטי. און אז מ'קען עס ניט, קוקן זיינע ווערטער אויס ווי א האום-ראן וואס די מאסן ציצקען זיך מיט באגייסטערונג, און זאגן נאך מיט א צוועלף אוינציגע תמימות.
עצי שטים האט געשריבן:
און אז איינער וויל דוקה טון עפעס וואס ער מוז יא קענען ענגליש דערפאר, איז אים גארנישט אזוי שווער זיך שנעל ציצולערנען.. אזוי ווי גאר אסאך טוען טאקע.
די קענסט גאנץ א גוטע ענגליש סאנטיאגא.. אין וועליכע פאבליק סקול האסטו געלערנט?
פארוואס זיך
צולערנען ווען מ'קען בלויז לערנען? ביזט א גוטער אויף יענעמ'ס חשבון זאג?
how about רייס אויס דעם גאנצן ענגליש פונעם סדר היום און די נעבעכדיגע ביסל וואס מ'גיט געב אויך נישט ווייל ס'איז דאך גאר גרינג שפעטער?
טאקע מיינסטעס נישט ערנסט? אסאך טוען טאקע אזוי? ווי ביי קאופ אינסטיטוט? פאר בלוטיגע שווערע אלפים רייך צו מאכן דוד צוויבל דער פאר'סם'טן היפאקריט וואס איז אליינס געווען אין קאלידזש און יעצט וויל ער העלפן די חרדי'שע מוסדות אפצוהאלטן זייערע קינדער פון האבן אזא אפציע בכלל? און וואס איז מיט די ווייניג וואס טוען עס נישט? זיי קומען טאקע נישט אן און מוטשענען זיך ווי אלע אנדערע עמך אידן? צו זיי זענען גאר די לענדלארדס?
דו ווייסט וואס נאך ס'איז גרינגער שפעטער? פארשטיין קאסמאלאגיע, פיזיקס, און בריאת העולם, אבער דאס האט נישט קיין צייט צו ווארטן ביז שפעטער שוין דארף מען דאס לערנען גאר קליין...
נישט אז ס'שמעקט מיר נישט די קאמפלימענט, אבער איך ווארף עס אפ ווייל ווען דו זאלסט ווען ריאליזירן וואס גוטע בעסיק עדזשוקעישן "קען" זיין וואלסטו מיר דאס נאכנישט פארגינט, באמת. מ'רעדט דא פון שטותים... הער אויס פאדקעסטס , ליין ביכער, קוק יוטוב, געוואלד! וויפיל אינהאלטסרייכע און וויכטיגע אינפארמאציע מיר פארפעלן. געוואלד!
עצי שטים האט געשריבן:
פארשטייט זיך אז אויב א יוקל ווי יוסף קרויס טאנצט ארויס פון קרית יואל גראד אריין קיין מוקדאנעלדס צו ווערן א סערווירער, וועט עס נישט ארבייטן. ער ווייסט נישט וואס מען רעדט צו אים. אבער דאס זענען בלויז יחידים.. און מען קען דאך נישט ברענעגען קיין ראיות פון יחידים.
און דאס איז נאך זיין שולד אויך? טויזנט פראצענט אז די חינוך וואס מ'גיט אין היימישע חדרים איז נישט דיזיינט (יעצט) צו פראדוצירן פראדוקטן וואס קענען א פערפעקט ענגליש. און דאס איז אים צו בלעימען?
ביזט אזוי פאני, דו שטייסט און פארטרעטס דעם ווידיא ווי איינער טשעריפיקט אינפארמאציע אויפצובלאזן ווי רייך אונזער געמיינדע איז באמת, און מיטאמאל קען מען נישט ברענגען קיין ראיות פון יחידים? איך בין שיכור אדער עפעס? איך ווייס נישט וויפיל מענטשן איז ביי דיר גערעכנט אלס א רבים, (א מינאריטי קען אויך זיין א רוב. רוב = אסאך) באט צענדליגע מענטשן וואס פארלאזן ארטאדאקסישע שיכטן און קרייזן פון איבעראל פון טענה'ן שוין פאר לאנגע יארן אז די מאנגל אין א בעסיק עדוקאציע שטייט זיי ווי א דארן אין אויג און מאכט זיי נישט גרינגער דאס לעבן. פארגעס פון יעדע סוביעקט וואס איך פארפיר דערוועגן. נאר פאר וואוקעבילערי אליינס קומט זיך זיי מכת מרדות. האסט א השגה וואו ווייניג ענגלישע ווערטער א חסידישע אינגל קען? האסט א אהנונג וואו ארים נאר די איינע סוביעקט איז?? ס'איז נישט קיין דזשאוק. אבער דאס איז דאך אפאר אומגעזונטע מענטשן וואס האבן אביסל ווייטאג סא זיי זענען לכאורה שולדיג אין דעם..
עצי שטים האט געשריבן:
די עוורידזש פארדינער אין אמעריקע פארדינט צעווישן 40k און 60k יערליך
עיין כאן
דאס ווייסט יעדער קלאר אז ווער עס זיכט נאר א פרנסה אין די היימישע געגנט מאכט אזוי פיל. אפילו מלמדים מאכן בערך דאס, און מלמדים הייסן די אינטערגעצאלטע.
WOW
מיט די שטערבליכאויפגעבלאזענע סוקסעסן וואס חרדים גרויסן זיך, גלייכסטו זיך פלוצים צו צום עוורידזש? לויט די נעראטיוו וואס דו קויפסט אפ ביזט דו דאך אן עבאוו עוורידזש! נישט אזוי האב מיר געשמועסט? עדזשוקעישן = טענענט חרדישע-עדזשוקעישן = לענדלארד
איך בעט דיר, דו סעטלסט מיר פאר 60 טויזנט דאלער סיריעסלי? דיינע פינגער שפירן די ווערטער וואס זיי טייפן?
עצי שטים האט געשריבן:
אבער איך זיך אויך די נומערן.. אדרבה ברענג סטאטיסטיקס צו איז דא ביי אונז פארצענטואל מער אדער ווייניגער עשירים ווי און אנדערע קאמיניטיס.
איך ווייס נישט וואס מיינט "אנדערע קאמיוניטיס" ווילסט טאקע איך זאל טרעפן א געטאאישע געמיינדע אזוי אפגעזונדערט פון די וועלט סאציאליש, און עלעקטעראניש, סמעק אינמיטן ניו יארק מיט אזא הויעכע געבורט ראטע? ווי טרעפט מען דאס אזאנס? דאס איז נישט דא דא, דארפסטו אפרייזן קיין סאלט לעיק סיטי.
עצי שטים האט געשריבן:יא, ענגליש קענען אונז ווייניגער ווי די פאבליק סקול דאון די בלאק. אבער קאמפעיר אויך די פארדינסטן פון די צוויי גרופעס... האסט נומערן?
ס'איז א שאד מ'קען נאך נישט לייגן קיין דזשיפס אהער, יוטובער'ס געבן אמאל אזא ווארף אריין א קורצע אויסצוג פון א מאווי ווייל ס'קומט אריין..כאפט מיר אן א תאווה'לע צו שטעלן דא א שטיקל פון מרדכי הערש הערשקאוויטש אויף די אלטע נייט יוניט קליפ, "האלא נומבערס! נישט דיין נאמען, וואס איז דיין יוניט נומבער?"
נומערן קען מען דורכטוהן א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, קלוגער וועט עס אונזערע קינדער נישט מאכן...
עצי שטים האט געשריבן:
די פוינט וואס זיי ברענגען וועגן ווי געקניפט און געבינדן די קאמיוניטי איז, מיינען זיי צו אפשלאגן מיט דעם דעם געדאנק אז מען דארף אויפלעזן די חסידים. יא, כ'ווייס אז די קוקסט עס נאר אהן ווי די סטעיט וויל פשוט געבן פאר די חסידים אביסל מער עדיוקעישן.. אבער זיי קוקן עס נישט אהן אזוי. זיי זעהן בלויז ווי די גאווערמענט זיכט זיך אריינצימישן און זיי מאכן פאר אויס. היום אמר לו עשה כך ומחר..
I'm glad you asked סא היום אמר לא עשה כך איז פון די ערשטע פאלאסיס אין דע בוך וואס יעדער ידען אין פאליטיק האט שוין געהערט דאס הייסט the slippery slope דאס מיינט, מ'קען נישט - נישט טוהן עפעס מחמת מורא אז יענע זאך וועט גורם זיין נאך א זאך, וואס וועט ווארשיינליך גורם זיין א דריטע זאך, און א אכטע זאך. און אזוי ביייייזז ס=קס טרענס וכל מילי דמיטב. סטאפ איט, ווען מ'עט האלטן דארט וועט מען זעהן דאן! אין הלכה ארבעט עס טאקע אנדערש, אז אפילו אויב א באלב איז נישט פייער, אבער פון דעם וועט קומען א ציגערעטל און אזוי א נעטפליקס, ==== ביז מ'שמד'ט זיך שוין אינגאנצן, נישט נאר זיך! נאר די קינדער מיט די רינדער נאך אינעם זעלבן שבת... איך מיין דו פארשטייסט אליינס אז דאס איז קלעציג ביז גאר. די גוטע נייעס איז: נישט אזוי מאכט מען געזעצן, און די רעגירונג זוכט זיך נישט דאס.
עצי שטים האט געשריבן:
זיי טראכטן שוין פון די סע*ס עד מיט טרענס אדילאגיעס וואס מען וועט באלד באצווינגען צו לערנען. די טענה איז אזוי, האסט א קאמיוניטי וואס שטערט נישט די מענטשהייט, זיי פאלן דיר נישט איבער אין די גאסן מיט גאנס,
דאס זענען די איינציגסטע וועגן וויאזוי מ'שטערט די מענטשהייט הייסט? כ'האב נישט געוויסט. מאלעסטעישן און דאס אונטערדריקן פרויען און אויך בחורי חמד, איז נישט אזוי געפערליך ווי א נארישע העיטקריים? וואס וועט זיין מיט די מענטשן רעכט פארלעצונג פון די רייט טו עדזשוקעשן?
עצי שטים האט געשריבן:
זיי קלאפן נישט אראפ ענקער קעפס אין די גאסן, מער ווייניגער ארבייט פיין די סיסטעם הפרנסה פאר רוב
עולם, א"כ ליוו ענד לעט ליוו. נישט דאס איז די פראבלעם פון ניו יארק סיטי, אז עס זענען פארהאנען חסידים. ווען די גרעסערע פראבלעמען וועלן ווערן געלעזט קענסטו זיך נעמען צו אונז...
פון two wrongs don't make one right האט איר שוין אמאל געהערט?
מ'נעמט זיך נישט צו דיר, אנפארטשענטלי זענען דא באנדיטן, מוסרים ומלשינים רעים, מזרע ישראל שש"י וואס האבן אויסגעזאגט העכסט געהיימע סודות וואס האט בעצם געזאלט בלייבן א געהיים לעולמי עד אבער איז למעשה ארויסגערינען, איינמאל דאס האט דערגרייכט די פעיק ניוז פעלינג מידיא, איז שוין געווען כלו כל הקיצין, און מ'האט ענדליך אנגעהויבן מאכן סדר, אבער עטס האטס ענק גענומען צו זיך אליין... סארי אבאוט דעט.
עצי שטים האט געשריבן:און דאס אז די זיכסט דוקה דעם חסיד פון ווילי, דאס ווייזט אז נישט עפעס ענגליש מיט רעכענען שטערט ענק, נאר וואס שטערט ענק באמת איז די שטריימל און בעקיטשע...
קענסט אונז ביטע ערקלערן גאר קראנט, וויאזוי גייט די שטריימל קרוין קלענער ווערן מיטן צולייגן מער שעה אין טאג צו לימודים איבער קאלקיולעס, היסטאריע, אדער סאציאלע וויסנשאפטן?